טאָמער ווילט איר אַ מאָל בײַטן די שטימונג פֿון אַ געוויסן צימער אין הויז, איז נישט נייטיק אויסצוגעבן הונדערטער דאָלער.
אין איר בלאָג, Thrifty and Chic, דערקלערט די מחברטע, אַלישאַ, וואָס זי האָט געטאָן, ווען זי האָט באַשלאָסן, אַז איר סטאַנדאַרטער ברוינער קאַווע־טיש געפֿעלט איר מער נישט.
„יעדן טאָג פֿאָר איך פֿאַרבײַ אַ פּלאַץ, וווּ מע פֿאַרקויפֿט ביימער, און איין מאָל האָב איך באַמערקט אַ באַרג פּניאַקעס — גרויסע און קליינע — און ס׳איז מיר אײַנגעפֿאַלן, אַז אפֿשר קען איך פֿאַרוואַנדלען עטלעכע פֿון זיי אין קאַווע־טישלעך?‟ האָט אַלישאַ געשריבן.
זי האָט אָבער נישט געהאַט קיין אַנונג, צי די פּניאַקעס זענען אַפֿילו צום קויפֿן. קיין בנין אָדער ביוראָ איז נישטאָ, איז נישט קלאָר, צו וועמען מע דאַרף זיך ווענדן. זי האָט בלויז באַמערקט, אַז פֿון צײַט צו צײַט האָט אַ משׂא־אויטאָ דאָרט איבערגעלאָזט אַ בוים אָדער סתּם האָלץ.
ווען אַן עלטערער מענטש הייבט אָן קריגן סימנים פֿון עובֿר־בטלדיקייט, קאָן ער נאָך אַלץ געדענקען דאָס יאָר, זײַן היים־אַדרעס און דעם נאָמען פֿונעם פּרעזידענט. אָבער אין אַן אינטערעסאַנטן אַרטיקל אין דער „ניו־יאָרק טײַמס‟ פֿונעם 24טן אַפּריל, שרײַבט די מחברטע, טאַראַ סיגל בערנאַרד, אַז דאָס קענען חשבונען — ווי, למשל, דאָס אַראָפּרעכענען 7 פֿון 100 — קומט זיי אָן אַ סך שווערער.
שטודיעס ווײַזן אָן, אַז די פֿעיִקייט פֿון רעכענען פּשוטע אַריטמעטישע פּראָבלעמען, ווי אויך דאָס פֿאַרנעמען זיך מיט פֿינאַנציעלע ענינים, זענען די ערשטע פֿעיִקייטן, וואָס גייען באַרג־אַראָפּ, ווען אַ מענטש לײַדט פֿון אַלצהײַמערס אָדער ווערט עובֿר־בטל. אַפֿילו בײַ יענע מענטשן, וווּ דער מוח פֿונקציאָנירט נאָך אַלץ גאַנץ גוט, ווערט אַלץ שווערער צו מאַכן פֿינאַנציעלע באַשלוסן.
דער ענין איז אַן ערנסטער פֿאַר אונדזער געזעלשאַפֿט, ווען מע נעמט אין באַטראַכט, אַז די צאָל עלטערע לײַט האַלט אין איין שטײַגן. עס וווינען איצט אין אַמעריקע 44.7 מיליאָן מענטשן, וואָס זענען 65 יאָר אַלט און עלטער — 14% פֿון דער באַפֿעלקערונג. אָבער אין 10 יאָר אַרום, וועט עס דערגרייכן 66 מיליאָן מענטשן. די באַפֿעלקערונג פֿאַרמאָגט טריליאָנען דאָלאַרן, אָבער אָפֿט מאָל העלפֿט מען זיי נישט אָנפֿירן מיט זייערע אייגענע פֿינאַנצן, אַפֿילו ווען ס׳איז קלאָר, אַז זיי זענען שוין מער נישט פֿעיִק דאָס צו טאָן. בערך אַ העלפֿט פֿון די אַמעריקאַנער אין די 80ער זענען שוין עובֿר־בטל, אָדער האָבן שוין פֿאַרלוירן געוויסע טראַכט־פֿעיִקייטן.
1. וועל איך ווערן דעהידרירט (אויסגעטריקנט), אויב איך טרינק קאַווע?
אַ נעכטיקער טאָג, זאָגן די עקספּערטן. ווען אַ גרופּע בריטישע וויסנשאַפֿטלער האָט אָבסערווירט דעם פּראָצענט גיסיקייט אין גוף בײַ 50 מענער, איז נישט געווען קיין שום אונטערשייד צווישן די מאַנסבילן, וואָס האָבן געטרונקען קאַווע, ווען זיי זענען געווען דאָרשטיק, און די וואָס האָבן געטרונקען וואַסער.
„ס׳איז אמת, אַז ווען מע טרינקט קאַווע, דאַרף מען אָפֿטער אורינירן, אָבער דאָס איז נישט אַזוי וויכטיק ווי מיר האָבן אַמאָל געמיינט,‟ האָט דערקלערט האַל סאַפּערשטיין, אַ נערונג־ספּעציאַליסטין. פֿון דעסטוועגן, זאָגט זי, אויב מע טרינקט צו פֿיל קאַווע, קען עס מאַכן מער נערוועז, איז וואַסער פֿאָרט דער בעסטער אופֿן צו שטילן דעם דורשט. די עצה: טרינקט קאַווע אין דער פֿרי, און וואַסער במשך פֿונעם טאָג.
דער געשמאַקער הויפּט־געריכט איז גוט צוגעפּאַסט פֿאַר אַ שבתדיקן מאָלצײַט.
דאָס שטעלן געוויסע שפּײַזן אָדער כּלים אין אַ מיקראָכוואַלניק קאָן שאַטן דעם געזונט אָדער חלילה גורם זײַן אַ שׂרפֿה. דערפֿאַר זאָלט איר אַהין נישט אַרײַנשטעלן די ווײַטערדיקע זאַכן:
האַרטע אייער: אויב איר וועט פּרוּוון אָפּקאָכן נישט־אָפּגעשיילטע אייער אינעם מיקראָכוואַלניק, קאָן עס גורם זײַן אָדער אַן אויפֿרײַס, אָדער, חלילה, אָפּגעבריטע פֿינגער. די שטאַרקע היץ פֿון די מיקראָכוואַליעס שאַפֿט אַ סך פּאַרע אין די אייער, און האָט פּשוט נישט וווּהין צו „אַנטלויפֿן‟. דערפֿאַר זאָלט איר אָפּקאָכן די אייער אויף אַ געוויינטלעכער פּליטע.
פֿאַרפֿרוירן פֿלייש: איר ווילט שפּאָרן צײַט, באַשליסט איר צו צעלאָזן דאָס פֿאַרפֿרויענע פֿלייש אינעם מיקראָכוואַלניק. דאָס איז אָבער אַ טעות, ווײַל ווען איר טוט אַזוי, הייבט דאָס פֿלייש אָן אָפּגיין, צו ערשט, בלויז בײַם ראַנד, בעת דער געדיכטער מיטעלער טייל פֿונעם פֿלייש בלײַבט פֿאַרפֿרוירן. די אומגלײַכע צעשפּרייטונג פֿון היץ שאַפֿט „אידעאַלע‟ באַדינגונגען פֿאַר באַקטעריע זיך צו פֿאַרשפּרייטן. דערפֿאַר איז דער זיכערסטער אופֿן אפּצופֿרירן פֿלייש עס צו לייגן אין פֿרידזשידער איבערנאַכט.
ברוסטמילעך: איר זאָלט נישט צעשמעלצן פֿאַרפֿרוירענע ברוסטמילעך אין מיקראָכוואַלניק, צוליב צוויי סיבות: ערשטנס, ווײַל די היץ וואַרעמט נישט אָן אַלע ערטער גלײַך, קענען געוויסע ערטער פֿון דער מילעך ווערן צו הייס פֿאַר אַ פּיצל קינד, און צווייטנס, ווײַל געוויסע וויסנשאַפֿטלעכע שטודיעס האָבן שוין אָנגעוויזן, אַז דאָס אָנוואַרעמען מילעך דורך אַ מיקראָכוואַלניק צעשטערט די נערונג־ווערט פֿון ברוסטמילעך. אַ בעסערער אופֿן צו צעלאָזן פֿאַרפֿרוירענע מילעך איז, אָנצוהייצן אַ טעפּל וואַסער אין מיקראָכוואַלניק; דערנאָך אַוועקשטעלן דאָס טעפּל וואַסער אויפֿן טיש, און אַרײַנשטעלן דאָס פֿלעשל ברוסטמילעך, ביז זי דערגרייכט די שטוב־טעמפּעראַטור.
פּלאַסטיש געפֿעס: אַ צאָל שטודיעס האָבן שוין אָנגעוויזן, אַז די פּלאַסטישע כּלים בשעת מע דערוואַרעמט אין זיי דאָס עסן, לאָזן אַרויס כעמישע שטאָפֿן (אַזוי ווי דעם האָרמאָן, עסטראָגען) אינעם עסן. לייגט בעסער דאָס עסן אַרײַן אין אַ גלעזערנעם טעלער, דעקט עס צו מיט אַ פּאַפּירן האַנטעכל, און וואַרעמט עס אָן אַזוי. כּלים, געמאַכט פֿון שוימפּלאַסט (styrofoam), זענען אויך געפֿערלעך.
פּאָרצעלײַענע טעלער מיט אַ מעטאַלישן ראַנד: אַ טייל פּאָרצעלײַענע טעלער און שיסלען ווערן באַצירט מיט אַ דינעם מעטאַלענעם ראַנד. אויב איר האָט אַזעלעכס, שטעלט עס נישט אַרײַן אין מיקראָכוואַלניק. אַפֿילו זייער אַ דינע ליניע פֿון מעטאַל קאָן קאַליע מאַכן דאָס אייוועלע.
פּאָרטאַטיווע קופֿלען: די שטאָלענע קופֿלען, וואָס האַלטן קאַווע און טיי וואַרעם בעת איר זענט אויפֿן וועג, זאָל מען נישט אַרײַנשטעלן אין מיקראָכוואַלניק, ווײַל אויך דאָס קען אים קאַליע מאַכן.
אַלטע קופֿלען: געוויסע קופֿלען און טעפּלעך וואָס מע האָט געמאַכט פֿאַר די 1960ער יאָרן, זענען אָפֿט מאָל געווען גלאַזירט מיט מאַטעריאַלן, וואָס קאָנען אַרויסלאָזן ראַדיאַציע, און האָבן אויך אָפֿט געהאַט שפּורן פֿון בלײַ און אַנדערע געפֿערלעכע שווערע מעטאַלן. אויב איר ווייסט נישט ווי אַלט איז די כּלי, דערוואַרעמט דאָס געטראַנק אין אַ גלאָז.
אַ ליידיקער מיקראָכוואַלניק: אויב איר שטעלט אָן די מאַשין על־פּי־טעות, ווען ס׳איז גאָרנישט פֿאַראַן אינעווייניק, איז אויך אַ סכּנה. ווען ס׳איז נישטאָ קיין שפּײַז אָדער געטראַנק אויפֿצונעמען די מיקראָכוואַליעס, אַבסאָרבירט דער „מאַגנעטראָן‟ (דאָס וואָס דערמעגלעכט דעם מיקראָכוואַלניק צו פֿונקציאָנירן) די כוואַליעס אַליין, וואָס קאָן צעשטערן די מאַשין אָדער גורם זײַן אַ שׂריפֿה.
1. ציבעלעס: די פֿײַכטקייט פֿונעם אײַזקאַסטן מאַכט זיי ווייך און פֿאַרשימלט. לייגט זיי אין אַ קיל, טריקן אָרט — אָבער ווײַט פֿון די קאַרטאָפֿליעס; אַנישט וועלן זיי ביידע גיך קאַליע ווערן;
2. געמאָלענע קאַווע: אין אײַזקאַסטן פֿאַרלירט קאַווע דעם טעם. אין פֿרירער איז בעסער. (תּיכּף־קאַווע מעג מען אָבער יאָ האַלטן אין פֿרידזשידער.);
3. איילבערט־בוימל: ווען מע האַלט אים אין פֿרידזשידער, ווערט ער געדיכט ווי פּוטער. לאָזט עס גיכער בײַ דער שטוב־טעמפּעראַטור;
4. באַזיליק־בלעטער: לייגט זיי אין אַ טעפּל פֿריש וואַסער אין דער שטוב־טעמפּעראַטור, ווײַל אין פֿרידזשידער ווערן זיי גיך שוואַרץ און פֿאַרוויאַנעט;
אַ פֿולע פּאָרציע פֿון טונקל־גרינע בלעטער יעדן טאָג קאָן פֿאַרהיטן פֿון ווערן עובֿר־בטל, גיט איבער אַ נײַע שטודיע.
די פֿאָרשער האָבן אָבסערווירט מער ווי 950 עלטערע לײַט במשך פֿון פֿינעף יאָר, און געהאַלטן אַ חשבון פֿון זייערע עס־געוווינהייטן און גײַסטיקע פֿעיִקייטן.
בײַ די וועלכע האָבן יעדן טאָג געגעסן איינע אָדער צוויי פּאָרציעס שפּינאַט, בלעטערקרויט (kale), גאָרטשיצע־בלעטער (mustard greens) אָדער „קאָלאַרד־בלעטער‟, איז די ירידה פֿון די מוח־פֿונקציעס געווען פּאַמעלעכער, איידער בײַ די, וואָס האָבן נישט געגעסן קיין שום בלעטער, האָט די שטודיע אַנטדעקט.
די זעלבע רעזולטאַטן האָט מען געזען בײַ אַלע גרופּעס מענטשן — בײַ מענער און בײַ פֿרויען; בײַ געבילדעטע און ווייניק־געבילדעטע; בײַ די וואָס רייכערן פּאַפּיראָסן און די וואָס רייכערן נישט; בײַ די וואָס מאַכן פֿיזישע געניטונגען, און מאַכן נישט; און אַפֿילו די וואָס האָבן אַ משפּחה־געשיכטע פֿון „אַלצהײַמערס‟, און די וואָס האָבן עס נישט.
אין די טונקל־גרינע בלעטער געפֿינט זיך אַ הויכער פּראָצענט וויטאַמין K, ווי אויך אַנדערע וויכטיקע נערשטאָף, האָט איבערגעגעבן די הויפּט־מחברטע פֿון דער שטודיע, מאַרטאַ קלער מאָריס, אַן עפּידעמיאָלאָגין פֿון אַן „אַלצײַמערס‟־אָפּטייל בײַם מעדיצינישן צענטער פֿונעם שיקאַגער „ראָש־אוניווערסיטעט‟.
הגם די שטודיע האָט נישט באַוויזן בפֿירוש, אַז די בלעטער קאָנסערווירן די פֿעיִקייט צו טראַכטן קלאָר, האָט אַ צווייטער עקספּערט, ד״ר איוועט שעלין, באַמערקט, אַז די רעזולטאַטן זענען „אינטערעסאַנט און אויך אַ ביסל איבערראַשנדיק‟.
„ס׳לייגט זיך אויפֿן שׂכל, אַז גרינע בלעטער וועלן ווירקן אויף אַ מענטשנס גײַסטיקן געזונט,‟ האָט שעלין, אַ פּראָפֿעסאָרין פֿון פּסיכיאַטריע און נעווראָלאָגיע אין דער מעדיצינישער שול פֿונעם פּענסילווייניער אוניווערסיטעט געזאָגט. „מיר ווייסן שוין פֿון פֿריִער, אַז די שפּײַזן, וואָס מיר עסן אָדער עסן נישט ווירקן אויף דער ריזיקע פֿאַר הויכן בלוטדרוק און האַרץ־קראַנקייט, און קאָנען ביידע פֿאַרגיכערן די ירידה פֿונעם מוח,‟ האָט זי דערקלערט. „אָבער פּינקטלעך ווי אַזוי די בלעטער קאָנען העלפֿן אויסמײַדן עובֿר־בטלדיקייט, ווייסן מיר נישט.‟
ווען דער געוועזענער פּרעזידענט פֿון האַרוואַרד, לאָרענס סאָמערס, האָט אין 2005 געשטעלט די פֿראַגע, צי דער דוחק פֿון פֿרויען אין די קאַטעדרעס פֿון וויסנשאַפֿט און מאַטעמאַטיק איז אפֿשר אַ סימן, אַז מענער האָבן אַ גרעסערע אײַנגעבוירענע פֿעיִקייט צו מאַטעמאַטיק איידער פֿרויען, האָט עס אַרויסגערופֿן אַזאַ געוואַלד, אַז האַרוואַרד האָט אים געמוזט באַזײַטיקן פֿון דער פּאָזיציע.
לאָרענס׳ קריטיקער האָבן געטענהט, אַז די סיבה פֿאַרן דוחק פֿון פֿרויען אין די וויסנשאַפֿטלעכע פֿאַכן איז, אַז במשך פֿון זייער בילדונג, האָט מען די מיידלעך פּשוט נישט גענוג געמוטיקט זיך אויסצוצייכענען אין מאַטעמאַטיק. בעת די מחלוקת האָט זיך צעפֿלאַקערט, האָבן אַ צאָל אַקטיוויסטן זיך אונטערגענומען צו טאָן אַלץ מעגלעך, צו דערמעגלעכן די פֿרויען אויסצוקלײַבן פֿאַכן אין וויסנשאַפֿט, טעכנאָלאָגיע, אינזשענעריע און מאַטעמאַטיק.
די פּאָטראַווע, וואָס האָט בלויז אַ ביסל צוקער, איז אַ גוטער מיטל צו באַפֿרידיקן דעם הונגעריק, אין די טעג, ווען ברויט איז נישט קיין אָפּציע.
שפּריצבוימל
3 גרויסע אייער
1/3 טעפּל צוקער
1/4 טעפּל בוימל
3/4 טעפּל מצה־מעל
ווען מע גייט אין שפּיטאָל צוליב אַ צעבראָכענעם אָרעם, וועלן די דאָקטוירים, געוויינטלעך, אָפּערירן אויף דעם, אָבער לויט די רעזולטאַטן פֿון אַ צוויי־יאָריקער שטודיע, קאָנען ס׳רובֿ בראָכן פֿונעם אָרעם זיך אויסהיילן אָן שום כירורגיע. דעם באַריכט האָט מען לעצטנס פּובליקירט אינעם מעדיצינישן זשורנאַל JAMA.
די פֿאָרשער האָבן אָבסערווירט 231 פּאַציענטן, וועלכע זענען אַרײַנגענומען געוואָרן אין בריטישע שפּיטאָלן צוליב אַ בראָך אינעם הומערוס — דער ביין וואָס פֿאַרבינדט דעם אַקסל מיטן עלנבויגן. 114 פֿון די פּאַציענטן האָט מען געשיקט אויף כירורגיע, און בײַ 117 פֿון זיי האָט מען פּשוט פֿאַרבונדן דעם אָרעם מיט אַ בינדע, כּדי ער זאָל בלײַבן אומבאַוועגלעך. די פֿאָרשער האָבן צוויי יאָר לאַנג געהאַלטן אַן אויג אויף די פּאַציענטן פֿון ביידע גרופּעס, און זיי רעגלמעסיק געמאַכט אַ גוף־באַטראַכטונג.
ווי עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, האָבן ביידע גרופּעס געהאַט ענלעכע רעזולטאַטן, וואָס שייך ווייטיקן און באַקוועמלעכקייט, אָבער דווקא אין דער כירורגיע־גרופּע האָבן זיך אַנטוויקלט מער פּראָבלעמען מיטן האַרץ און מיטן אָטעמען.
דער הויפּט־מחבר פֿון דער שטודיע, ד״ר אַמאַר ראַנגאַן, פֿון „דזשיימס קוק שפּיטאָל‟ אין מידלסבראָ, ענגלאַנד, האָט געזאָגט, אַז געוויסע ברוכן פֿאָדערן יאָ כירורגיע, אָבער יענע פּאַציענטן האָט מען נישט אַרײַנגענומען אין דער שטודיע.
„פּאַציענטן זענען שוין גענוג דערשראָקן, ווען זיי קומען אין שפּיטאָל מיט אַן צעבראָכענעם ביין,‟ האָט ער געזאָגט. „איצט קענען מיר זיי פֿאַרזיכערן, אַז כירורגיע איז נישט נייטיק.‟
לערנט זיך אויס ווי צו מאַכן געפֿרישטע מצות און אַ שפּינאַט־פֿײַנקוכן פֿאַר אײַערע פּסחדיקע פֿרימאָרגנס.
אין דער שטאָט דעווענטער, אין מיזרח־האָלאַנד, פֿירט מען איצט דורך אַ געזעלשאַפֿטלעכן עקספּערימענט, וואָס העלפֿט סײַ די עלטערע לײַט, סײַ יונגע סטודענטן.
אינעם געלן ציגלנעם הויז, וווּ עס וווינען בערך 160 פּענסיאָנערן, האָבן זיך אַרײַנגעצויגן זעקס סטודענטן, וועלכע באַצאָלן נישט קיין דירה־געלט. אַנשטאָט דעם העלפֿן זיי, צום ווייניקסטן 30 שעה אַ חודש, מיט געוויסע פֿונקציעס, וואָס די אָנגעשטעלטע האָבן פּשוט נישט קיין צײַט צו טאָן: גיין מיט די עלטערע אײַנוווינער אײַנקויפֿן, שפּילן ברעטשפּילן אָדער קאָרטן מיט זיי, אָדער סתּם שמועסן.
לויט אַן אַרטיקל אין דער אירלענדישער צײַטונג The Journal.ie, האָט דער הויפּט פֿונעם פּענסיאָנערן־הויז, געאַ סיפּקעס, געזאָגט: „ס׳איז וויכטיק נישט צו איזאָלירן די עלטערע לײַט פֿון דער דרויסנדיקער וועלט. ווען אַ מענטש איז 96 יאָר אַלט, און לײַדט ווייטיקן אין קני, קענען די דאָקטוירים ווייניק טאָן וועגן דעם, אָבער מיר קענען כאָטש שאַפֿן אַ סבֿיבֿה, וווּ מע פֿאַרגעסט וועגן דעם ווייטיק.‟
3 אייער
1 טעפּל בוימל
1 טעפּל צוקער
2 לעפֿל ברוינער צוקער
2 טעפּלעך געריבענע זוקיני
3 טעפּלעך מעל
1 לעפֿעלע באַקסאָדע
3 לעפֿעלעך צימערינג
1/2 לעפֿעלע זאַלץ
1/2 טעפּל צעהאַקטע וועלשענע ניס
(דער רעצעפּט גילט אויף 24 טערטעלעך)
הייצט אָן דעם אויוון ביז 325 גראַד (162 צעלזיוס)
צעגלאָגט די אייער ביז זיי ווערן ליכטיק־געל. גיט אַרײַן דעם בוימל, ביידע מינים צוקער און זוקיני. מישט גוט אויס מיט אַ הילצערנעם לעפֿל.
אין אַ באַזונדערער שיסל, מישט צונויף דאָס מעל, באַקסאָדע, צימערינג און זאַלץ, און דערנאָך קאָמבינירט עס מיטן זוקיני־געמיש. גיט אַרײַן די ניס.
באַשפּריצט מיט שפּריצבוימל אַ בעקן מיט 24 מאָפֿין־גריבלעך, אָדער באַלייגט יעדן מאָפֿין־גריבל מיט פּאַפּירעלעך. גיסט אַרײַן דאָס געמיש אין יעדן גריבל.
באַקט די מאָפֿינס 20 מינוט לאַנג, אָדער ביז אַ ציין־שטעכער, וואָס איר גיט אַרײַן אין די מאָפֿינס בלײַבט ריין.
4 גרויסע קאַרטאָפֿליעס
1 לעפֿעלע זאַלץ
4 לעפֿל איילבערט־בוימל
2 טעפּלעך געקאָכטער שפּינאַט
1/2־2 לעפֿעלעך קנאָבל־פּראָשיק
1/2־2 לעפֿעלעך ציבעלע־פּראָשיק
1/4־1/2 לעפֿעלע פֿעפֿער
4 לעפֿעלעך קאַנאָלע־בוימל
שפּריצבוימל
4 אייער
הייצט אָן דעם אויוון ביז 400 גראַד (204 גראַד צעלזיוס).
לויט אַ באַריכט פֿונעם זשורנאַל Consumer Reports, דאַרף מען זיך היטן וויפֿל רײַז־פּראָדוקטן מע גיט עופֿעלעך און קליינע קינדער צו עסן, צוליב דעם הויכן פּראָצענט פֿונעם סם אַרשעניק, וואָס געפֿינט זיך אין זיי.
דורך אַ ריי טעסטן וואָס די פֿאָרשער בײַ Consumer Reports האָבן דורכגעפֿירט אויף פֿאַרשידענע רײַז־פּראָדוקטן, האָבן זיי אַנטדעקט, אַז רײַז־קאַשע, רײַז־לאָקשן, רײַז־פּלעצלעך (rice cakes) און רײַז־געטראַנקען האָבן אַ ממשותדיקן פּראָצענט אַרשעניק, אַ נאַטירלעכע סובסטאַנץ, וואָס קאָן גורם זײַן אַ ראַק, האַרץ־פֿעלערן און צוקער־קרענק, אויב מע עסט אַ געוויסן סכום דערפֿון.
פּערלגרויפּן דינען ווי אַ געדיכט־מיטל אין דער היימישער פּאָטראַווע פֿון מיזרח־אייראָפּע
2 גרויסע ציבעלעס, צעשניטן
6 שטענגלעך סעלעריע, צעשניטן
6 מערן, צעשניטן
2 לעפֿל בוימל
2 פֿונט (907 גראַם) רינדערן פֿלייש מיט ביינער
1 פֿונט (454 גראַם) צעשפּאָלטענע גרינע אַרבעס
1/2 פֿונט (226 גראַם) רויע פּערלגרויפּן
3 לעפֿל צעשניטענער קראָפּ (dill)
זאַלץ און שוואַרצער פֿעפֿער, לויט אײַער געשמאַק
הייצט אָן דעם בוימל אין אַ זופּטאָפּ און ברוינט צו דאָס פֿלייש אויף אַלע זײַטן. לייגט דאָס פֿלייש אין אַ טעלער און פּרעגלט די ציבעלע, סעלעריע און מערן אינעם פֿעטס 2 מינוט.
לייגט צוריק אַרײַן דאָס פֿלייש, און גיט אַרײַן די צעשפּאָלטענע אַרבעס, פּערלגרויפּן, קראָפּ און גענוג וואַסער עס אַלץ צוצודעקן. הייצט עס ביז עס הייבט אָן זידן. פֿאַרקלענערט דאָס פֿײַער, דעקט צו דעם טאָפּ און קאָכט די זופּ בערך 2 שעה, ביז עס ווערט געדיכט און דאָס פֿלייש ווערט ווייך.
צעשנײַדט דאָס פֿלייש אויף קליינע שטיקלעך. באַזאַלצט און באַפֿעפֿערט די זופּ, גיסט אַרײַן אין באַזונדערע שיסלען און דערלאַנגט צום טיש.
ווען איך האָב דאָס ערשטע מאָל געלייענט, נאָך מיט אַ 5 יאָר צוריק, אַז געוויסע עלטערן דערלאָזן נישט, אַז מע זאָל וואַקצינירן זייערע קינדער, האָט זיך מיר געדאַכט, אַז דאָס איז אַ צײַטווײַליקע מאָדע, וואָס וועט אין גיכן פֿאַרגעסן ווערן.
דערווײַל זע איך, אַז דאָס איז געוואָרן ממש אַ באַוועגונג — אַפֿילו בײַ אַ צאָל „געבילדעטע‟ ייִדישע משפּחות, און איך פֿאַרשטיי עד־היום נישט פֿאַר וואָס טאַטעס און מאַמעס וואָלטן אויסגעשטעלט זייערע ליבע קינדער אויף אַזוינע פּאָטענציעלע סכּנות ווי מאָזלען, חזירל (מומס), קײַכהוסט און דיפֿטעריט.
אַן אַרטיקל אינעם אַקאַדעמישן זשורנאַל Pediatrics די וואָך גיט איבער אַ ידיעה, וואָס העלפֿט, צום טייל, דערקלערן פֿאַר וואָס די באַוועגונג איז נישט אָפּגעשוואַכט געוואָרן. דער אַרטיקל דערציילט וועגן אַן אַנקעטע, וואָס מע האָט דורכגעפֿירט מיט 534 משפּחה־דאָקטוירים אין יאָר 2012, וואָס האָט אָנגעוויזן, אַז ס׳רובֿ פּעדריאַטריקער און משפּחה־דאָקטוירים גיבן נאָך די עלטערן, וועלכע ווילן אָפּלייגן דאָס וואַקצינירן זייערע קינדער, נישט געקוקט אויף דעם וואָס די דאָקטוירים ווייסן גוט, אַז דאָס פֿאַרשטאַרקט די ריזיקע, אַז די קינדער וועלן זיך אָנשטעקן מיט מאָזלען, קײַכהוסט און אַנדערע געפֿערלעכע קינדער־קראַנקייטן.
עסיקפֿלייש, באַגלייט מיט קאַרטאָפֿל־קוגל און סטרוטשקעס
איך האָב שוין פֿון לאַנג באַמערקט אַ פֿענאָמען בײַ געוויסע משפּחות, וווּ קיין איינער פֿון די דערוואַקסענע קינדער האָט נישט חתונה געהאַט. דאָ רעד איך וועגן די משפּחות, וווּ טאַטע־מאַמע קומען דווקא גוט אויס, און זענען שוין יאָרן לאַנג צוזאַמען. מיט אַנדערע ווערטער, די קינדער האָבן אַ מוסטער פֿון אַ געראָטענעם זיווג־לעבן, אָבער האָבן פֿאָרט נישט חתונה געהאַט.
לויט אַן אַנקעטע, פּובליקירט פֿונעם „פּיו פֿאָרשצענטער‟ דעם פֿאַרגאַנגענעם סעפּטעמבער, לעבן הײַנט 25% אַמעריקאַנער אין די 40ער און 50ער אָן אַ זיווג. אין 2013 האָבן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן געוווינט מער ווי 100 מיליאָן אומבאַפּאָרטע מענטשן. 53% פֿון זיי זענען געווען פֿרויען, און 47% — מאַנצבילן.
ווי עס האָט לעצטנס איבערגעגעבן אַליסאָן קרוגער אין אַן אַרטיקל אין דער „ניו־יאָרק טײַמס‟, דאַרפֿן אָט די משפּחות זיך אַן עצה געבן מיט עטלעכע שוועריקייטן אין שײַכות מיט זייער סיטואַציע. ערשטנס — די געפֿילן פֿון די קינדער אַליין, וועגן נישט האָבן געפֿונען קיין לעבנס־באַגלייטער; צווייטנס, דאַרפֿן אַ סך פֿון די עלטערן שלום מאַכן מיט דער אידעע, אַז זיי וועלן מסתּמא נישט האָבן קיין אייניקלעך; דריטנס — דער דרוק פֿון דרויסנדיקע מענטשן.
פּראָבלעמען מיט מעדיקאַמענטן זענען די סיבה פֿאַר וואָס אַ סך קינדער ווערן געבראַכט אינעם פּקוח־נפֿש אָפּטייל פֿון שפּיטאָל, ווײַזט אָן אַ נײַע שטודיע.
די פֿאָרשער האָבן אַנטדעקט, אַז במשך פֿון אַ יאָר זענען אין אַ געוויסן קאַנאַדער קינדער־שפּיטאָל געווען בערך 8% פֿון די נויטפֿאַלן אַ רעזולטאַט פֿון מעדיקאַמענט־פּראָבלעמען, און בערך אַ דריטל פֿון די אינצידענטן האָט מען געקאָנט אויסמײַדן, האָבן די פֿאָרשער דערקלערט.
די גרעסטע צאָל נויטפֿאַלן זענען געווען אין שײַכות מיט אינפֿעקציעס אָדער מיט אַסטמע.