No Place Like Home

רײַז־פּראָדוקטן קאָנען זײַן אַ ריזיקע פֿאַר קליינע קינדער

Rice Products Can Pose a Risk for Young Children

  • Print
  • Share Share

לויט אַ באַריכט פֿונעם זשורנאַל Consumer Reports, דאַרף מען זיך היטן וויפֿל רײַז־פּראָדוקטן מע גיט עופֿעלעך און קליינע קינדער צו עסן, צוליב דעם הויכן פּראָצענט פֿונעם סם אַרשעניק, וואָס געפֿינט זיך אין זיי.

דורך אַ ריי טעסטן וואָס די פֿאָרשער בײַ Consumer Reports האָבן דורכגעפֿירט אויף פֿאַרשידענע רײַז־פּראָדוקטן, האָבן זיי אַנטדעקט, אַז רײַז־קאַשע, רײַז־לאָקשן, רײַז־פּלעצלעך (rice cakes) און רײַז־געטראַנקען האָבן אַ ממשותדיקן פּראָצענט אַרשעניק, אַ נאַטירלעכע סובסטאַנץ, וואָס קאָן גורם זײַן אַ ראַק, האַרץ־פֿעלערן און צוקער־קרענק, אויב מע עסט אַ געוויסן סכום דערפֿון.

בדרך־כּלל, שרײַבן די פֿאָרשער, זאָל מען קליינע קינדער נישט געבן מער ווי איין פּאָרציע אַ טאָג פֿון רײַז־קאַשע; רײַז־פּלעצלעך — בלויז איין מאָל אַ וואָך. די רײַז־געטראַנקען (אויך באַקאַנט ווי רײַז־מילעך) זאָל מען בכלל נישט געבן די קינדער, ייִנגער פֿון 5 יאָר.

וואָס שייך דעם עסן סתּם רײַז, האָבן געוויסע מינים רײַז ווייניקער אַרשעניק ווי אַנדערע. ווײַסע באַזמאַטי־רײַז פֿון קאַליפֿאָרניע, אינדיע און פּאַקיסטאַן, ווי אויך סושי־רײַז, האָט בלויז אַ העלפֿט פֿונעם סם ווי אַנדערע מינים רײַז. רײַז פֿון אַרקענסאָ, לויִזיאַנע אָדער טעקסאָס האָבן געהאַט דעם העכסטן פּראָצענט אַרשעניק.

ברוינער רײַז האָט מער אַרשעניק ווי ווײַסער, אָבער צוליב די וויכטיקע געזונט־מעלות פֿון ברוינעם רײַז, עצהן די פֿאָרשער עס ווײַטער צו עסן, אָבער מע זאָל גיכער קויפֿן ברוינעם באַזמאַטי־רײַז פֿון קאַליפֿאָרניע, אינדיע און פּאַקיסטאַן, וואָס האָט אַ דריטל ווייניקער אַרשעניק ווי אַנדערע מינים ברוינער רײַז.

אָרגאַנישער רײַז האָט, אַגבֿ, פּונקט אַזוי פֿיל אַרשעניק ווי נישט־אָרגאַנישער.