No Place Like Home

שעמט זיך נישט צו פֿרעגן דעם דאָקטער

Don’t Be Shy About Asking Your Doctor

  • Print
  • Share Share

פּראָבלעמען מיט מעדיקאַמענטן זענען די סיבה פֿאַר וואָס אַ סך קינדער ווערן געבראַכט אינעם פּקוח־נפֿש אָפּטייל פֿון שפּיטאָל, ווײַזט אָן אַ נײַע שטודיע.

די פֿאָרשער האָבן אַנטדעקט, אַז במשך פֿון אַ יאָר זענען אין אַ געוויסן קאַנאַדער קינדער־שפּיטאָל געווען בערך 8% פֿון די נויטפֿאַלן אַ רע­זולטאַט פֿון מעדיקאַמענט־פּראָבלעמען, און בערך אַ דריטל פֿון די אינצידענטן האָט מען גע­קאָנט אויסמײַדן, האָבן די פֿאָרשער דערקלערט.

די גרעסטע צאָל נויטפֿאַלן זענען געווען אין שײַכות מיט אינפֿעקציעס אָדער מיט אַסטמע.

די רעזולטאַטן, וואָס זענען פּובליקירט גע­וואָרן דעם 2טן פֿעברואַר אויף דער וועבזײַט פֿונעם אַקאַדעמישן זשורנאַל Pediatrics, זענען נישט קיין סימן, אַז עלטערן דאַרפֿן מורא האָבן צו געבן זייערע קינדער די נייטיקע מעדיקאַמענטן, נאָר בלויז, אַז טאַטע־מאַמע און עלטערע קינדער זאָלן האָבן אַ „קלאָרן פֿאַרשטאַנד‟ פֿאַר וואָס דער דאָקטער האָט צוגעשריבן דעם דאָזיקן מעדיקאַמענט, און ווי אַזוי אים ריכטיק צו ניצן, האָט דערקלערט דער הויפּט־פֿאָרשער, פּיטער זעד, אַן אַפּטייקער און געהילף־פּראָפֿעסאָר אינעם אוניווערסיטעט פֿון בריטיש־קאָלאָמביע, אין וואַנקוּווער, קאַנאַדע.

זעדס מאַנשאַפֿט האָט אַנטדעקט, אַז די הויפּט־סיבות פֿון די וויזיטן צום פּקוח־נפֿש אָפּ­טייל זענען געווען אַלערגישע רעאַקציעס און נע­גאַטיווע בײַ־עפֿעקטן פֿון מעדיקאַמענטן. אַ דריטע סיבה איז, אַז מע האָט נישט ריכטיק גע­ניצט דעם מעדיקאַמענט. אינעם פֿאַל פֿונעם טיפּ 1 דיאַבעט איז די צרה געווען, אַז די קינדער האָבן נישט אײַנגענומען זייער דאָזע פֿון אינסולין.

ווען אַ קינד האָט אַ כראָנישע געזונט־פּראָ­בלעם אָדער לײַדט פֿון פֿאַרשידענע פּראָבלעמען, וואָס ווערן באַהאַנדלט דורך מער ווי איין דאָק­טער, איז זייער וויכטיק, אַז די עלטערן זאָלן פּרטימ­דיק אויספֿרעגן דעם דאָקטער וועגן דעם, ווי אַזוי מע דאַרף דעם מעדיקאַמענט אײַננעמען, האָט געזאָגט לאָראַ פּיזי, אַ פּראָפֿעסאָרין אין דער „דזשעפֿער­סאָן־שול פֿון פֿאַרמאַקאָלאָגיע‟ אין פֿילאַדעלפֿיע.

דאָקטוירים זענען אָפֿט זייער פֿאַרנומען, גיבן זיי נישט איבער אַלע פּרטים וועגן דעם ריכטיקן אופֿן אײַנצונעמען אַ מעדיקאַמענט אָדער די פּאָטענציעלע סכּנות דערפֿון. דערפֿאַר דאַרפֿן די עלטערן זיך פֿילן פֿרײַ צו שטעלן פֿראַגעס דעם קינדס דאָקטער אָדער דעם אַפּטייקער. די פֿאָר­שער עצהן אויך, אַז ס׳איז גוט תּמיד צו קויפֿן אַלע מעדיקאַמענטן אין דער זעלבער אַפּטייק, וווּ דער אַפּטייקער קען אײַך שוין, און בפֿרט, אויב איר פֿילט זיך באַקוועם צו רעדן מיט אים.

„אַן אַפּטייקער איז אַ טרענירטער עקספּערט פֿון מעדיקאַמענטן, און זײַנע עצות קאָסטן נישט קיין געלט,‟ האָט פּיזי באַמערקט. „אין געוויסע אַפּטייקן, איז דער אַפּטייקער אַזוי פֿאַרנומען, אַז ס׳איז שווער אים צו שטעלן פֿראַגעס. זוכט גיכער אויס אַן אַפּטייק, וואָס איז נישט אַזוי פֿאַרנומען. פּרוּווט אויס פֿאַרשידענע ערטער, ביז איר געפֿינט אַן אַפּטייקער, וואָס געפֿעלט אײַך.‟