ווען ארץ ישראל’דיגע אידן קומען קיין אמעריקע שנארן, קוקט עולם אויף זיי פון אויבן אראפ מיט ביטול. פארוואס? ווייל פארוואס קענען זיי נישט גיין ארבעטן ווי נארמאלע מענטשן? דרייען זיך ליידיג און פוסטעווען אפ דעם גאנצן ליבן טאג, און ווען דער מצב ווערט ענג פאר’ן חתונה מאכן א קינד, לאזט מען זיך ארויס קיין אמעריקע און מען קומט צוריק צופרידן צו קענען ממשיך זיין הולך-בטל’ן א טאג נאך דער לעצטער שבע ברכות.
אויך איך טראג זיך ארום מיט אזעלכע געדאנקען. אויך אין מיין קאפ קומט אויף אזא רעאקציע, ווען אזא איד קומט צו מיר מיט איינעם פון די געווענליכע פזמונים – הכנסת כלה, צרכי רפואה פאר א טאטן וואס האלט ביים אונטערפירן דער חופה דעם זיבעטן קינד, אדער וואס אנדערש ס’זאל נאר נישט זיין מיט שייכות צו א איד פון דארט וואס קלייבט נדבות חתונה צו מאכן א קינד.
כ’האב זיך אבער לעצטנס איבערגעקלערט צי דער קוק איז באמת אויסגעהאלטן. חרדים אין ארץ ישראל ארבעטן טאקע סך ווייניגער ווי זייערס גלייכן אין אנדערע לענדער. דאס האט אבער אין גרויסן טייל צוטאן מיט’ן פאקט וואס בכדי צו באקומען א געהעריגע שטעלע אין ישראל, דארף מען אין צוגאב צו א פארמעלער בילדינג אויך קודם דינען אינעם מיליטער. חרדים האבן נישט דאס, נישט יענץ. רוב מעגליכקייטן צו פארדינען געלט איז במילא פאר זיי נישט אפן.
עס זענען פאראן חרדים אין ישראל וואס פארדינען יא געלט. רוב פון זיי טוען עס נישט אינגאנצן אויפ’ן כשר’ן אופן. אבער, פאראורטיילן אין א זייט געלייגט: האבן זיי דען צופיל ברירות? דער חרדישער בחור קען דען גיין אין מיליטער, אפילו ער זאל וועלן? ס’איז נישט אזויפיל אנדערש ווי דעם חרדישן בחור דאהי, וואס וואלט געגאנגען אין קאלעדזש זיך געהעריג אויסבילדן צו קענען פארדינען גענוג צו קענען אויסהאלטן א פאמיליע אויף א כשר’ן אופן.
עס איז מעגליך אז דער ישראל-חרדי וואלט געקענט טאן מער צו פארדינען געלט דורך אייגענער ארבעט, ווי איידער שנאר-ארבעט. אבער דאס, זיך נישט איבערשטרענגען מער ווי נויטיג פאר ארבעט, איז דאך טייל פון דער אלגעמיינער ישראל-קולטור. דער חרדי וואקסט נאך דערצו אויף אין א נישט-ארבעט אטמאספער. טוען די נייע דורות דאס זעלבע וואס זיי האבן געזען און אויפ’ן אופן מיט וועלכן זיי זענען אויפגעוואקסן. טאקע נישט גלייך, אבער אויך נישט במזיד.
צו טראגן די זאך א טראט ווייטער: לאמיר זיך פארשטעלן אז די פעדעראלע רעגירונג אין אמעריקע באשליסט אויפאמאל אפצושטעלן די פראגראמען און רעגירונגס-שטיצע פון וועלכע א סך פון אונז (צווישן אנדערע נויטבאדערפטיגע בירגער) געניסן. איר קענט זיך מצייר זיין אזא מצב? וואספארא פנים טויזנטער שטיבער, מוסדות, און אינסטיטוציעס וואלטן געטראגן איין טאג דערויף? א וואך דערויף? א חודש דערויף?
אזוי נישט-מיר-נישט-דיר זענען מיר גארנישט אזוי הינטערשטעליג פון אונזערע ארץ ישראלדיגע ברידער – הגם אפשר יא מער פארגעשריטן און מיט אביסל מער “קלאס”. מיר שנארן אויף אמעריקאניש, שריפטליך, און אנגעטאן אין לייטישע אנצוגן. מיר דארפן נישט קריכן צו א פרעמד לאנד און זיך בעטן מיט’ן מויל אויף א פרעמדער אקצענט און ניצנדיג לשון-קודש שלאג-ווערטער. מיר שטעלן אויס פארמען, אויף דער לאנדס-שפראך, און באקומען די מתנות בדרך כבוד.
פונקט ווי זיי, האבן מיר נישט פאר זיך קיין סך ברירות. מיר זענען גוט און מיינען גוט, אבער לעבן אויף אן אופן וואס לאזט אונז נישט דעקן דעם בודזשעט גלייך און אויף א מסודר’דיגן אופן. קיינער, קיין איינציגער יחיד, איז נישט שולדיג אויף דעם מצב, אין וועלכן כמעט יעדער איז אייניג פארכאפט און פון וועלכן כמעט קיינער קען זיך נישט ארויסזען אזוי גרינג און שנעל.
אלא מאי? אמאל איז געווען אנדערש. מיט א צוויי-דריי דורות צוריק האבן די היגע אידן ערליך פארדינט זייער געלט, פאר וועלכן זיי האבן געשוויצט און געהארעוועט אזוי לאנג און שווער ווי ס’האט זיך נאר אויסגעפעלט. זאכן האבן זיך געביטן; דער לעבנס-סטאנדארט האט זיך געהויבן און פארשידענע פרנסה-מעגליכקייטן זענען פארשוואונדן. אלץ קלאר און ס’איז זיכער גענוג אויף א לימוד זכות. דער פאקט אבער וואס מיר האבן דעם דאלאר און דער ארץ ישראל’דיגער איז דער וואס קומט עס נעמען, מיינט נישט אז מיר מיט אונזער ווירטשאפט דאהי זענען אזוי ראדיקאל אנדערש ווי זיי מיט זייערס דארט. ביידע זענען שטעקן אין א פעלערהאפטיגן מהלך; מיר האבן נאר באקוועמערע לעכער און אנדערע אומשטענדן ווי זיי.
דאס קומענדיגע מאל עמיצער קלינגט אייך אונטער דער נאז ביי שחרית, מאכט צו די אויגן און שטעלט זיך פאר ווי איר שטייט אין פודסטעמפס אפיס. כ’מיין אז דער אפשיי וועט אביסל אויסוועפן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.