No Place Like Home

יאָגע ווערט מער פּאָפּולער אין אַמעריקע

Yoga Gaining in Popularity Among Americans

יאָגע ווערט אַלץ מער פּאָפּולער סײַ בײַ דערוואַקסענע, סײַ בײַ קינדער אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, גיבן איבער צוויי נײַע רעגירונג־אַנקעטעס.

אין פֿאַרגלײַך מיטן יאָר 2002, ווען בלויז 6% אַמעריקאַנער האָבן געזאָגט, אַז זיי האָבן שוין געפּרוּווט מאַכן יאָגע, „טײַ־טשי‟ אָדער „גי־גאָנג‟, האָט עס אין 2012 שוין געהאַלטן בײַ מער ווי 10%. אַ צווייטע אַנקעטע, וואָס האָט זיך קאָנצענטרירט אויף קינדער, האָט אַנטדעקט אַן ענלעכע טענדענץ: בערך 1.7 מיליאָן קינדער האָבן אין 2012 געפּרוּווט מאַכן יאָגע — 400,000 מער ווי אין 2007.

אַפֿילו די עלטערע לײַט ווערן שוין צוגעצויגן צו יאָגע. אין 2002 האָבן בערך 1% דערוואַקסענע עלטער פֿון 65 יאָר שוין געהאַט געפּרוּווט מאַכן יאָגע, אָבער אין 2012 איז עס געוואַקסן ביז 3%.

Read more


טשיקאַווע מיטלען צו האַלטן זאַכן אין קליינע ערטער

Tricks to Store Stuff in Small Places

אויב איר וווינט אין אַ הויז, צי בלויז אַ דירה, קאָנט איר תּמיד געפֿינען אָרט פֿאַר אײַערע זאַכן אַפֿילו אין די אומגעריכטסטע ווינקעלעך.

1). קיינעם פֿאַלט נישט אײַן וויפֿל פּלאַץ ס׳איז דאָ אונטער די טרעפּ. דאָ זעט מען ווי דער שיקאַגער אַר­כי­טעקט, טאָם סטרינגער, האָט אַרײַנ­גע­שטעלט שופֿ­לאָדן אין אַ הויז, וווּ עס וווינט אַ משפּחה פֿון פֿיר מענטשן.


2). אַנשטאָט צו שטעלן אַ לאָמפּ אויף אַ טישל, הענגט אים אויף אויף דער וואַנט.


3). דאָס שרײַבטישל לייגט זיך צונויף, ווען מע דאַרף עס נישט.


4). קויפֿט אַ זייגער וואָס לאָזט נישט בלויז וויסן די צײַט פֿון טאָג, אָבער האַלט אויך בלײַערס, פּענען און אַנדערע קליינע זאַכן.



קײַלעכלעך פֿון סטאַשקע־שמיר מיט האָבערגריץ

Peanut Butter Oat Balls

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

1/2־1 טעפּלעך נישט־געקאָכטער האָבערגריץ

1/2 טעפּל צעמאָלענער לײַנזוימען (ground flax seeds)

1/2 טעפּל קליינע שאָקאָלאַד־טשיפּקעלעך

1 טעפּל סטאַשקעשמיר

1/4 טעפּל האָניק

1/2 לעפֿעלע וואַניל

מישט צונויף דעם האָבערגריץ, צעמאָלענעם לײַן און שאָקאָלאַד־טשיפּקעלעך אין אַ גרויסער שיסל.

ניצנדיק אַ הילצערנעם לעפֿל, מישט אַרײַן דעם סטאַשקעשמיר, האָניק און וואַניל. דאָס געמיש וועט ווערן גאַנץ געדיכט.

קנייט אויס דאָס טייג אין קײַלעכלעך די גרייס פֿון אַ לעפֿל. לייגט די קײַלעכלעך אַרײַן אין אַ גלעזערנעם אָדער פּלאַסטישן קעסטל, וואָס לאָזט נישט אַרײַן קיין לופֿט, ווען מע דעקט אים צו. לייגט אַ בויגן וואַקס־פּאַפּיר צווישן די שיכטן קײַלעכלעך, כּדי זיי זאָלן זיך נישט צוקלעפּן איינס צום צווייטן. האַלט עס אין פֿרידזשידער, ביז עס גלוסט זיך אײַך אַ נאַש.


פֿרומע, ניט־חתונה־געהאַטע פֿרויען — און סעקסועל אַקטיוו

Orthodox Single Women - and Sexually Active

פֿון חנה קאַצמאַן

רבנים און אַנדערע אָרטאָדאָקסישע גײַסטיקע פֿירער ראַנגלען זיך לעצטנס אַלץ מער און מער מיט אַ קאָמפּליצירטן ענין: וואָס זאָל זײַן דער צוגאַנג צו די ניט־חתונה־געהאַטע אָדער געגטע פֿרומע לײַט, וועלכע האָבן סעקסועלע באַציִונגען? זאָל מען זיך מאַכן נישט־וויסנדיק? אָדער זאָל מען פֿירן אַן עפֿנטלעכע דיסקוסיע וועגן דעם?

די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט די ישׂראלדיקע רבנים־אָרגאַניזאַציע „צוהר‟ זיך אונטערגענומען אַרומצורעדן די טעמע אויף אַן אייגנאַרטיקער קאָנפֿערענץ בלויז פֿאַר פֿרויען, מיטן נאָמען: „אין דער ערשטער פּערזאָן: סעקסואַליטעט אין דער משפּחה און אין דער קהילה‟.

„צוהר‟ טרענירט רבנים דורכצופֿירן חתונות, וואָס קאָנען אַפּעלירן צו פֿרײַע ייִדן, אין גאַנצן פֿרײַ פֿון אָפּצאָל. די פֿרויען־וואָלונטירן פֿון „צוהר‟ לערנען כּלה־קלאַסן סײַ פֿאַר פֿרומע, סײַ פֿאַר פֿרײַע כּלות, וווּ מע דערקלערט זיי די דינים וועגן גיין צו דער מיקווה. אין דער קאָנפֿערענץ האָבן זיך באַטייליקט די דאָזיקע פֿרויען־וואָלונטירן, ווי אויך די ווײַבער פֿון די „צוהר‟־רבנים.

Read more


שאָפֿנפֿלייש־שניצל מיט ווײַן־סאָוס

Veal Marsala

אויב עס פֿאַרגלוסט זיך אײַך עפּעס פֿליישיקס, אָבער איר מײַדט אויס רינדערן פֿלייש צוליב געזונט־סיבות, פּרוּווט אויס שאָפֿנלייש — ס׳האָט ווייניקער פֿעטס און קאַלאָריעס ווי רינדערן פֿלייש.

3 פֿונט (1.36 קילאָ) דינע שאָפֿנפֿלייש-קאָטלעטן

1/2 טעפּל מעל

זאַלץ און שוואַרצער פֿעפֿער, לויט אײַער געשמאַק

6 לעפֿל איילבערט־בוימל

1 גרויסע ציבעלע, צעהאַקט

2 פֿונט (907 גראַם) פֿרישע שוועמלעך, צעשניטן אויף רעפֿטלעך

1 טעפּל מאַרסאַלער ווײַן

3 ציינדלעך קנאָבל, צעהאַקט

1/2־1 טעפּלעך רינדערן יויך (beef stock)

Read more


פּיצע קאָסט קינדער אַ שטיק געזונט

Pizza Takes a Slice Out of Children’s Health

במשך פֿון יענע טעג, וואָס אײַערע קינדער עסן פּיצע, נעמען זיי אײַן מער קאַלאָריעס, פֿעטס און נאַטריום ווי אין אַנדערע טעג, גיט איבער אַ נײַע שטודיע אינעם זשורנאַל Pediatrics.

יעדן טאָג עסן פּיצע 20% פֿון די אַמעריקאַנער קינדער אונטער 13 יאָר, און 25% פֿון די יוגנטלעכע צווישן 13 און 18. אַ טייל עסן עס ווי אַ מאָלצײַט, און אַנדערע — ווי סתּם אַ צובײַסן.

„צי מיר ווילן, צי מיר ווילן נישט, איז פּיצע הײַנט אַ באַליבט מאכל בײַ קינדער, מוזן מיר דעריבער פֿאַרזיכערן, אַז די פֿירמעס וואָס פּראָדוצירן פּיצע, זאָלן עס מאַכן אויף אַ מער געזונטן אופֿן,‟ האָט דערקלערט ליסאַ פּאַועל, אַ פּראָפֿעסאָרין פֿון פֿאָלקסגעזונט אינעם אילינויער אוניווערסיטעט אין שיקאַגע, און די מחברטע פֿון דער שטודיע.

Read more


אומסימפּאַטישע מיטוווינער אין פּענסיאָנערן־הויז

Unfriendly Neighbors in the Retirement Home

Wikipedia

אַ סך מענטשן איבער 65 יאָר פֿאַרברענגען די לעצטע תּקופֿה פֿון זייער לעבן אין אַ הויז פֿאַר פּענסיאָנירטע לײַט. איך געדענק, אַז איידער מײַן מאַמע ע״ה האָט זיך מיט צען יאָר צוריק אַריבערגעקליבן אין אַזאַ בנין, האָט זי זיך זייער געערגערט וואָס פֿאַר אַן אײַנדרוק זי וועט דאָרט מאַכן און האָט, אַ טאָג פֿאַרן אַרײַנציִען זיך, געבעטן בײַ מיר, איך זאָל איר קויפֿן אַ שיינע, שוואַרצע מאַרינאַרקע. „ווי קען איך דען אַרײַנגיין אינעם עפֿנטלעכן עסצימער, טראָגנדיק מײַן געלעכערטן סוועדער?‟ האָט זי געפֿרעגט.

די מאַמע האָט, אַ פּנים, פֿאַרשטאַנען, אַז אַפֿילו בײַ די לײַט, וועלכע האָבן לויט דער תּורה שוין דערגרייכט דעם עלטער פֿון חכמה, געפֿינען זיך נאָך יענע, וואָס באַרעדן אָדער באַעוולען אַ מענטשן בלויז ווײַל ער אָדער זי זעט נישט אויס, אָדער פֿירט זיך נישט אויף לויט „זייערע‟ סטאַנדאַרטן. כ׳האָב געוואָלט, אַז מײַן מאַמע זאָל זיך פֿילן באַקוועם אין דער נײַער סבֿיבֿה, האָב איך איר געקויפֿט די מאַרינאַרקע. מע האָט זי טאַקע זייער שיין אויפֿגענומען אינעם פּענסיאָנערן־הויז און זי איז קיין מאָל נישט באַעוולט געוואָרן פֿון די אַנדערע אײַנוווינער.

Read more


דער לעצטער טאַבו: גט־מעלדונגען

Breaking the Last Taboo: Divorce Announcements

מײַן זון האָט אַ מאָל באַמערקט, אַז יעדן מאָנטיק און דאָנערשטיק אין אונדזער שיל ווינטשט מען מזל־טובֿ אַ געוויסער עלטערער פֿרוי, צוליב אירס אַן אייניקל, וואָס איז לעצטנס פֿאַרקנסט געוואָרן אָדער חתונה געהאַט.

„יאָ, די פֿרוי האָט טאַקע אַ סך מזל אין דעם פּרט,‟ האָב איך אים געענטפֿערט. „אָבער דו און אַ סך אַנדערע ווייסן נישט, אַז איינער פֿון אירע אייניקלעך האָט זיך לעצטנס דווקא געגט. אַזוינע זאַכן וועט מען אין שיל נישט מעלדן.‟

דאָס זעלבע קען מען זאָגן אויך מיט „פֿייסבוק‟, ווי עס האָט לעצטנס געשריבן האַנאַ זעליגסאָן אין דער „ניו־יאָרק טײַמס‟: „אַ סך פֿון אונדז שטעלן אַרויס אַ געוויסן אימאַזש אויף ׳פֿייסבוק׳, אַז אונדזער זיווג־לעבן איז גלײַך ווי אַ שטענדיקע, גליקלעכע וואַקאַציע. אין דער סאָציאַלער נעץ פֿון מער ווי 1 ביליאָן מענטשן, לייענט מען גאָר זעלטן וועגן די קריגערײַען, אַנגסטן אָדער אומצופֿרידנקייט, וואָס זענען אַ נאַטירלעכער טייל פֿונעם צוזאַמענלעבן צווישן מאַן־און־ווײַב. די שוועריקייטן פֿונעם זיווג־לעבן זענען, אַ פּנים, אַ פֿאַרבאָטענע טעמע אויף ׳פֿייסבוק׳.‟

Read more


די אמתע געפֿילטע פֿיש

The Real Gefilte Fish

סאַבינאַ באַרשאַפּ, אַ קעכין פֿון וואַלבזשיך, פּוילן, ווײַזט ווי די ייִדן פֿלעגן מאַכן געפֿילטע פֿיש אין דער „אַלטער היים‟; ס׳איז גאָר אַנדערש ווי דאָס מאכל, וואָס מע עסט הײַנט.

הערט זיך אויך צו צום באַקאַנטן ליד „געפֿילטע פֿיש‟, אויפֿגעפֿירט פֿון „ייִדישפּיל־טעאַטער‟:


8 אופֿנים ווי אַ מאַנצביל קען מאַכן אַ גוטן רושם

8 Ways Men Can Make a Good Impression

אַז מע פֿרעגט בײַם ברייטן עולם, וואָס הייסט עס צו זײַן מענעריש, וועט איר אָפֿט מאָל הערן: מע דאַרף ליב האָבן ספּאָרט, טרינקען בראָנפֿן, פֿײַנט האָבן זיך אויסצופּוצן, אאַז״וו.

אָבער אויב אַ מאַן וויל טאַקע מאַכן אַ גוטן אײַנדרוק מיט זײַן „מענערישקייט‟ — שרײַבט דאַן סקאָטי אין דער צײַטונג Elite Daily — זענען יענע סטאַנדאַרטן בכלל נישט נייטיק. דערבײַ גיט ער אַכט עצות ווי אַזוי אַ מאַן קען מאַכן אַ גוטן רושם אויף זײַנע פֿרײַנד, מיטאַרבעטער, דעם באַלעבאָס — און אויף די פֿרויען.

Read more


ווייניק־פֿעטיקער שאָקאָלאַד־פּודינג

Low-Fat Chocolate Pudding

1/3 טעפּל ברוינער צוקער
2 לעפֿל קוקורוזע־קראָכמאַל (cornstarch)
1/8 לעפֿעלע זאַלץ
14 אונץ (396 גראַם) אָן־פֿעטיקע אויסגעדאַמפּטע מילעך
ווײַסלעך פֿון 2 אייער, צעקלאַפּט
1 לעפֿל + 1 לעפֿעלע וואַניל
2 לעפֿל האַלב־זיסע שאָקאָלאַד־טשיפּקעלעך
2 לעפֿל ווײַסע שאָקאָלאַד־טשיפּקעלעך
1/4 טעפּל קאַקאַו־פּראָשיק (אָן צוקער)

Read more


כ׳פֿיל זיך דאָ אַזוי ענג!

It’s Too Cramped in Here!

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

ס׳רובֿ פֿון אונדז האָבן נישט די מעגלעכקייט ממש צו פֿאַרגרעסערן אַ צימער אין הויז אָדער אין דער דירה, אָבער עס זענען דאָ געוויסע זאַכן, וואָס איר קענט טאָן צו געבן דעם אײַנדרוק, אַז דער צימער איז גרעסער ווי ער איז.

אָט זענען צוויי עצות פֿון דעקאָריר־עקספּערטן:

1) גיט צו פּאַסן

פּונקט ווי ווערטיקאַלע פּאַסן אויף קליידער מאַכן אַ מענטש אויסזען העכער, קאָנען פּאַסן אויף אַ טעפּעך מאַכן אַ צימער אויסזען לענגער.

2) פֿאַרבט אַ „האַלבע‟ וואַנט

פֿאַרבט דעם אונטערשטן העלפֿט פֿון דער וואַנט אַ טינקעלערן קאָליר ווי איר פֿאַרבט דעם אייבערשטן, וועט דער צימער אויסזען העכער.


קרויט־שטרודל

Cabbage Strudel

פֿון איוו יאַכנאָוויץ, שׂרה־רחל שעכטער

שׂרה־רחל און איוו מאַכן אַ באַליבט מאכל פֿון דער אַלטער היים; זעט, ווי די טייג ווערט אַזוי דין, ס׳איז ממש דורכזיכטיק!


בלויז 40% אַמעריקאַנער עסן ניס אַלע טאָג

Only 40% Americans Eat Nuts Each Day

הגם די נערונג־עקספּערטן גיבן איבער כּסדר, אַז ניס זענען אַ וויכטיקער טייל פֿון אַ געזונטער דיעטע, ווײַזט אָן אַ נײַע שטודיע פֿונעם „אַמעריקאַנער צענטער פֿאַר קראַנקייט־קאָנטראָל‟, אַז 60% אַמעריקאַנער עסן זיי כּמעט אין גאַנצן נישט.

בערך 38% אַמעריקאַנער עסן יאָ ניס יעדן טאָג. די פּאָפּולערסטע זענען רבי־ניסלעך און אַקאַזשוען (cashews), ווי אויך סטאַשקעשמיר (peanut butter).

Read more


אַ חידוש בײַ די הײַ־טעק עלטערן

Surprising Fact About Hi-Tech Parents

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

ווען מע פּרוּווט זיך פֿאָרשטעלן ווי אַזוי ס׳זעט אויס אין די הײַזער פֿון די גרויסע טעכנאָלאָגישע דערפֿינדער, מאָלט מען זיך אויס ממש אַ טעכנאָלאָגישן גן־עדן: די ווענט באַשטייען פֿון ריזיקע סענסאָר־עקראַנען (touch screens), און יעדעס קינד אין דער משפּחה האָט זײַן אייגענעם קאָמפּיוטער, iPad און מאָבילקע.

אָבער ווי איין זשורנאַליסט האָט זיך לעצטנס דערוווּסט, איז עס בכלל נישט אַזוי. ניק בילטאָן, אַ רעפּאָרטער פֿון הויך־טעכנאָלאָגישע ענינים פֿאַר דער „ניו־יאָרק טײַמס‟, האָט איטערוויויִרט סטיוו דזשאָובס — דער גרינדער פֿון פֿאַרשידענע Apple־פּראָדוקטן ווי דער iPad — עטלעכע יאָר פֿאַר דזשאָובס׳ פּטירה אין 2011. אויף טשיקאַוועס, האָט בילטאָן באַמערקט: „אײַערע קינדער האָבן מסתּמא שטאַרק ליב דעם iPad, אַיאָ?‟

Read more


ווייך בעטגעוואַנט אַ סכּנה פֿאַר נײַ־געבוירענע קינדער

Soft Bedding is Unsafe for Infants

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

אַנשטאָט אַ קאָלדרע זאָל מען אײַנוויקלען דאָס עופֿעלע אין אַ וואַרעם שלאָפֿזעקל

די גרעסטע זאָרג בײַ די עלטערן פֿון עופֿעלעך הײַנט־צו־טאָג איז, חלילה, אַ פּלוצעמדיקער טויט, אָדער ווי מע רופֿט עס בלע״ז — crib death. הגם די עקספּערטן זענען עד־היום נישט זיכער, פֿאַר וואָס אַזאַ זאַך טרעפֿט מיט געוויסע פּיצעלעך קינדער, האַלט מען, אַז די סיבה איז, אָפֿט מאָל, ווײַל דאָס קינד האָט זיך דערשטיקט.

איין קלאָרע סכּנה פֿאַר נײַ־געבוירענע קינדער איז די סחורה, מיט וועלכער מע לייגט זיי שלאָפֿן אין וויג. לויט אַ פֿעדעראַלער שטודיע פּובליקירט די וואָך אינעם זשורנאַל Pediatrics, שלאָפֿן כּמעט 55% עופֿעלעך באַדעקט מיט ווייכע קאָלדרעס, פּוכיקע פּערענעס אָדער קישנס, נישט געקוקט אויף דער סטאַטיסטיק, אַז אַזאַ סאָרט בעטגעוואַנט פֿאַרגרעסערט בײַ פּיצלעך קינדער די מעגלעכקייט פֿון דערשטיקט ווערן. אַז מע לייגט דאָס קינד שלאָפֿן מיטן פּנים אַראָפּ — איז די סכּנה נאָך גרעסער.

Read more


ווייניק־באַקאַנטע עצות ווי צו פֿאַרלירן וואָג

Lesser Known Ways to Lose Weight

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

טשעפּעט צו אַ פּעדאָמעטער צו אײַער מלבוש, וועט איר קענען מעסטן וויפֿל טריט איר מאַכט יעדן טאָג

מיר ווייסן אַלע די צוויי וויכטיקסטע תּקנות בײַם פֿאַרלירן וואָג: נעמט אַרײַן ווייניקער קאַלאָריעס בײַם עסן, און „פֿאַרברענט‟ מער קאַלאָריעס דורך פֿיזישע געניטונגען. דאָס בוך Stealth Health גיט אָבער אַ צאָל אַנדערע, ווייניק־באַקאַנטע עצות, וואָס קענען אײַך צוהעלפֿן בײַם ווערן אַ ביסל שלאַנקער:

  1. טרינקט אַ סך וואַסער: אויב איר ווילט טרינקען מאַראַנצן־זאַפֿט בײַ פֿרישטיק, איז אַדרבא, אָבער במשך פֿונעם טאָג זאָלט איר טרינקען בלויז וואַסער.

Read more


געפֿילטע קירבעסן

Stuffed Winter Squash

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

2 קירבעסן

1/2 טעפּל מאַרגאַרין אָדער קאָקאָסנוס־בוימל

2 טעפּלעך אָפּגעשיילטע צעהאַקטע עפּל

1 טעפּל צעהאַקטע פּעקאַנען

1/4 טעפּל געטריקנטע זשורעכלינעס

Read more


לאַטקעס, פּאָנטשקעס און משקה לכּבֿוד חנוכּה

Latkes, Donuts and Drinks for your Hannukah party

שׂרה־רחל און איוו גרייטן צו די היימישע פּאָטראַוועס, און די ייִדיש־רעדנדיקע „באַריסטאַ‟, ליאנה יעלען, מישט די געטראַנקען.


אַרוגולע מיט לאָקשן און נאַהיט

Arugula With Pasta and Chick Peas

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

מיט אַ חודש צוריק האָב איך אײַך געבראַכט אַ זיסלעכן אַרוגולע־רעצעפּט מיט בוריקעס. אָט איז אַ מער פּיקאַנט אַרוגולע־מאכל, באַדעקט מיט דינע רעפֿטלעך פּאַרמעזשאַנער קעז.

די בעסטע לאָקשן פֿאַר אַזאַ מאכל זענען די איטאַליענישע — ווי מאַקאַראָני אָדער „פּענע‟ (penne).

אויב איר האָט נישט קיין צײַט צו קאָכן נאַהיט, שווענקט אויס און זיפּט אָפּ נאַהיט פֿון אַ פּושקע.

אַרוגולע־בלעטער זענען זייער געזונט ווײַל זיי האָבן אַ הויכן פּראָצענט פּראָטעיִן, פֿיברע, וויטאַמין K, C, A, פֿאָספֿאָר, קאַלציום און קאַליום.

Read more