קודם כל לאזט מיך קלארמאכן אז מיטן ווארט „אסימילאציע‟ מיין איך נישט חלילה אז מ’שטייט ביים שוועל פון פארלירן די אידישע אידענטיטעט, און איך מיין אויך נישט אז מ׳האלט ביים אויפהערן זיין פרום, נאר איך באצי מיך צו דער מעגליכקייט פון א קולטורעלער אסימילאציע. דאס הייסט, אז די היימישע וועלט זאל פארלירן בקרוב די אידישע שפראך, די מאכלים, די מוזיק, די מנהגים, און אזוי אלע אנדערע וויכטיגע זאכן וואס זי האט אפגעהיטן פון די פריערדיגע דורות. איך וועל קלארמאכן אינעם ארטיקל פארוואס איך טראכט אזוי.
אריינקומענדיג איין טאג צו מיר אין שטוב, האב איך געהערט שפילן א ליד פון ליפא שמעלצער וואס מיין ווייב האט אנגעצינדן פאר די קינדער. די קינדער זענען געזעסן ארום דעם טיש אין קיך און זיך צוגעהערט צו דער מוזיק, בשעת זיי האבן געארבעט אויף עפעס א מאלעריי אדער א שפילעריי. איך האב אריינשפאצירט אהין און הנאה געהאט צו זען ווי די קינדער פארנעמען זיך מיט זייערע פראיעקטן, און זענען פארטון אין זייערע אייגענע וועלטלעך. מיין טאכטער איז געזעסן ביים טיש און געשאקלט מיטן קאפ אהין און צוריק לויטן ריטם פון דער מוזיק, מיט גאנץ תמימות׳דיגע קינדישע אויגעלעך.
מיטאמאל האב איך געקלערט צו מיר ווי שנעל זאכן טוישן זיך אין דער היימישער וועלט, און קיין שום כח קען נישט אפשטעלן דעם גאלאפ. די ריטמישע מוזיק פון ליפא שמעלצער איז מיט צען-פופצן יאר צוריק געווען באטראכט ווי סאמע טרייף, די רבנים האבן פארלייגט וועלטן אפצושטעלן דעם נייעם מוזיק טרענד, אבער קוים איז אריבער א האלבער דור איז מען שוין פארנומען מיט וויכטיגערע פראבלעמען ווי דאס. זיין מוזיק איז טאקע נאכנישט אריין אין אלע שטיבער, אבער ביי די חתונות האט מען עס שוין אנגענומען ווי א געשעענער פאקט, און פון דארט ביז צו די שטיבער איז שוין א קאצן-שפרונג. ביי מיר אין שטוב האט עס מיין אשת-חיל אריינגעברענגט, און לויט ווי פרום זי איז, ווייס איך אז זי וואלט נישט געטון עפעס וואס זי גלייבט אז מ׳טאר נישט טון.
די צייט טוט זיך אירס. די ווידעא וואס איז געווען אסור ביז לעצטנס, איז געווארן מותר נאכדעם וואס דער אינטערנעט איז אונטערגעקומען, דאס זעלבע האט פאסירט מיט דער מוזיק, און דאס זעלבע וועט מסתמא פאסירן אין אפאר יאר ארום מיטן אינטערנעט. א זאך וואס איז טמא איין טאג קען זיין הייליג אפאר יאר שפעטער, און דאס וואס איז חזיר-טרייף היינט קען זיין דער לכתחילה’דיגער וועג פונעם אידישן לעבן מארגן.
אויב דער מצב איז אזוי, לאזט זיך פרעגן, דעמאלט וואס קען אונז דער חרדישער לעבנסשטייגער פארזיכערן? וואס פארא בענעפיטן קען עס אונז צושטעלן וואס מיר קענען נישט האבן למשל צווישן מאדערן-ארטאדאקסן? אז מ׳רעדט פון רעליגיע זענען דאך די מאדערן-ארטאדאקסן אויך הלכה׳דיג רעליגיעז, און אז מ׳רעדט ווידער פון חומרות אויף חומרות וואס מיר האבן אין דער חרדישער וועלט, בין איך נישט זיכער אז דאס איז א בענעפיט, דאס לעבן וואלט מסתמא געווען רואיגער צווישן אידן וואס האבן ווייניגער חומרות. דער הויפט בענעפיט וואס איך זע אין דער חרדישער לעבנס-סיסטעם, איז נאר אין דעם וואס זי פרעזערווירט אן אויטענטישע אידישע קולטור.
די חרדישע געזעלשאפט צייכנט זיך אויס אין דעם וואס זי היט אפ די מאכלים פון אונזערע זיידעס און באבעס, מיט דעם וואס זי היט אפ די אידישע שפראך פון די פריערדיגע דורות, די מנהגים און פאלקלאר, אמונות און לעגענדעס פון פארצייטנס, און אודאי אויך מיט דעם וואס זי היט אפ די מזרח-אייראפעישע מוזיק-קלאנגען. ווילאנג די חרדישע וועלט האט מצליח געווען אפצושטויסן די קולטורעלע טרענדן וואס קומען פונדרויסן, האט מען געקענט האפן אז ס’וועט זיך איר סוף כל סוף איינגעבן דורכצושוויצן די שוועריגקייטן פון אויפהאלטן אן אויטענטישן לעבנסשטייגער, אבער אין די לעצטע יארן הייב איך אן שטארק צו צווייפלען דערין.
פערזענליך האב איך גארנישט אין הארצן קעגן די פיאנערן וואס ברענגען אריין די נייע קולטור-טרענדן צווישן היימישע אידן, ווייל איך גלייב אז אסימילאציע קען נישט גע׳משפט ווערן לויט גוט און שלעכט, נאר ס’איז א סאציאלע געשעעניש וואס פאסירט פון זיך אליין. ס’האט נישט קיין זין ארויסצוגיין מיט חרמות און איסורים קעגן מאדערנער מוזיק, פונקט ווי ס’האט נישט קיין זין ארויסצוגיין מיט שווערדן קעגן אידן וואס עסן סושי אנשטאט געפילטע פיש. דוקא די חרמות און איסורים זענען די הויפט גורמים צו דעם וואס די היימישע געזעלשאפט שפאנט מיט שנעלע טריט צו אן אמעריקאנער מאטעריאליזירטער לעבנסשטייגער. ווען מ׳פרובירט צו באקעמפן די נאטירליכע פראצעדור פון קולטור-עוואלוציע מיט נעגאטיווע מיטלען, איז נישטא קיין אויסזיכטן צו געווינען ווייל די השפעה פון א סביבה איז שטערקער פון פאמפלעטן מיט סטראשונקעס, דער איינציגער מיטל וואס די רבנים וואלטן געדארפט אננעמען איז א פאזיטיווער קאמפיין, צו מאכן די היימישע אידן ליב האבן די אידישע קולטור.
ווי לייזער בורקא האט שוין געשריבן לעצטנס אינעם פארווערטס, ווערט אלץ מער פארשפרייט צווישן היימישע ווייבער צו רעדן אויף ענגליש, ווייל אידיש ווערט באטראכט ווי פאנאטיש („יאנטשי‟ אין דער פרויען-זשארגאן). די סיבה צו דעם איז ווידער דאס, אז די וויכטיגקייט פון פרעזערווירן אונזער קולטור ווערט גענצליך איגנארירט דורך דער חרדישער געזעלשאפט, און אנשטאט דעם רעדט מען נאר וועגן דעם גיהנום וואס ווארט אפ די וואס וועלן פארקריכן פון דער מסורה… נאכדעם וואס אזויפיל פרויען רעדן אויף ענגליש, און נאך פיל אנדערע קולטורעלע גרעניצן ווערן דורכגעבראכן טאג-טעגליך, ווייזט עס אז דער עולם האט נישט צופיל מורא פון אזעלכע גיהנומ׳ס, ווייל אין הארצן פארשטייען זיי אז ס׳איז נישט קיין הלכה׳דיגע פראגע.
וואס וואלטן די רבנים געטון אויב אידן וואלטן באשלאסן אויסצושניידן די תפילה פון „כל-נדרי‟ פונעם יום-כיפור מחזור? מסתמא וואלטן די רבנים געמאכט א ויצעקו, אפירזוכנדיג איסורים פון אונטער דער ערד וואס זאלן איבערווייזן אז מ׳טאר נישט על-פי הלכה טון אזא שריט. דאס וואלט אבער געווען א גרויסער טעות, וויבאלד אויב א גרופע פון אידן דערשרעקט זיך נישט אריינצושניידן אינעם כל-נדרי, די סאמע ציטערדיגסטע תפילה ביי אידן, צייגט עס אויף א טויטקייט אינעווייניג אין דער נשמה. יעדע דיסקוסיע אין הלכה איז איבריג ווען ס׳קומט צו אינערליכע אידישע סענטימענטן, און ווען מ׳זעט אז א וויכטיגע גרעניץ איז דורכגעבראכן געווארן דארף מען פארשטיין אז ס׳האט זיך פריער געשאפן א וואקום אינעם הארץ.
איך גלייב אז אין שטיבער וואו די מאמעס שמועסן צווישן זיך אויף ענגליש, איז נישט ווייט אז זייערע זין און טעכטער זאלן אויך שמועסן אויף ענגליש. אפילו נאר וואו ס׳זעט יעצט אויס דאס אידיש צווישן חסידישע אידן, האט עס שוין א צעקאלעטשט פנים, ווען יעדער זאץ מישט אריין דריי-פערטל ענגליש. די מוזיק פון אמאל גייט א גאנג, די מאכלים וועלן מסתמא נאכקומען, און ביז וואס ווען וועלן מיר זיך זען פאר א נייער חרדישער געזעלשאפט, אסימילירט אין דער אמעריקאנער סביבה אויף איר אייגענעם שטייגער. די חומרות מיט די ווענט ארום און ארום וועלן אפשר בלייבן שטיין, אבער מ’וועט מער נישט געדענקען פארוואס מ׳האט עס לכתחילה געבויט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.