טוט זיך ווידעראמאל וועגן “גיוס בני ישיבות” - אז די רעגירונג אין ישראל וויל נעמען חרדישע בחורים אינעם מיליטער. מען זאמלט געלט צו פינאנצירן דעם קאמפיין דערקעגן, און מען לויפט קיין מאנהעטן פראטעסטירן קעגן דעם ישראל-קאנסיל, הלמאי די רעגירונג וועמען זי פארטרעט דערוואגט זיך אויף אזא אומ’שכל’דיגן רשעות ווי אוועקכאפן ישיבה-בחורים פון דער גמרא און זיי רעקרוטירן צום צה”ל.
בערך אזוי גייט דער ניגון. דער ניגון - דער טאן און די ווערטער - איז אויסגעבארגט געווארן פאר דער יעצטיגער מערכה פון א תקופה צוריק מיט עטליכע צענדליג יאר. דעמאלט האט זיך גערעדט פון באמת צווינגען אמת’ע ישיבה-בחורים, וואס זענען טאקע געזעצן אין ישיבה ביי דער גמרא, צום מיליטער. מיליטער האט דעמאלט אויך געמיינט דעם אלגעמיינעם צה”ל, וואו עס דינען אינאיינעם בחורים און מיידלעך און וואו ס’איז זייער שווער צו בלייבן פרום אפילו פאר עמיצן וואס איז יא אויפגעוואקסן אין א מער אפענער, צי גאר געמישטער געזעלשאפט. שוין אפגערעדט פאר א חרדישן בחור, וואס וואקסט אויף אפגעשלאסן פון דער גאס און אויסגעשלאסן פון דער געזעלשאפט ארום, פאר וועמען דאס מיליטערדינסט האט געמיינט א זיכערע גייסטיגע געפאר.
די היינטיגע “גזירת גיוס” צילט בחורים וואס האבן מיט תורה און פרומקייט גאר ווייניג איינגעלייגט. דאס זענען בחורים וואס זענען ארויסגעפאלן פון דעם ישיבה-ראם און דרייען זיך אויף דער גאס פוסט און פאסט. דער ראם אין וועלכן זיי רעקרוטירט אינעם מיליטער איז געווענליך דער “נחל החרדי”, וואס איז געגרינדעט געווארן פאר בחורים פון פרומע שטיבער, און דאס גייסט און סדר-היום וואס הערשט דארט איז טאקע אויסגעשטעלט פאר דעם צוועק.
דאס מיינט אז צום ערשטן מאל איז פאראן א געהעריגער פלאן פאר “ארויסגעפאלענע” בחורים. ביז היינט האבן יענע זיך געוואלגערט אויף דער גאס, וואס האט זיי שנעל צוגעשטעלט דאס ערגסטע און וואו זיי האבן קאליע געמאכט אנדערע בחורים און מיידלעך. דער חרדישער סיסטעם האט יענע אומגליקליכע קינדער, וואס דער ישיבה-סיסטעם האט אויסגעשפיגן, געלאזט פארפאלן גיין. ס’איז נישט געקומען במזיד, בדוקא, אבער אזוי איז דאס מציאות: ביזט אין ישיבה, אדער קענען מיר דיר נישט העלפן. זענען אונטערגעקומען אנדערע וואס קענען יא העלפן און אנגעהויבן צונויפקלייבן די אומבאהאלפענע מיט’ן ציל זיי אריינצושטעלן אין אן אנדערן ראם, וואו זיי וועלן עפעס אויפטאן אויף דער וועלט, און דערביי ווערן פראדוקטיווע, באזעצענע, נארמאלע מענטשן-אידן.
וואס איז פשט פון דער אויסטערלישער רעאקציע דערקעגן? לאזן די בחורים בלייבן אויף דער גאס, ווי דער מצב איז געווען ביז יעצט, איז זיכער נישט קיין תכלית. קיין פרומע אידן וועלן זיי נישט בלייבן און במשך דער צייט ביז’ן זיך גענצליך אפזאגן פון דער חרדישער וועלט וועלן זיי בלייבן שעדיגן אנדערע קינדער. אויב נישט מיליטער, וועלן זיי במילא ווערן פריי, נאר אין צוגאב וועט פון זיי קיין מענטשן אויך נישט ווערן. פון דער אנדערער זייט ווערן די בחורים אויסגעמענטשלט אינעם מיליטער, פון וואו זיי קומען אין רוב פאלן ארויס אויך פרום. איז, וואס איז פשט פון דעם טומל?
דער חרדישער עסטאבלישמענט האט דאך פאר די בחורים נישט קיין לעזונג. מ’וואלט געקענט אפילו גיין א שריט ווייטער און ריכטן דעם באשולדיגונגס-פינגער כלפי דעם זעלבן עסטאבלישמענט וואס באקעמפט די גזירה מיט אזויפיל אייפער. אויב זיי וואלטן זיך נאר מער אפגעגעבן מיט אונזערע קינדער און זיך ווייניגער געווארפן מיט אונזערע בחורים, וואלטן אסאך פון זיי זיך לכתחילה נישט געטראפן אויף דער גאס. אבער לאמיר יעצט ליידן די שולד אין א זייט און אננעמען אז קיינער איז נישט דירעקט שולדיג. האבן מיר פארט פאר זיך א ברענענדיגער פראבלעם וואס ווערט אלץ גרעסער, קעגן וועלכן מיר שטייען אפהענטיג, אן קיין עצה. קומט אונטער א צווייטער וואס האט יא א פלאן וויאזוי צו עלימינירן, אדער כאטש מינימיזירן דעם פראבלעם. פארוואס זאלן מיר פרובירן יענעם שטערן?
כ’ווייס נישט וואס דער תירוץ איז; כ’ווייס אבער יא אז ער פארענטפערט נישט די קשיא. וויאזוי ווייס איך דאס? ווייל דער אפיציעלער ענטפער איז שקר. קיינער צילט נישט אוועקצורייסן קיין בחורים פון דער גמרא, און אויב הערשט דא א “גזירת שמד” איז עס דאס לאזן די בחורים אויף דער גאס, וואו זיי ווערן זיכער פארפאלן, אנשטאט זיי נעמען אין מיליטער, פון וואו זיי קומען על-פי רוב ארויס נארמאלע מענטשן און ניש’קשה’דיגע אידן.
דער גרעסטער אויפטו פון דער מערכה וועט זיין, אז בחורים וואס זענען נאך יא אין ישיבה מחמת געוואוינהייט וועלן זיך אנהייבן אויפוועקן און פרייוויליג זיך שטעלן צום מיליטער, וואו זיי וועלן מסתמא מער לערנען און דאווענען ווי פריער. דעמאלט וועט מען אויף אן אמת שרייען וואלף, אבער קיינעם וועלן די געשרייען נישט רירן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.