אלס א טאטע פון קינדער, זוך איך מעשה’לעך צו דערציילן פאר די קינדער, אדער מאטעריאל וואס זאל זיין פאסיג פאר זיי צו ליינען.
ביז א דור צוריק איז נאכנישט געווען קיין סך אידישע ביכלעך, און דערפאר האבן אונזערע עלטערן איינגעקויפט ביכער און שפילערייען אויף ענגליש. היינט איז שוין ברוך השם דא פילע ביכער אויף אידיש, אבער זיי זענען נישט דוקא צופרידנשטעליק. די טעמעס זענען צו ענג, די קינדישע ברייטע פאנטאזיעס ווערן איינגעשרומפן אין די ד’ אמות פון אונזער ענגער רעאליטעט, און אנשטאט צו געבן פאר די קינדער א פאר’חלומ’טן בליק צו דער גרויסער וועלט, ווערט גאר דערגרייכט דאס פארקערטע.
הגם ס’זענען דא גענוג קינדער ביכער וואס דערציילן אנעקדאטן פון א מאטעלע מיט א שימעלע, א גנענדעלע מיט א רעכעלע, זענען זיי געווענליך געצילט צו געבן א געוויסן מוסר השכל וואס שפיגלט אפ די נארמען פון דער געזעלשאפט, אן דעם וואס ס’זאל טראגן מיט זיך אן אוניווערסאלן אנזאג. איין מעשה’לע לערנט אויס קליינע מיידלעך אז דאס קלייד דארף זיין גענוג לאנג אונטער די קניען, אן אנדערע מעשה לערנט אויס די פרינציפן פון שמירת עינים פאר פינף יעריגע קינדער, און פאפולערע שפילצייגן לערנען אויס די קינדער צו שטיין ווייט פון רשעים און באשרייען ציוניסטישע סאלדאטן (נישט קיין געלעכטער..), ווי גלייך אונזער גאנצע אידישקייט און מענטשליכקייט וואלט באשטאנען פון אט די פאר מצוות.
בעצם איז דא א פשוט’ע לייזונג צו דעם פראבלעם. מ’דארף נאר צוריקגיין מיט איין דור און טון דאס זעלבע וואס אונזערע עלטערן האבן געטון. אנשטאט זיך איינצוקויפן מיט ליטעראטור און שפילערייען וואס שפיגלען אפ זייער אן ענגען וועלטקוק, וועט נישט שאטן זיי צו קויפן אקוראט די זעלבע ביכלעך און שפילערייען מיט וועלכע מיר אליין זענען אויפגעוואקסן. די נשמה פון א קינד איז פארליבט אין פאנטאזיע ביכלעך, אזעלכע וואס שילדערן מעשיות וועלכע האבן קיינמאל נישט געקענט געשען. לאמיר זיך מודה זיין אז אלס ערוואקסענע מענטשן דערקענען מיר אויך דעם צויבער אין מיטאלאגישע געשיכטעס וועלכע בארייכן די פאנטאזיע. דערפאר טאקע האט רבי נחמן ברעסלאווער דערציילט זיינע מעשיות אויף דעם שניט.
גייט אריין אין אן ארטיגער ביבליאטעק, אדער באשטעלט אויף אמאזאן אזעלכע מעשה ביכלעך ווי „אַליס אין וואונדערלאנד‟, „סינדערעלא‟, אדער די סעריע פון „פּו בערעלע (Winnie the Pooh)‟. איר קענט באשטעלן די שווייצארישע פאלקס-מעשה „היידי צווישן די בערג‟, איר קענט אויך באשטעלן די „בערנשטיין בערעלעך‟ סעריע, אדער „דער נייגעריגער דזשארדזש‟, אבער בעסער פון אלעמען זענען די מעשה׳לעך וואס זענען געדרוקט געווארן דורך דער פירמע פון „דיזני‟ (Disney). נאך בעסער איז אויב איר קענט פארשאפן א פילם ווערסיע פון די מעשה׳לעך און עס צייגן פאר די קינדער. די מעשיות זענען געשריבן געווארן דורך גרויסע שרייבער וועלכע זענען בכח צו פאנגען די פאנטאזיעס פון די קינדער און זיי אריינפירן אין א וועלט פון חלומות, וואו די נשמות קענען זיך צעעפענען און אנהייבן בליען.
געווענליך ליגן אין די פאפולערע אלגעמיינע מעשה’לעך פארשידענע געדאנקען אין חכמת החיים, אבער מיר דארפן געדענקען אז א מעשה מוז נישט שטענדיג האבן א מוסר השכל. פונקט ווי מוזיק האט אן אפעקט אויף דער נשמה, בלויז צוליב דעם וואס די נאטן וויגן איין דעם מענטש און פירן אים אוועק אין אן אנדער היכל, דאס זעלבע איז מיט ליטעראטור. א גוטע קינדער ליטעראטור דארף קענען היפנאטיזירן דאס קינד, און דערנאך ווערט ער א בעסערער מענטש בלויז צוליב דעם וואס זיין וועלט איז רייכער און מער עלעגאנט. אבער ווען מ’לערנט מיט קינדער צו ווארפן אייער אויף ציוניסטן וואקסן זיי אויס שלעכטע מענטשן, אפילו ס’איז נאר א שפיל!
אויב קויפן מיר די אידישע מאטעריאלן בלויז ווייל ס’איז אויף דער אידישער שפראך, איז עס אפשר א גוטע זאך, אבער מיר מוזן דאס משלים זיין מיט גענוג און נאך נישט-אידישע ביכלעך, ווייל אונזער מארקעט איז פשוט צו ענג צו קענען צושטעלן פאר די קינדער מאטעריאל פון א הויכער קוואליטעט. מיר מוזן ארויסגיין און אנפילן די פאליצעס מיט אזעלכע מאטעריאל וואס געבן פאר די קינדער דעם גלאנץ פון זייערע קינדער יארן. זיי מעגן וויסן אז אויסער די מצוות פון צניעות און ציונות איז נאך דא א וועלט וואו מענטשן דערציילן זיך געשיכטעס פון מלכים און פרינצן, און פון גוטע מיידעלעך וועלכע באזיגן שלעכטע כישוף מאכערס. אזוי אנטוויקלען זיך די פארמאכטע קנאספן אין דעם קינדישן עולם שכולו טוב, וואו מ’פליט מיט א וואלקן איבער שוועבנדיגע וועלטן.
פארשטייט זיך אז דאס קינד דארף הערן גענוג מעשיות מיט א אידישן טעם, מיט א אידישן תוכן און א מוסר השכל. דערפאר קען מען מאכן א שטיקל שילוב צווישן די פארשידענע אידישע און נישט-אידישע אויסוואלן, לפי הצורך והענין. די דיזני-מעשה’לעך טארן חלילה נישט ערזעצן דאס פלאץ פון סיפורים פון תנ”ך אדער מדרשים, להבדיל, וועלכע זענען באזונדער וויכטיג צו דערציילן פאר די קינדער, נאר איך באצי מיך צו דעם וואס דאס וועלטל פון א קינד דארף זיין פילפארביג און קאלירפול. בשעת מיר ציען אויף „אידישע קינדער‟, דארפן מיר זען אז זיי זאלן נאך אלעמען זיין „קינדער‟. לכל זמן ועת לכל חפץ.
די ליטעראטור פאר ערוואקסענע קינדער פאדערט א באזונדערע באהאנדלונג (ענגליש טאר נישט זיין די איינציגע אפציע, אויב מיר ווילן זיי זאלן אויסוואקסן פון אידישע מקורות). ס’קען זיין אז דער בעסטער באשלוס וואלט געווען צו לערנען מיט די קינדער א רייכן לשון-קודש כדי זיי זאלן קענען זען א ביישפיל פון א פיינער ליטעראטור אין ארץ ישראל. דאס געהערט אבער צו א באזונדערן שמועס. בכל אופן, וואס שייך אזעלכע שפילערייען וואס זענען מחנך צו שרייען און ווארפן אייער, קענען מיר זיי זיכער איבערלאזן פאר אנדערע. ס’איז נישט געמאכט פאר מענטשן…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.