א) פארוואס זענען אזויפיל ספרדים געווארן חרדים?
אין ארץ-ישראל האלט מען יעצט פאר די וואלן, און ס’איז פאראן א גרויסע שפאנונג צווישן די פרומע פארטייען – דער עיקר צווישן די ספרדים. די טענות פון איינעם אויפ’ן אנדערן זענען פארשידענע, און אגב שווימען ארויף זייטיגע קאנפליקטן איבער פראגעס פון השקפה, ווי למשל צי ווייבער מעגן פארנעמען א זיץ אינעם כנסת, אדער וויפיל מ’מעג אריינברענגען סעקולערע שטודיעס אין די פרומע חדרים, און נאך אזעלכע פראגעס וואס האבן צוטון מיט דער רעאליטעט פון דער מאדערנער צייט.
נישט אלע ספרדים קימערן זיך מיט די פראבלעמען, אבער דער גרעסטער טייל פון די וואס געהערן צו ש”ס — יא. פון אנהייב אן איז דאס ווארט „מאדערניזם‟ געווען א שרעקעדיג ווארט נאר ביי חרדים. די ספרד’ישע רבנים האבן נישט געזען אין דעם קיין סתירה צו אידישקייט בכלל, אבער צוויי זאכן האבן בייגעשטייערט צו דעם וואס געוויסע ספרדים האבן איבערגעכאפט דעם חרד’ישן וועלטקוק – איינס, דער פאקט וואס ביים אנקומען קיין ארץ-ישראל האבן א סך ספרדים אויפגעהערט היטן שבת, וואס דאס האט שטארק דערשראקן די פרומע ספרדים. און דאס צווייטע, אז די חרדים האבן זיי איבערצייגט אז דער איינציגער וועג ווי אפצוהאלטן דעם אײַנפלוס פון סעקולאריזאציע, איז נאר דורכ’ן אננעמען דעם חרד’ישן לעבנסשטייגער.
מ’קען נישט זאגן אז די ש”ס’ניקעס האבן טאקע אנגענומען דעם חרד’ישן לעבן, ווייל ס’זענען דאך פארבליבן גענוג פארשידנקייטן, און הרב עובדיה יוסף ז”ל, דער פירער פון ש”ס, האט שטארק פרובירט אפצוהאלטן די פראצעדור וואס ער האט באטיטלט מיטן נאמען “אשכנזיאציע”. דאך איז קלאר אז ס’זענען אריין שטארקע השפעות פון דער חרד’ישער וועלט צו די ספרדים, נישט נאר אין דער אויסערליכער קליידונג, נאר אויך אין די השקפות איבער אידישקייט און מאדערניזם. כ’האב שוין אמאל אפילו באגעגנט א ספרדי וואס איז אן אויסגעשפראכענער אנטי-ציוניסט אויפ’ן סאטמארער שטייגער. פארשטייט זיך אז אין איראק אדער אין מאראקא האט ער אזא חינוך נישט באקומען.
אין די ערשטע יארן פון די ספרד’ישע עליות, האבן די חרדים אויפגעשטעלט פאר זיי די מוסדות פונעם „חינוך עצמאי‟ (זעלבסשטענדיגן חינוך). די כוונה פון די חרד’ישע מנהיגים איז זיכער געווען א גוטע, צו ראטעווען די ספרדישע אידנטום פונעם רעליגיעזן און סאציאלן צוזאמענבראך, אבער די מיטלען וואס זיי האבן גענוצט דערצו זענען נישט געווען אזוי גוט. פאקטיש באצייכנט דאס יאיר שלג, אין זיין בוך „הדתיים החדשים‟ (די נייע רעליגיעזע), ווי א „טאטאלער דורכפאל‟. די אשכנזישע חרדים האבן אריינגעשטעלט אייגענע מלמדים אין יענע מוסדות וואס זיי האבן אויפגעשטעלט פאר די ספרדים, און „די מענטאלע ווייטקייט צווישן דעם חרדישן אשכנזישן לערער צום ספרדישן יונגל איז געווען צו גרויס‟.
דער רוב פון די תלמידים אין די ערשטע יארן איז אינגאנצן ארויסגעפאלן פונעם פרומען חינוך, און זיי זענען געווארן נאך ערגער ווי זייערע ספרד’ישע ברידער וואס האבן בכלל נישט געלערנט אין קיין פרומען מוסד. די וואס זענען ארויס פון די חרדישע מוסדות, זאגט יאיר שלג, האבן זיך דערקייקלט נישט בלויז פונעם רעליגיעזן שטאנדפונקט נאר זיי זענען אויך אריינגעפאלן אין א געזעלשאפטליכן און עקאנאמישן קלעם. צווישן די גרעסטע פארברעכער פון ספרד’ישן אפשטאם אין יענער תקופה איז דא א שיינער פראצענט וואס האבן גראדואירט פון די חרד’ישע מוסדות.
וויאזוי דען איז ארויסגעוואקסן אזא מאכטפולע פארטיי ווי ש”ס? לויט יאיר שלג איז די הצלחה פאר’ן חרדיזם געקומען דוקא פון יענע קינדער וואס זענען אויפגעוואקסן אין אנהייב אין מלוכה’שע רעליגיעזע שולן, און נאר שפעטער אריבער אין מיטלשול צו א חרדישער ישיבה. א ביישפיל פון אזא איינעם איז אריה דרעי, דער מאכטפולער פאליטיקאנט פון ש”ס, וואס האט אינאיינעם מיט זיינע ברידער געלערנט אין א מלוכה’שער שול און איז שפעטער אריבער אין א חרד’ישן מוסד (עטליכע ברידער זענען פארבליבן אין מלוכה’שע רעליגיעזע שולן אויך שפעטער). כאטש א סך ספרדים האבן נישט אנגענומען דעם חרד’ישן לעבנסשטייגער, אויך נאכ’ן לערנען אין אשכנז’ישע ישיבות, איז דאך צוביסלעך פורמירט געווארן א קערל פון חרד’ישער אידישקייט אינערהאלב דעם ספרד’ישן לאגער, און דאס האט עווענטועל געברענגט צו דער היינטיגער רעאליטעט פון ש”ס.
ב) איז דאס נישט געווען א היסטארישער טעות?
דא איז וויכטיג צו דערמאנען די ספרדים וואס אן אוצר זייער אייגענע ירושה פארמאגט, וואס דוקא די חרדים וואלטן זיך געמעגט לערנען ביי זיי. אויב ביי אשכנזים איז דער אנהייב און סוף פון אידישקייט דאס געשריבענע ווארט, איז עס ביי די ספרדים תמיד געווען מער א לעבעדיגע און נאטירליכע אידישקייט. די ספרד’ישע אידישקייט איז אריגינעל אזא וואס האט געשעצט אלע געביטן פונעם מענטשליכן לעבן, און איז געווען אפן צו א פילפארביגער פאלקלאר, פונקט ווי יעדע מענטשליכע געזעלשאפט. דער בן-איש-חי, דער איראקישער חכם וואס איז גראד געווען שטארק באקאנט מיט אשכנז’ישע ספרים, האט אליין אפגעשריבן ספרים מיט רעטענישן און משלים, כדי צו סערווירן דעם ברייטערן המון וואס ליגט נישט אין די קליינע אותיות פון דער גמרא.
דער באגריף אז א גוטער איד קען זיין נאר איינער וואס לערנט פון אינדערפרי ביז ביינאכט, זאגט זיך אפ פון יעדן שמעק פון מאדערניזם, און האט פיינט יעדן וועלטליכן איד, דאס האט קיינמאל נישט עקזיסטירט צווישן די ספרדים. פאקטיש איז דער גאנצער באגריף פון „דענאמינאציעס‟ וואס מיר האבן צווישן אשכנזים, ווי קאנסערוואטיזם, רעפארמיזם, ארטאדאקסיע, א.ד.ג. א פרעמדער מושג פאר די ספרדים. ביי זיי זענען נישטא קיין ארטאדאקסן, נעאלאגן, און פרייע, נאר ס’זענען דא אידן וואס היטן מער מצוות און אידן וואס היטן ווייניגער מצוות. דוקא די טראדיציאנעלע אידן, וואס רופן זיך „מסורתי‟, וועלכע היטן נישט אזוי שטארק אויף מצוות, זענען זייער צוגעבונדן צו דער אידישער טראדיציע, פיל טיפער און שטערקער ווי דער געווענליכער חרד’ישער איד.
די ספרדים רעפרעזענטירן דאס אמת’ע בילד פון אידן ווי א פאלק, און נישט ווי א רעליגיעזער וועזן וואס ווערט קאטעגאריזירט לויט דער קהילה וואו מ’געהערט. די אשכנזים האבן געשאפן אן עליטיסטישן סטאנדארט פאר’ן גאנצן המון, לויט וועלכן יעדער צוציק דארף זיין באהאוונט אין גמרא און הלכה, בשעת די ספרדים האבן אנערקענט דעם פאקט אז א פאלק האט אלע מיני מענטשן מיט פארשידענע שיכטן און ס’איז לחלוטין אבסורד צו שטעלן איין סטאנדארט פאר אלע צוגלייך.
ס’קען זיין אז די אשכנזים ציען טאקע זייער אפשטאם פון א געוויסער עליטיסטישער גרופע פון איטאליע מיט איבער טויזנט יאר צוריק (אזוי קוקט עס אויס פונעם פאקט וואס גלייך ביים אנהייב פון דער אשכנזישער היסטאריע האבן זיך געגרינדעט ישיבות, און במשך דעם מיטלאלטער איז אין אשכנז געווען דער צענטער פון תורה, אויף כמעט א פרעצעדענטלאזן אופן אין דער אידישער געשיכטע), אבער יעצט ווען די צוויי קיבוצים האבן זיך צוזאמגעטראפן נאך אן אפשייד פון הונדערטער און אפשר טויזנטער יארן, איז עס גאר אומ’יושר’דיג ארויפצואווארפן אונזער וועלטקוק אויף זיי, בעת מיר האבן אינגאנצן פארלוירן אונזער אייגענע פאלקסטימליכע אידענטיטעט.
אנשטאט אז מיר זאלן אריינזעצן די ספרדים אין ישיבות צו לערנען גמרא פון אינדערפרי ביז ביינאכט, און זיך קעגנשטעלן צו גיוס בני הישיבות, פרויען אין כנסת, קול באישה, און נאך אזעלכע זאכן מיט וואס מיר זענען כסדר פארנומען, לאמיר זיך גיכער לערנען ביי זיי דעם פשט פון “ואהבת את ה’ אלקיך”. ביי אונז האט מען מורא ארויסצוזאגן דעם נאמען פון גאט, און מיר זאגן “אלקים”. דאס איז אויך א סימפטאם פון אונזער ווייטקייט צו נאטירליכער רעליגיעזיטעט. מיר האבן מורא פון גאט באלד אזוי שטארק ווי מיר האבן מורא פון א פרוי. אין קיין איינעם פון די צוויי ווילן מיר זיך נישט אנשטויסן…
לאמיר גיכער ארומנעמען מיט ליבשאפט די משפחה’דיגע רעליגיע וואס אונזערע ספרד’ישע ברידער האבן אויפגעהיט ביי זיך, די רעליגיע וואס משה רבנו האט איבערגעגעבן דעם אידישן פאלק אין ערבות מואב, דער לעבנסשטייגער וואס ירמיה הנביא האט געפאדערט ביי אידן, אפקלינגענדיג מיט זיין שטימע איבער די חומות פון ירושלים. זעט נאר ווי נאטירליך די תורה איז צוגעשניטן צו דער נשמה פונעם מזרח, און ווי ווייט אפגעריסן מיר זענען פון אירע פסוקים. מיר זיצן און מאטערן זיך איבער ווייטע היכי תמצא’ס וואס קענען קיינמאל נישט אפירקומען אין הלכה, בשעת די ספרדים שטייען אויף אין די ווינטער שבתים צו שירת-הבקשות, צו זינגען פאר גאט אין א מזרח’דיגן געוויין אין די סאמע פארטאגס-שעה’ן.
אוועק מיט אונזערע אפגעטער! זיי זענען די פסולת פונעם גלות, און דער קיבוץ גלויות וואלט אונז געדארפט עפענען די אויגן. דערזעט דאס לאנד, דערזעט די בלויע הימלען איבער איר ערד, דערזעט נאר ווי די וואלקן רעדן אויף מזרח לשון. שאקלט אפ די שטויב פון דייטשלאנד, רוסלאנד און פוילן, און נעמט ארום די פארלוירענע אבידה. מאכט עס נישט קאליע מיט אנטי-וועלטליכע דרשות, ווייל די וועלט איז אונזערס, דאס לעבן איז אונזערס, דאס פאלק מיט אלע אירע שיכטן זענען אונזערס, און מיר האבן א הערליכע געשיכטע וואס ווארט אונז אפ אין דער צוקונפט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.