אַ פֿולע פּאָרציע פֿון טונקל־גרינע בלעטער יעדן טאָג קאָן פֿאַרהיטן פֿון ווערן עובֿר־בטל, גיט איבער אַ נײַע שטודיע.
די פֿאָרשער האָבן אָבסערווירט מער ווי 950 עלטערע לײַט במשך פֿון פֿינעף יאָר, און געהאַלטן אַ חשבון פֿון זייערע עס־געוווינהייטן און גײַסטיקע פֿעיִקייטן.
בײַ די וועלכע האָבן יעדן טאָג געגעסן איינע אָדער צוויי פּאָרציעס שפּינאַט, בלעטערקרויט (kale), גאָרטשיצע־בלעטער (mustard greens) אָדער „קאָלאַרד־בלעטער‟, איז די ירידה פֿון די מוח־פֿונקציעס געווען פּאַמעלעכער, איידער בײַ די, וואָס האָבן נישט געגעסן קיין שום בלעטער, האָט די שטודיע אַנטדעקט.
די זעלבע רעזולטאַטן האָט מען געזען בײַ אַלע גרופּעס מענטשן — בײַ מענער און בײַ פֿרויען; בײַ געבילדעטע און ווייניק־געבילדעטע; בײַ די וואָס רייכערן פּאַפּיראָסן און די וואָס רייכערן נישט; בײַ די וואָס מאַכן פֿיזישע געניטונגען, און מאַכן נישט; און אַפֿילו די וואָס האָבן אַ משפּחה־געשיכטע פֿון „אַלצהײַמערס‟, און די וואָס האָבן עס נישט.
אין די טונקל־גרינע בלעטער געפֿינט זיך אַ הויכער פּראָצענט וויטאַמין K, ווי אויך אַנדערע וויכטיקע נערשטאָף, האָט איבערגעגעבן די הויפּט־מחברטע פֿון דער שטודיע, מאַרטאַ קלער מאָריס, אַן עפּידעמיאָלאָגין פֿון אַן „אַלצײַמערס‟־אָפּטייל בײַם מעדיצינישן צענטער פֿונעם שיקאַגער „ראָש־אוניווערסיטעט‟.
הגם די שטודיע האָט נישט באַוויזן בפֿירוש, אַז די בלעטער קאָנסערווירן די פֿעיִקייט צו טראַכטן קלאָר, האָט אַ צווייטער עקספּערט, ד״ר איוועט שעלין, באַמערקט, אַז די רעזולטאַטן זענען „אינטערעסאַנט און אויך אַ ביסל איבערראַשנדיק‟.
„ס׳לייגט זיך אויפֿן שׂכל, אַז גרינע בלעטער וועלן ווירקן אויף אַ מענטשנס גײַסטיקן געזונט,‟ האָט שעלין, אַ פּראָפֿעסאָרין פֿון פּסיכיאַטריע און נעווראָלאָגיע אין דער מעדיצינישער שול פֿונעם פּענסילווייניער אוניווערסיטעט געזאָגט. „מיר ווייסן שוין פֿון פֿריִער, אַז די שפּײַזן, וואָס מיר עסן אָדער עסן נישט ווירקן אויף דער ריזיקע פֿאַר הויכן בלוטדרוק און האַרץ־קראַנקייט, און קאָנען ביידע פֿאַרגיכערן די ירידה פֿונעם מוח,‟ האָט זי דערקלערט. „אָבער פּינקטלעך ווי אַזוי די בלעטער קאָנען העלפֿן אויסמײַדן עובֿר־בטלדיקייט, ווייסן מיר נישט.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.