קוקט ווי מיר קנייטן אויס טשערנאָוויצער חלה סײַ אויף אַ סאָפֿיסטיצירטן אופֿן, סײַ אויף אַזאַ גרינגן אופֿן, אַז אַפֿילו קינדער קענען עס טאָן.
זעט ווי מיר מאַכן דאָס געשמאַקע טראַדיציאָנעלע סוכּות־מאכל מיט שוועמלעך, רײַז און קעז (אָדער צעמאָלענע ניס, אויב איר ווילט אַ פּאַרעווע ווערסיע).
מײַן טאַטע ע״ה איז געווען זייער אַ וואַרעמער מענטש, אָבער פֿון צײַט צו צײַט, ווען ער איז נישט געווען צופֿרידן מיט אַ געוויסן זאָג אָדער אַקציע פֿון זײַנעם אַ נאָענטן, האָט ער זיך נישט געשעמט צו געבן אים אַ פּסק.
טאַקע דערפֿאַר פֿלעג איך זיך תּמיד זאָרגן, ווען ער האָט מיר פֿאָרגעלייגט גיין מיט אים אויף אַ טעפּל קאַווע. וויסנדיק, ווי פֿאַרנומען ער איז תּמיד געווען בײַ דער אַרבעט, האָב איך אויסגעטײַטשט „דאָס טעפּל קאַווע‟ ווי אַ רמז, אַז ער איז נישט צופֿרידן מיט עפּעס, וואָס איך האָב געזאָגט אָדער געטאָן. אַ מאָל האָט ער טאַקע געהאַט עפּעס אַ טענה צו מיר, אָבער געוויינטלעך האָב איך זיך אומזיסט געזאָרגט; ער האָט, אַ פּנים, פּשוט געוואָלט כאַפּן אַ פֿרײַנדלעכן שמועס מיט זײַן עלטסטער טאָכטער.
איך האָב זיך דערמאָנט אין דעם, לייענענדיק אַן אַרטיקל אין דער „ניו־יאָרק טײַמס‟ פֿון אַדאַם גאַלינסקי, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון דער געשעפֿט־שול אין קאָלאָמביע־אוניווערסיטעט, וועגן דעם פּחד, וואָס אַ מענטש דערפֿילט, ווען זײַן באַלעבאָס אָדער אַן אַנדער מין אויטאָריטעט־פֿיגור זאָגט אים, אַז ער דאַרף מיט אים עפּעס „אַרומרעדן‟ (//www.nytimes.com/2015/08/16/jobs/when-youre-in-charge-your-whisper-may-feel-like-a-shout.html?_r=0).
פּראָפֿ׳ גאַליסנקי דערציילט, ווי ער האָט אַליין אַ מאָל געזאָגט צו איינער פֿון זײַנע דאָקטאָראַנטקעס: „גייל, איך דאַרף מיט אײַך רעדן. קענט איר צוקומען צו מײַן ביוראָ 3:00?‟ גייל איז געקומען צו דער צײַט, און אויסגעזען אַ ביסל פֿאַרזאָרגט. ער האָט איר געוויזן עטלעכע קליינע ענדערונגען אין זייער בשותּפֿותדיקער פֿאָרש־אַרבעט, און דערנאָך פֿרײַנדלעך געמאָלדן, אַז ער דאַרף איצט גיין אין קלאַס. מיט אַ שטרענגער מינע האָט גייל געזאָגט: „כ׳בעט אײַך, איר זאָלט מער נישט טאָן אַזוינס!‟
1. אויב איר זענט שוין מיד פֿון אויפֿהייבן די „לעגאָ‟־שטיקלעך, וואָס וואַלגערן זיך כּסדר אויף ד׳רערד, קויפֿט (אָדער נייט צונויף) זייער אַ גרויסן זאַק, געמאַכט פֿון אַ שטאַרקער סחורה — לײַוונט, למשל — וואָס ציט זיך צונויף מיט אַ שטריק. די קינדער קענען אונטערלייגן דעם זאַק אונטער זיך, איידער זיי הייבן אָן בויען זייערע סטרוקטורן.
ווען זיי ענדיקן די שפּיל, דאַרפֿן זיי בלויז צונויפֿציִען דעם שטריק אויפֿן זאַק, און אַלע „לעגאָ‟־שטיקלעך וועלן במילא אַרײַנפֿאַלן אינעם זאַק.
2. ניצט אויס דאָס ליידיקע אָרט הינטער דער טיר: באַשטעלט (אָדער בויט אַליין) שמאָלע הילצערנע פּאָליצעס, אויף וועלכע מע קען אויסשטעלן די קינדער־ביכלעך. היט זיך אָבער, אַז די קינדער זאָלן אַליין נישט קריכן אויף די פּאָליצעס. דאָס האָלץ איז טאַקע גענוג שטאַרק צו האַלטן די ביכלעך, אָבער בשום־אופֿן נישט פֿאַר קליינע „מאַלפּעלעך‟!
3. אויב אײַער קינד פֿאַרמאָגט אַ סך קליינע ליאַלקעס — ווי, למשל, די מאָדעלקעס פֿון דער „באַרבי‟־סעריע — קענט איר זיי אַלע האַלטן אויף אַן אָרט דורך אויפֿהענגען אַ שוך־האַלטער אויף דער טיר, און אַרײַנשטעקן אַ ליאַלקע אין יעדער קעשענע. דאָס וועט, ערשטנס, ווײַזן די קינדער ווי גרינג עס איז צו געפֿינען זייערע ליאַלקעס ווען מען האַלט זיי אַלע אויף איין אָרט, און צווייטנס, גיבן זיי די געלעגנהייט צו באַקוקן זייער גאַנצע זאַמלונג מיט איין בליק.
דער צווייטער פֿון 4 קאַפּיטלען אין אונדזער קאָך־סעריע לכּבֿוד די קומעדיקע יום־טובֿים — איין פֿליישיקער צימעס און איין וועגעטאַריער נוסח
ווען דעבראַ ניקסאָן, אַן 58־יאָריקע געוועזענע קראַנקן־שוועסטער, גייט זיך באָדן אין שווימבאַסיין, קריגט זי אַ סך קאָמפּלימענטן — מערסטנס, פֿון פֿרויען — וועגן איר באָד־קאָסטיום. אין פֿאַרגלײַך מיט אַ סך אַנדערע פֿרויען און מיידלעך, וואָס טראָגן ביקיניס, טראָגט דעבראַ לאַנגע שוואַרצע זאָקן און אַ פּאַסנדיק שוואַרץ העמד מיט אַרבל, ענלעך צום קאָסטיום וואָס די אינדלער („סערפֿער‟) טראָגן.
דעבראַ איז נישט קיין פֿרומע ייִדישע פֿרוי; זי איז נישט קיין ייִדישע בכלל. זי איז פּשוט איינע פֿון אַ וואַקסנדיקער צאָל פֿרויען, וואָס פֿילן זיך באַקוועמער, ווען זיי טראָגן באַשיידענע באָד־קאָסטיומען. „אַז מע ווערט עלטער, וויל מען נישט ווײַזן צו פֿיל פֿונעם גוף,‟ האָט דעבראַ געזאָגט, צוגעבנדיק: „דערצו באַשיצט עס מיך בעסער פֿון די זונשטראַלן.‟
דעבראַס באָד־קאָסטיום איז פּראָדוצירט געוואָרן פֿון דער פֿירמע HydroChic — איינע פֿון עטלעכע פֿירמעס אויף דער אינטערנעץ, וואָס ספּעציאַליזירן זיך אין צניעותדיקע שווימקעס. ווי אַ צאָל פֿון די אַנדערע פֿירמעס, איז HydroChic געגרינדעט געוואָרן דורך עטלעכע אָרטאָדאָקסישע ייִדישע פֿרויען, וואָס האָבן באַמערקט אַ דוחק אין שיינע, צניעותדיקע באָד־קאָסטיומען.
אין אַן אינטערוויו מיטן „וואָל־סטריט דזשורנאַל‟ האָט שׂרה וואָלף, איינע פֿון די גרינדער פֿון דער פֿירמע, דערקלערט, אַז כאָטש איר ציל איז געווען צו שאַפֿן צוציִיקע קליידער פֿאַר פֿרומע ייִדישע טעכטער, האָט זי מיט דער צײַט באַמערקט, אַז דער אינטערעס צו באַשיידענע קליידער איז לעצטנס געוואַקסן בײַ נישט־ייִדישע רעליגיעזע פֿרויען און אויך בײַ עלטערע און פֿעטערע פֿרויען, וואָס שעמען זיך אַרויסצוגיין אין ביקיניס און אַנדערע נישט־באַשיידענע באָד־קאָסטיומען. ייִנגערע פֿרויען, וועלכע זאָרגן זיך וועגן דער סכּנה פֿון די זונשטראַלן זענען אויך געוואָרן אירע קונים.
דאַנטאַ באָלין, אַ פֿרוי אין די אָנהייב־50ער פֿון טעקסאַס, האָט אַ פּשוטע סיבה פֿאַר וואָס זי האָט ליב באַשיידענע באָד־קאָסטיומען: זי שעמט זיך מיט אירע „נישט־שיינע פּולקעס‟. יאָרן לאַנג האָט זי געזוכט פּאַסיקע שווימקעס, ביז זי האָט זיך אַריבערגעצויגן קיין ניו־יאָרק און אַנטדעקט די שווימקעס פֿון HydroChic. איצט קריגט זי קאָמפּלימענטן פֿון די ראַטירערס אויף דער פּלאַזשע, און אויך פֿון פֿרומע קריסטלעכע פֿרויען, וואָס וווינען אין איר געגנט און פֿרעגן זי כּסדר: „וווּ קויפֿסטו דײַנע באָד־קאָסטימען?‟
„בײַ מיר האָט עס אָבער בכלל נישט קיין שײַכות צו רעליגיע,‟ האָט דאַנטאַ געזאָגט. „איך וויל פּשוט נישט אַנטבלויזן געוויסע טיילן פֿון גוף,‟ האָט זי געזאָגט.
די מערן אינעם פֿיש רעפּרעזענטירן מזל־ברכה, און דער האָניק־לעקעך זאָגט אונדז צו אַ זיס יאָר.
אַ סך עלטערן זאָרגן זיך, אַז זייערע קינדער נעמען נישט אײַן די נייטיקע וויטאַמינען און מינעראַלן יעדן טאָג, ווײַל די קינדער זאָגן, אַז זיי האָבן פֿײַנט גרינסן. אין אַ טייל פֿאַלן עסט דאָס קינד גאָרנישט, אַחוץ סטאַשקעשמיר און אײַנגעמאַכטס אויף ברויט בײַ יעדער מאָלצײַט.
די זאָרג איז אַ באַרעכטיקטע, ווײַל אַ קינד דאַרף טאַקע האָבן די וויטאַמינען, כּדי צו וואַקסן ווי געהעריק. די נערונג־ספּעציאַליסטין סוזען מאַק׳ווילען האַלט אָבער, אַז אַ סך עלטערן ווייסן פּשוט נישט, ווי אַזוי צו דערלאַנגען די גרינסן צום טיש אויף אַן אופֿן, וואָס קען געפֿעלן ווערן די קינדער. אָט זענען אַ פּאָר פֿון אירע עצות:
* אויב איר האָט ביז איצט געגעבן די קינדער געקאָכטע גרינסן אָן שום סאָוס, פּרוּווט „אַרײַנשמוגלען‟ די גרינסן דורך מאַכן אַ גרינסן־זופּ און דערנאָך עס צעמאָלן מיט אַ שפּײַזמאַשין; באַשיט פּיצע מיט די גרינסן איידער איר באַקט עס אין אויוון, אָדער גיט אַרײַן ווייניקער פֿלייש, און מער גרינסן, אין אײַער טשאָלנט אָדער קאַסעראָל.
* אַ סך קינדער וועלן גיכער עסן גרינסן, אויב זיי קענען עס אײַנטינקען אין עפּעס, אַזוי ווי כומוס, „סאַלסאַ‟ אָדער סאַלאַט־סאָוס.
* מאַכט אַ „פֿרוכט־שייק‟ אָדער מישמילעך דורכן צעמאָלן שפּינאַט־בלעטער, אַוואָקאַדאָ, באַנאַנע און יאַגדע־יאָגורט. די באַנאַנע און יאַגדע־יאָגורט וועט צוגעבן אַ זיסלעכן טעם, וואָס וועט מסתּמא געפֿעלן ווערן די קינדער (זעט רעצעפּט).
* אויב אײַער קינד האָט ליב אַ קאַרטאָפֿל־פּורע (mashed potatoes), צעקוועטשט געקאָכטע מערן אָדער אַנדערע גרינסן און מישט זיי אַרײַן אין דער פּורע. אויב זיי האָבן ליב קעז, פֿרעגט זיי, אויב זיי ווילן אויספּרוּוון אַ גרינס געבאַקן מיט צעריבענעם פּאַרמעזשאַנער קעז.
* אויב דאָס קינד האָט ליב מאַקאַראָנען מיט טשעדאַר־קעז, מישט אַרײַן צעמאָלענע געקאָכטע קירבעס, וואָס האָט דעם זעלבן קאָליר ווי טשעדאַר־קעז, און באַקט עס אַזוי אין אויוון
אויב איר האָט קליינע קינדער אין דער היים, אָדער אַפֿילו אויב עס קומען צו אײַך אַ מאָל יונגע געסט (אייניקלעך, אָדער די קינדער פֿון אײַערע פֿרײַנד), איז גוט זיך צו דערוויסן די אײַנפֿאַלן פֿון שאַפֿערישע עלטערן בײַם דערציִען קינדער. פֿון איצט אָן וועט איר געפֿינען אין יעדן נומער פֿון „נײַעס פֿאַר בני־בית‟ אַ ריי אײַנפֿאַלן אַזוינע, וואָס קאָנען אײַך אויך צו־ניץ קומען.
אויב איר האָט אַליין אויסגעטראַכט אַ מיטל צו העלפֿן קינדער, שיקט עס אונדז אַרײַן מיט אַ פֿאָטאָגראַפֿיע דערפֿון, וועלן מיר עס אפֿשר אויך אָפּדרוקן.
1. אויב אײַער קינד איז צו קליין צו דערגרייכן דעם קראַן פֿון אָפּגאָס, פֿאַרלענגערט דאָס רערל פֿון קראַן מיט דער הילף פֿון אַ ליידיקער שאַמפּו־פֿלאַש. שנײַדט אויס אַ לאָך פֿון אונטן און שלעפּט די פֿלאַש אַרויף אויפֿן קראַן, וועט דאָס וואַסער אַרויסרינען נענטער צום קינד.
2. אויב איר ווילט, אַז דער מיטאָג וואָס איר לייגט אַרײַן אין אײַער קינדס מיטאָג־קעסטל, זאָל בלײַבן קיל, לייגט אַרײַן מיט אַ נאַכט פֿריִער אַ שוואָם אין פֿרירער, און פּאַקט עס אײַן אינעם קעסטל דעם צווייטן אינדערפֿרי. דאָס האָט נאָך אַ מעלה: דאָס קינד קען מיטן שוואָם אָפּווישן דעם טיש, איידער ער לייגט דאָרט אַוועק זײַן מיטאָג!
3. שווענקט אויס אַ בינטל רויטע אָדער ווײַסע ווײַנטרויבן, און לייגט זיי אַרײַן אין פֿרירער. ווען איר נעמט זיי אַרויס מיט עטלעכע שעה שפּעטער, וועלן זיי האָבן דעם טעם פֿון קליינע ביסנס אײַזקרעם. קינדער האָבן דאָס שטאַרק ליב, און אַזוי וועלן זיי אײַננעמען אַ געזונטע דאָזע פֿון וויטאַמין C.
איר קענט אויך ניצן די פֿאַרפֿרוירענע טרײַבעלעך אַנשטאָט אײַז אין די געטראַנקען אין אַ הייסן זומערטאָג. אַזוי וועט דאָס געטראַנק נישט קריגן קיין פֿאַרוואַסערטן טעם, און וועט נאָך באַקומען אַ גוטן געשמאַק דערצו.
אַדאַפּטירט פֿון דער וועבזײַט kidsactivitiesblog.com
די שפּײַז־און־מעדיקאַמענטן אַדמיניסטראַציע האָט לעצטנס געוואָרנט, אַז די סכּנה פֿון האַרץ־ און מוח־אַטאַק פֿון די נישט־אַספּירין ווייטיק־מיטלען (ווי, למשל, Advil, Celebrex ,Motrin און Aleve) איז גרעסער ווי זי האָט ביז איצט געזאָגט.
די וואָרענונג קומט נאָך אַ ריי שטודיעס, וואָס ווײַזן אָן, אַז אַפֿילו בלויז קליינע דאָזעס פֿון די נישט־אַספּירין ווייטיק־מיטלען טראָגן מיט זיך אַ ריזיקע, און אַז מע זאָל זיי אײַננעמען אַזוי ווייניק ווי מעגלעך. מיליאָנען מענטשן נעמען זיי אײַן.
די מיטלען, וואָס זענען נישט קיין אַספּירין, זענען געוואָרן זייער פּאָפּולער נאָך דעם ווי די וויסנשאַפֿטלער האָבן מיט יאָרן צוריק זיך דערוווּסט, אַז אַספּירין קאָן גורם זײַן אַ בלוט־שטראָם אינעם בויך, מוח אָדער אין דער קישקע. וועגן דעם אַנטי־ווייטיק מיטל Tylenol, וואָס איז אויך נישט קיין אַספּירין, האָט מען מיט עטלעכע יאָר צוריק אויך געוואָרנט, אַז עס טראָגט אַ סכּנה — עס קאָן שאַטן דער לעבער.
קוקט ווי מיר גרייטן צו די מיזרח־אייראָפּעיִשע פּאָטראַווע אויף אַן אופֿן, אין וועלכן אַפֿילו די וואַרנישקעס זענען 100 פּראָצענט פֿרײַ פֿון גלוטען.
אַלע קענען מיר פּאַרשוינען, וואָס הערן נישט אויף צו פּלאַפּלען. ד״ר אַרט מאַרקמאַן, אַ פּסיכאָלאָגיע־פּראָפֿעסאָר אינעם טעקסאַסער אוניווערסיטעט, און דער מחבר פֿונעם בוך Smart Change, זאָגט, אַז די קאָמפּולסיווע רעדערס „נייטיקן זיך אין געזעלשאַפֿטלעכע אויסבײַטן. דערפֿאַר זוכן זיי אויס אַ ׳קרבן׳, ס׳מאַכט נישט אויס ווער עס איז. זיי דערשמעקן אַ געלעגנהייט צו זײַן געזעלשאַפֿטלעך, און טשעפּען זיך גלײַך צו‟.
ווי אַזוי קען מען אָפּשטעלן די דאָזיקע פּלוידערזעק? דזשעניפֿער קאַליטאַ, אַ קאָמוניקאַציע־ספּעציאַליסטין, זאָגט: „אויב איר גרייט זיך אָנצוהייבן אַ זיצונג, און איר ווייסט, אַז עס זיצט דאָרט אַ ׳פּלאַפּלער׳, זאָגט גלײַך פֿון אָנהייב: ׳איך מוז שליסן די זיצונג 3:00, איז לאָמיר זיך נעמען גלײַך צום ענין.‟ ווען איר שטעלט אַזאַ שטרענגע באַגרענעצונג, גיט עס אײַך אַ גוטן תּירוץ איבערצורײַסן יענעם, ווען ער צערעדט זיך.
1. לאָזט עפּעס מליִען אויפֿן אויוון: לייגט אַרײַן רעפֿטלעך לימענע, מאַראַנצן און געווירצן ווי לאַווענדל (lavender) און מינץ. דער זיסער ריח וועט אַרײַן אין אַלע ווינקעלעך פֿון הויז — אַ פּשוטער קונץ, וואָס מע קען מאַכן לטובֿת אַ מסיבה, אָדער סתּם אין אַ פּראָסטן דינסטיק.
2. שטעלט זיס־שמעקנדיקע ליכטלעך איבערן הויז — אָבער צינדט זיי נישט אָן: קלײַבט אויס ערטער, וווּ מע וואָלט זיך נישט געריכט אויף זיי, ווי, למשל, אין אַ שאַפֿע פֿון לײַלעכער אָדער האַנטעכער. די סחורה וועט אײַנזאַפּן דעם ריח; אַזוי וועט איר האָבן אַ שיינעם סורפּריז יעדעס מאָל, וואָס איר עפֿנט די טיר פֿון דער שאַפֿע. דערצו וועט דאָס בעטגעוואַנט אָדער די האַטעכער איבערפֿירן דעם ריח אין יעדן אָרט, וווּ מע ניצט זיי.
3. ברענגט די נאַטור אַרײַן אינעווייניק: געוויקסן רייניקן די לופֿט בעת זיי פֿאַרשענערן די שטוב, און אַ סך פֿון זיי האָבן שיינע ריחות אויך, ווי, למשל, געראַניום, עקאַליפּטוס, גאַרדעניע און אָרכידעעס.
4. ניצט אויס אײַערע לופֿט־עפֿענונגען (vents): טשעפּעט צו אַן אויטאָ־אָפּשמוכטער (deodorizer) צו די לופֿט־עפֿענונגען אָדער דעם לופֿטקילער. ווען די לופֿט בלאָזט דורך זיי, וועט דער ריח צעטראָגן ווערן איבערן צימער.
5. באַקט עפּעס זיס: דער ריח פֿון היים־געבאַקענע זאַכן געפֿעלט אַלעמען. אַפֿילו גרונט־סוחרים ווייסן, אַז אויב זיי ווילן, אַז א געוויסע דירה זאָל געפֿעלן די קונים, איז גוט פון פֿריִער צו באַקן צימערינג־בולקעס אָדער באַנאַנע־ברויט, וועט עס אָנפֿילן די צימערן מיט געשמאַקע ריחות פֿון די קינדער־יאָרן, און דערבײַ אפֿשר איבערצײַגן די קונים זיך אַרײַנצוציִען אַהין.
ווען די דערוואַקסענע קינדער פֿון אַלטע, קראַנקע עלטערן דאַרפֿן אָנהייבן מאַכן באַשלוסן וועגן זייער געזונט־באַדינונג, איז עס געוויינטלעך גרינגער, ווען זיי קענען עס טאָן אין איינעם מיט זייערע שוועסטער און ברידער.
וואָס טוט מען אָבער ווען די באַציִונגען צווישן די שוועסטער־ברידער זענען שוין אָנגעשטרענגטע? אין אַן אינטערעסאַנטן אַרטיקל אין דער „ניו־יאָרק טײַמס‟ לעצטנס, האָט די מחברטע, אַבי עלין, אינטערוויוירט אַ צאָל מענטשן אין אַזאַ מצבֿ, צו זען ווי אַזוי זיי גיבן זיך אַן עצה.
ראָזי, טערעזאַ און לינדאַ מאַק‘מאַהאַן, אײַנוווינער פֿון מאַסאַטשוסעטס, זענען יונגערהייט געווען אויף גוטע באַציִונגען אָבער נאָך דעם ווי דער טאַטע איז פּלוצלינג געשטאָרבן אין 2012, האָט זיך צווישן זיי אַנטוויקלט אַ שפּאַנונג. זיי האָבן נישט געוווּסט וואָס צו טאָן פֿאַר זייער 84־יאָריקער מאַמע, און פֿאַר זייער 53־יאָריקן ברודער, וואָס איז צוריקגעשטאַנען און דאַרף אַ רעדלשטול. די שוועסטער האָבן נישט געפֿונען קיין פּאַסיקע וווינונג פֿאַר עלטערע לײַט אין דער באָסטאָנער געגנט, האָבן זיי באַשלאָסן, אַז די מאַמע און ברודער וועלן זיך אַרײַנציִען מיט ראָזיס משפּחה אין אַמהערסט.
1. ניצט עסיק צו רייניקן דעם גאָרטן־מעבל: גיסט אָן אַ שפּריצפֿלעשל מיט ווײַסן עסיק און באַשפּריצט די דרויסנדיקע בענקלעך און טישן, וועלן פֿאַרשווינדן ווערן די שימל־פֿלעקן, און אַזוי וועט איר אויך קענען פֿאַרהיטן, אַז דער שימל זאָל זיך נישט פֿאַרשפּרייטן.
2. רייניקט די ים־שפּילעכלעך מיט בלייכעכץ: מישט צונויף 16 אונץ (473 מיליליטער) בלעכעכץ און איין גאַלאָן (3.78 ליטער) וואַסער. טינקט אײַן אַ שוואָם, און רײַבט אָפּ די פֿלעקן פֿון אַלע ים־פּילקעס און שווימבאַסיין־„לאָקשן‟. אויב די פֿלעקן פֿאַרשווינדן נישט, רײַבט זיי אָפּ מיט אַ בערשטל, און שווענקט די שפּילעכלעך אָפּ מיט וואַסער.
3. ניצט געמאָלענע קאַווע־פּראָשיק (נישט תּיכּף־קאַווע) צו פֿאַרטרײַבן מוראַשקעס: דער הויכער פּראָצענט שטיקשטאָף, וואָס געפֿינט זיך אין דער קאַווע, בריט זיי אָפּ. באַשיט די ערד לעבן דעם שוועל מיט דער קאַווע, וועלן זיי נישט אַרײַנקומען צו אײַך אין שטוב.
4. די פֿאַרווייך־בלעטלעך, וואָס מע לייגט אַרײַן אין טריקן־מאַשין, דינען אויך ווי אַ געראָטענעם מיטל אויסצומײַדן מאָסקיטן (קאָמאַרן), ווײַל זייער זיסער ריח פֿאַרשטעלט דאָס מענטשלעכע גערוך, וואָס ציט צו די מאָסקיטן. ווען איר זיצט אין דרויסן, שטאָפּט אָן אַ טעפּל מיט די פֿאַרווייך־בלעטלעך און שטעלט דאָס טעפּל אויף אַן אָרט לעבן אײַך.
5. אַ לופֿטקילער, וואָס זשומעט טאָג און נאַכט, קאָן קאָסטן אַ מאַיאָנטיק. שנײַדט אָפּ אַ שטיק פֿון אַן אָפּגעניצטן גומענע פֿינגערשיך, און שטופּט עס אַרײַן אונטער דער טיר, וועט עס האַלטן די טיר אָפֿן און אַרײַנלאָזן אַ זומערדיק ווינטל. עפֿנט גלײַכצײַטיק אַ פֿענצטער אין זעלבן צימער, וועט דאָס ווינטל צירקולירן איבער דער שטוב און מאַכן נאָך קילער.
ווי אַמעריקאַנער, שאַצן מיר הויך אָפּ דאָס קאָנען זײַן אומאָפּהענגיק — דאָס וווינען אַליין, דאָס קאָנען זיך אַליין אַן עצה געבן מיט די טאָג־טעגלעכע ענינים.
טאַקע דערפֿאַר באַשליסן אַ סך עלטערע לײַט צו וווינען אין זייער אייגענער שטוב, אַנשטאָט זיך אַריבערצוציִען אין אַ וווין־אָרט מיט געהילף־באַדינונג. ס׳דאַכט זיך, אַז ווען מע בלײַבט אינעם זעלבן הויז, וווּ מע קען יעדעס ווינקעלע, וווּ מע וווינט שוין צענדליקער יאָרן לאַנג, דערצויגן אַ משפּחה, געהאַט גוטע פֿרײַנד און שכנים, איז פּסיכאָלאָגיש געזינטער ווי צו גיין וווינען אויף דער עלטער אין אַ נײַ אָרט.
די פּראָבלעם איז אָבער, אַז אַ סך עלטערע לײַט, וואָס וווינען ווײַטער בײַ זיך אין שטוב, גייען זעלטן אַרויס און האָבן ווייניק קאָנטאַקט מיט דער דרויסנדיקער וועלט. לויט אַ באַריכט לעצטנס אינעם זשורנאַל JAMA Internal Medicine, גייען כּמעט 2 מיליאָן מענטשן עלטער פֿון 65 יאָר — כּמעט 6% אַמעריקאַנער — זעלטן אָדער קיין מאָל נישט אַרויס פֿון שטוב.
2 קאַטשלקעס
6 גרויסע שפּינאַט־בלעטער
1/2 טעפּל שוואַרצע בעבלעך, אויסגעשווענקט
1 פּאָמידאָר צעשניטן אויף קליינע שטיקלעך
1 אַוואָקאַדאָ, אין דינע רעפֿטלעך
זאַפֿט פֿון 1 לימענע
זאַלץ און שוואַרצער פֿעפֿער, לויט אײַער געשמאַק
צעלייגט צוויי קאַטשלקעס איבערן קאָכטישל. לייגט אַרײַן אין מיטן פֿון יעדער קאַטשלקע 3 שפּינאַט־בלעטער, 1/4 טעפּל שוואַרצע בעבלעך, אַ העלפֿט פֿון די צעשניטענע פּאָמידאָרן, אַ העלפֿט פֿון די אַוואָקאַדאָ־רעפֿטלעך, לימענע־זאַפֿט, זאַלץ און שוואַרצן פֿעפֿער.
בייגט איבער די זײַטן פֿון דער קאַטשלקע און וויקלט זיי אײַן, גיבנדיק אַכטונג, אַז די גרינסן און בעבלעך זאָלן נישט אַרויספֿאַלן.
2 טעפּלעך האָבערגריץ
1 טעפּל געמישטע ניס
1/4 טעפּל געמישטע קערעלעך (סעמעטשקעס, סימסום־קערעלעך, דיניע־קערעלעך)
3/4 טעפּל נישט־באַצוקערטע צעריבענע קאָקאָסנוס
1 לעפֿעלע צימערינג
אַ חבֿרטע מײַנע האָט מיר אַ מאָל דערציילט, אַז בעת אַן אינטערוויו פֿאַר אַ שטעלע אין אַ זומער־לאַגער, האָט דער דירעקטאָר זי געפֿרעגט, וואָס פֿאַר אַ פֿעיִקייטן האָט זי? נאָכן איבערגעבן עטלעכע פֿון אירע טאַלאַנטן, האָט זי צוגעגעבן: „און איך ווייס אויך ווי אַזוי צו אַרבעטן מיט עגאָיִסטן.‟ דער דירעקטאָר האָט זיך צעשמייכלט און געזאָגט: „אויב אַזוי, האָט איר טאַקע די פּאָזיציע.‟
דזשאָן אייקאָף, דער מחבר פֿון פֿינף ביכער, וואָס ווײַזן מענטשן, ווי אַזוי מצליח צו זײַן בײַ דער אַרבעט, האָט לעצטנס געשריבן, אַז הגם ס׳איז גוט צו האָבן אַ שיינעם רעזומע און אַ באַלעבאַטישן דיפּלאָם, זענען פּונקט אַזוי וויכטיק געוויסע סובטילע טאַלאַנטן, ווי דאָס קאָנען פֿרײַ שמועסן מיט די מיטאַרבעטער בעת דער מיטאָג־שעה; דאָס געדענקען אײַער מיטאַרבעטערס געבוירן־טאָג, אָדער דאָס וויסן ווי אַזוי אַרויסצוציִען אַ פּאַפּיר, וואָס איז שטעקן געבליבן אינעם אָפּדרוקער.
צוויי באַליבטע עסנס פֿון קוקורוזע