Yiddish with an Aleph

ווען סעקולערע לימודים קלאפן אין דער טיר

Secular Subjects Knocking at Our Door

פֿון בן זומא

  • Print
  • Share Share

אין די לעצטיגע וואכן האט זיך באוויזן א שילד ערגעץ וואו אין די וויליאמסבורגער גאסן, מיט אן אויפשריפט וואס רופט דעם חסיד׳ישן עולם זיך צו לערנען ענגליש. מיט „ענגליש‟ מיינט נישט דער פסוק בלויז די שפראך, נאר אויך די אנדערע צוגעהערן וואס קומען מיט סעקולערע לימודים, וואס ווערן כמעט אינגאנצן איגנארירט אין דעם חסיד’ישן חינוך-סיסטעם.

ווי געווענליך, האט דער רוף ארויסגערופן רעאקציעס. און ווי געווענליך, איז פאראן א טיפער תהום צווישן די „אפיציעלע‟ רעאקציעס און דער וואס עולם שמועסט שטיל, און אפילו נישט אזוי שטיל, צווישן זיך.

אפיציעל, האט דער עסטאבלישמענט זייער נישט ליב ווען עמיצער פון „דרויסן” רעדט אריין אין אונזערע אינערליכע ענינים. ס׳טייטש, יענער „פרעמדער‟ וועט אונז דיקטירן וויאזוי צו פירן אונזער לעבן? מיר פארשטייען נאך אזוי גוט ווי יענע „חכמים”. בכלל, מיר צילן דאך זיך צו האלטן באזונדער און אפגעטיילט פון דער וועלט ארום אונז.

צווישן זיך רעדט מען אבער אנדערע דיבורים. דער פאקט איז, אז מען דארף קענען נישט נאר די ענגלישע שפראך, נאר אויך א צאל אנדערע זאכן, ווי מאטעמאטיק און די כללים פון ביזנעס און געזעץ, בכדי צו קענען פונקציאנירן אין דער ווירקליכער וועלט, וואוהין מיר אלע קומען לבסוף אן. רוב פון אונז, וואס זענען שוין דארט, אין דער דאזיגער וועלט וואו ענגליש, ביזנעס, געזעץ אד״ג זענען אבסעלוטע נויטווענדיגקייטן, זענען ברוגז דערויף, אז מען האט מיט אונז די זאכן נישט געלערנט פריער. א סך פון אונז האבן זיך דאס אלץ געדארפט דערלערנען אונטער דרוק, ווען דער קאפ איז שוין פול מיט דאגות און דער טאג מלא פאראנטווארטליכקייטן. אנדערע האבן טאקע קיינמאל נישט באוויזן זיך צו באקענען מיט די וויכטיגע יסודות, און בלייבן זיך שלעפן אויף א שווערן וועג, וואו אויף יעדן צווייטן שריט ווארט אפ א מכשול אדער לעגאלער מיסברויך.

קיין אנקעטע אויף דער טעמע, וואס דער רוב פונעם חרדי׳שן עולם האלט איבער ענגליש, האט קיינער נישט דורכגעפירט. ס׳לאזט זיך אבער גרינג גלייבן, אז אזא אויספרעג וואלט געוויזן אז רוב וואלטן יא געוואלט אז מען זאל מיט די קינדער און בחורים לערנען מער סעקולערע לימודים – בעיקר אזעלכע וואס זענען נוגע שפעטער אין לעבן.

דער שילד האט באוויזן ארויפצוברענגען דעם ענין אויפ׳ן אויבערפלאך. עס זענען פאראן אזעלכע וואס האבן דעם אויפרוף אויפגענומען אביסל קריטיש, ווייל די וואס שטייען אונטער דעם אנאנס זענען „פרעמדע‟, מענטשן און פאקטארס מחוץ דער חרדי’שער מחנה. מענטשן זענען חושד, אז זייערע מאטיוון זענען נישט ריין און זייערע כוונות זענען נישט צו העלפן דעם חרדי’שן עולם זיך נעמען אין די הענט אריין און שטעלן אויף די פיס. עס שמעקט עפעס ווי יענעם „מאלעסטיישאן‟ קאמפיין, וואס האט זיך אויך אנגעהויבן פון דרויסן.

אבער פארוואס זאלן מיר זיך נאריש מאכן און אפשטעלן אויף אזעלכע אומוויכטיגע פרטים? וואס איז די נפקא מינא ווער עס רעדט? לאמיר ליבערשט אויסהערן וואס יענער זאגט. איז ער גערעכט, אדער נישט? אויב זאגט יענער זאכליכע דיבורים, האבן מיר א כלל פון חז״ל אנצונעמען דעם אמת אן בודק זיין די ציצית ביים רעדנער. („קבל את האמת ממי שאמרו,‟ אננעמען דעם אמת אפגעזען פון וועמען ער קומט.)

אויב שוין יא פארגלייכן צו דעם סעקסועל-באלעסטיגונג פראבלעם ביי קינדער, א פראבלעם וואס איז אויך אויפגעברענגט געווארן צום אויבערפלאך דורך פרעמדע פאקטארס, לאמיר זשע כאטש ארויסנעמען א מוסר השכל. דארט האט זיך גערעדט פון אן אמת׳ער צרה, וואס איז קיינמאל פריער נישט געהעריג אדרעסירט געווארן. ס׳איז אמת אז יענע האבן אויפגעבלאזן דעם פראבלעם צו אומרעאליסטישע פראפארציעס; ס׳איז אויך אמת אז די חרדי׳שע קהילה האט יא געטאן צו לינדערן דעם פראבלעם, און אים נישט גענצליך פארווארפן אין א ווינקל, ווי אונזערע קריטיקירערס האבן געוואלט זאגן. ס׳איז אבער איינצייטיג אויך אמת אז מיר, פון אונזער זייט, האבן מינימיזירט דעם פראבלעם און וואס מיר האבן יא געטאן איז געווען ווייט הינטערשטעליג פון דעם פארנעם אויף וועלכן די קינדער-כאפערס האבן געבוזשעוועט.

די זאך מיט לערנען ענגליש און געזעץ וועט פריער צי שפעטער ווערן א פאקט. א וואקסנדער פראצענט פונעם עולם פארשטייט שוין היינט אז דאס עם-הארצות וואס פלאגט אונזער ציבור איז א צרה. די אויטאריטעטן וואס צאלן איין די מוסדות פאר אזעלכע פראגראמען וועלן פריער צי שפעטער זיך נעמען דערצו. זיי קענען אלץ פארשווייגן אזוי לאנג ווי קיינער מאנט נישט. איינמאל די פרעסע וועט אנהייבן שיינען אירע פראזשעקטארס אויף אונזערע ענגליש-קלאסן, וועט די באהערדע מוזן עפעס טאן דערצו. דער פאקט וואס רוב פון די לעגאלע פראבלעמען מיט וואס היימישע אידן פארוויקלען זיך נעמען זיך פון איגנאראנץ און א זלזול כלפי דעם געזעץ און ביזנעס כללים העלפן אויך נישט פארבעסערן אונזער מעמד. ביידע, דאס עם-הארצות און זלזול, נעמען זיך פון דעם אויפוואקסן מיט דער קרומער הנחה, אז ענגליש און געזעץ זענען פסול, אדער כאטש בדיעבד.

פארוואס זאלן מיר ווארטן ביז דרויסנדע זאלן דאס אויף אונז ארויפצווינגען? לאמיר יעצט איינמאל יא אונטערהייבן די אויגן פון אונטער אונזערע היטן און א קוק טאן עטליכע שריט פאראויס. לאמיר שוין יעצט „פארכאפן‟ די טעמע פון ענגליש און וויכטיגע סעקולערע לימודים און זי פארוואנדלען אין אונזערס אן אייגענער אגענדע. לאמיר יא אנהייבן לערנען אונזערע קינדער א פאך, און זיי צושטעלן די נויטיגע ידיעות און קענטענישן, צו קענען פירן א כשר, יושר׳דיג, און אויפריכטיג לעבן.