ווען איך האָב דאָס ערשטע מאָל געלייענט, נאָך מיט אַ 5 יאָר צוריק, אַז געוויסע עלטערן דערלאָזן נישט, אַז מע זאָל וואַקצינירן זייערע קינדער, האָט זיך מיר געדאַכט, אַז דאָס איז אַ צײַטווײַליקע מאָדע, וואָס וועט אין גיכן פֿאַרגעסן ווערן.
דערווײַל זע איך, אַז דאָס איז געוואָרן ממש אַ באַוועגונג — אַפֿילו בײַ אַ צאָל „געבילדעטע‟ ייִדישע משפּחות, און איך פֿאַרשטיי עד־היום נישט פֿאַר וואָס טאַטעס און מאַמעס וואָלטן אויסגעשטעלט זייערע ליבע קינדער אויף אַזוינע פּאָטענציעלע סכּנות ווי מאָזלען, חזירל (מומס), קײַכהוסט און דיפֿטעריט.
אַן אַרטיקל אינעם אַקאַדעמישן זשורנאַל Pediatrics די וואָך גיט איבער אַ ידיעה, וואָס העלפֿט, צום טייל, דערקלערן פֿאַר וואָס די באַוועגונג איז נישט אָפּגעשוואַכט געוואָרן. דער אַרטיקל דערציילט וועגן אַן אַנקעטע, וואָס מע האָט דורכגעפֿירט מיט 534 משפּחה־דאָקטוירים אין יאָר 2012, וואָס האָט אָנגעוויזן, אַז ס׳רובֿ פּעדריאַטריקער און משפּחה־דאָקטוירים גיבן נאָך די עלטערן, וועלכע ווילן אָפּלייגן דאָס וואַקצינירן זייערע קינדער, נישט געקוקט אויף דעם וואָס די דאָקטוירים ווייסן גוט, אַז דאָס פֿאַרשטאַרקט די ריזיקע, אַז די קינדער וועלן זיך אָנשטעקן מיט מאָזלען, קײַכהוסט און אַנדערע געפֿערלעכע קינדער־קראַנקייטן.
די דאָקטוירים, וועלכע האָבן (מיט ווייניק חשק) נאָכגעגעבן דעם פֿאַרלאַנג פֿון די עלטערן, האָבן געזאָגט, אַז זיי האָבן עס געטאָן, כּדי צו אַנטוויקלען אַ באַציִונג פֿון צוטרוי צווישן זיך און די עלטערן, און אויך — כּדי נישט צו פֿאַרלירן זיי ווי פּאַציענטן.
אין דער אַנקעטע, האָט מען געפֿרעגט די דאָקטוירים, ווי אָפֿט האָבן די עלטערן פֿון זייערע קינדער־פּאַציענטן אָפּגעלייגט דאָס וואַקצינירן זייערע קינדער ייִנגער פֿון צוויי יאָר. 93% פֿון די דאָקטוירים האָבן געענטפֿערט, אַז מע האָט, צום ווייניקסן, איין מאָל אַ חודש, געבעטן בײַ זיי אָפּלייגן די וואַקצינען. אַ פֿיפֿטל פֿון די דאָקטוירים האָבן געשאַצט, אַז מער ווי 10% פֿון די עלטערן האָבן דאָס געבעטן.
אַ דריטל פֿון די דאָקטוירים האָט געזאָגט, אַז זיי האָבן „אָפֿט‟ אָדער „תּמיד‟ נאָכגעגעבן דעם פֿאַרלאַנג פֿון טאַטע־מאַמע, און אַ דריטל האָט געענטפֿערט, אַז זיי גיבן נאָך „פֿון צײַט צו צײַט‟.
אין אַן אַרטיקל פֿון קאַטערין סיינט לויִס, וואָס איז לעצטנס פּובליקירט געוואָרן אין דער „ניו־יאָרק טײַמס‟, האָט ד״ר פּאָל אָפֿיט, אַ קינדער־דאָקטער אינעם „פֿילאַדעלפֿיער קינדער־שפּיטאָל‟, וועלכער איז נישט פֿאַרבונדן מיט דער אַנקעטע, באַמערקט, אַז דאָס נאָכגעבן די עלטערן שטימט מיט דער נײַער טענדענץ בײַ דאָקטוירים צו באַטראַכטן זייערע פּאַציענטן (אָדער די טאַטעס און מאַמעס פֿון זייערע פּאַציענטן) ווי שותּפֿים. „דאָקטוירים דערלויבן הײַנט זייערע פּאַציענטן צו האָבן אַ קול אין באַשליסן ווי אויפֿצוהאַלטן זייער געזונט, אָבער דער חסרון דערפֿון איז, אַז דו, דער דאָקטער, וואָס פֿאַרשטייסט מעדיצין אַ סך בעסער ווי דער פּאַציענט, דאַרפֿסטו מאַכן אַ שווײַג, אַפֿילו ווען דו ווייסט, אַז דער פּאַציענט מאַכט אַ שלעכטן באַשלוס.‟
צו פֿיל דאָקטוירים מאַכן פּשרות וועגן וואַקצינען, אַנשטאָט צו פּרוּוון איבערצײַגן די עלטערן, ווי וויכטיק עס איז צו וואַקצינירן קינדער, האָט ד״ר אָפֿיט געזאָגט.
„ס׳איז טרויעריק, וואָס מיר דערלויבן קינדער אַרויסצוגיין פֿון אונדזער ביוראָ אין אַ מצבֿ וואָס קאָן גורם זײַן טייטלעכע אינפֿעקציעס,‟ האָט ער געזאָגט. „דאָקטוירים האָבן פּשוט אַראָפּגעלאָזט די הענט, און פֿילן זיך ממש הילפֿלאָז.‟
אַ טייל פֿון דער צרה איז, אַז מע האָט ביז איצט נישט אויסגעאַרבעט קיין סטראַטעגיע פֿאַר דאָקטוירים ווי עצה־געבער פֿאַר די משפּחות.
שטעלט זיך די פֿראַגע: אויב געוויסע דאָקטוירים האַלטן, אַז די עלטערן מאַכן אַ גרויסן טעות בײַם נישט דערלויבן צו וואַקצינירן די קינדער, פֿאַר וואָס זאָגן זיי נישט די עלטערן, פּראָסט־און־פּשוט: „איך קען זיך נישט צוקוקן ווי איר שטעלט אַרויס אײַערע קינדער אויף אַזאַ סכּנה; אַרויס פֿון מײַן ביוראָ!‟? ענטפֿערט ד״ר סאַאַד אָמער, אַן עפּידעמיאָלאָג אין עמאָרי־אוניווערסיטעט, אַז ער פֿאַרשטייט פֿאַר וואָס משפּחה־דאָקטוירים וואַרפֿן נישט אַרויס אַזוינע פּאַציענטן — פּונקט אַזוי ווי זיי וואַרפֿן נישט אַרויס יענע פּאַציענטן, וועלכע ווילן נישט אויפֿהערן צו רייכערן פּאַפּיראָסן. „דאָקטוירים ווייסן, אַז ס׳איז נישט אידעאַל, אָבער זיי ווילן נישט פֿאַרלירן זייער פֿאַרבינדונג מיט דער משפּחה,‟האָט ער געזאָגט.
די „אַמעריקאַנער אַקאַדעמיע פֿון פּעדיאַטריק‟ עצהט דאָקטוירים טאַקע נישט איבערצורײַסן די באַציִונגען מיט די סקעפּטישע עלטערן, ווײַל אפֿשר וועלן די דאָקטוירים מיט דער צײַט יאָ קאָנען זיי איבערצײַגן צו וואַקצינירן די קינדער.
די אַנקעטע גיט איבער די פֿאַרשידענע סטראַטעגיעס, וואָס דאָקטוירים ניצן: אַ טייל זאָגן די סקעפּטישע עלטערן, אַז זיי האָבן אויך וואַקצינירט זייערע אייגענע קינדער; אַנדערע וואָרענען, אַז עס קאָן אויסברעכן אַן עפּידעמיע פֿון די קראַנקייטן, אויב צו ווייניק מענטשן וואַקצינירן זייערע קינדער.
די דאָקטוירים גיבן אויך איבער, אַז ס׳רובֿ פֿונעם וויזיט מיט די פּאַציענטן ווערט אָפּגעגעבן מיט דיסקוסיעס וועגן וואַקצינירן. למשל, אין אַ וויזיט, וואָס דויערט, געוויינטלעך 18 מינוט, ווערט צווישן 10 און 14 מינוט געווידמעט די וואַקצינען. ווי אַ רעזולטאַט, בלײַבט ווייניק צײַט צו רעדן אויף אַנדערע וויכטיקע טעמעס אין שײַכות מיט קינדער ייִנגער פֿון צוויי יאָר: ווי צו פֿאַרזיכערן, אַז די קינדער זענען נישט אין אַ סכּנה בײַם שלאָפֿן (ס׳איז, למשל, מער געפֿערלעך צו לייגן אַן עופֿעלע שלאָפֿן אויפֿן בײַכעלע ווי אויף דער פּלייצע), אָדער ווען און ווי אַזוי אָנצוהייבן ניצן דאָס „טעפּל‟ (toilet training, בלע״ז).
געוויסע דאָקטוירים זענען יאָ שטרענג מיט סקעפּטישע עלטערן. ד״ר ניוועטידאַ מאָר, אַ קינדער־דאָקטערין אין קאַליפֿאָרניע, האָט מיט עטלעכע וואָכן צוריק טאַקע אַרויסגעשיקט בריוו צו די עלטערן, וואָרענענדיק, אַז זי האַקט אָפּ די באַציִונגען מיט אַלע עלטערן, וואָס זאָגן זיך אָפּ צו וואַקצינען זייערע קינדער. „איך לאָז זיי אָפּלייגן די וואַקצינען אויף עטלעכע חדשים, אָבער דערנאָך מוזן די קינדער ווערן וואַקצינירט,‟ האָט זי געזאָגט.
ד״ר אָמער האַלט, אַז מע וואָלט געדאַרפֿט באַצאָלן די דאָקטוירים, זיי זאָלן באַזונדער זיך טרעפֿן מיט די עלטערן בלויז אַרומצורעדן די טעמע, וואַקצינען. אַנדערע דאָקטוירים לייגן פֿאָר, אַז גינעקאָלאָגן און אַקושערן זאָלן דערקלערן זייערע טראָגעדיקע פּאַציענטקעס די סכּנות פֿון נישט וואַקצינירן קינדער, און אַז פּאָפּולערע פּערזענלעכקייטן, וואָס האַלטן יאָ פֿון וואַקצינירן קינדער, זאָלן עפֿנטלעך דערקלערן זייער פּאָזיציע, כּדי איבערצוצײַגן די סקעפּטישע עלטערן, אַז וואַקצינירן זייערע קינדער איז אַ וויכטיקער, און סאָציאַל־אָנגענומענער מיטל צו פֿאַרזיכערן זייער געזונט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.