בעת אין הימל האט זיך געקאכט ביי דער פמליא של מעלה, זענען פארגעקומען גרויסע זאכן אונטן אויף דער ערדישער וועלט.
ווי א פארווארפענע נשמה וואס זוכט א גוף וואו ס’וועט קענען מגולגל ווערן פונדאסניי און טרעפן דארט איר מנוחה, אזוי האבן זיך די קליינע פעלקער געזוכט דאס אייגענע קול אינעם גלאבאלן מישמאש פון פעלקער און לענדער. דא און דארט איז א פאלק אריבער די חבלי לידה פון ווידער-געבוירן און מלאכים האבן זיך געוואונטשן מזל-טוב.
די נייע ווינטן, דורכגעווייקט פון נאסטאלגיע, האבן דערוועקט די נשמות פון יענע אידן וועלכע האבן געהאפט צו ווערן גלייכע בירגער אין די לענדער וואו זיי האבן געוואוינט. אין מערערע פלעצער האבן אידן אראפגעווארפן פון זיך דעם אידישן מאנטל, האפנדיג אז דאס וועט זיי שנעלער איינגלידערן אין דער אייראפעאישער געזעלשאפט. אין הימל האט מען געקוקט מיט זארג און שפאנונג. אין דער זעלבער צייט האט א האפענונג אנגעפולט די בריאה.
אין א פוילישן שטיבל זענען געזעסן א טאטע און א זון און געלערנט גמרא. זיי האבן געלערנט אן אגדתא אין מסכת סוכה, אינעם פרק החליל. דאס קול פונעם קינד האט זינגענדיג אפגעקלונגען אינעם בית מדרש: „אויף פיר זאכן האט דער ריבונו של עולם חרטה וואס ער האט זיי באשאפן…‟ דער טאטע האט אויסגעהערט ווי דאס קינד רעכנט אויס די פיר זאכן, „אויפ’ן גלות פון אידן האט דער ריבונו של עולם חרטה; אויף די כשדים וואס האבן פארטריבן אידן אין גלות; אויף די אראבער וואס פארלענגערן דעם גלות פון אידן; און אויפ’ן יצר הרע.‟
„איך פארשטיי נישט,‟ האט דאס קינד געזאגט צום טאטן, „אויב דער ריבונו של עולם האט חרטה אויפ’ן גלות, פארוואס לייזט ער אונז נישט אויס? ס’איז דאך נישטא עפעס וואס זאל אים שטערן אין דער וועלט?‟
דער טאטע האט געשמייכלט און געזאגט: „חז”ל דערציילן אונז אויף אן אנדער פלאץ אז כביכול וויינט ווען אידן זענען אין גלות. אן אמורא האט אמאל שפאצירט אין מדבר און געהערט פון הימל ווי כביכול קלאגט אויף דעם וואס ער האט געשוואוירן נישט צו ברענגען די גאולה ביז אידן טוען תשובה (בבא בתרא, דף עד.). דאס הייסט אז כביכול באוויינט די שבועה וואס ער האט געמאכט.‟
„איז מעגליך אז גאט זאל זיין געבונדן דורך זיין אייגענער שבועה?‟
דער טאטע איז געזעסן פארטראכט און גערעדט ווייטער, „חז”ל זאגן אונז אז יענער אמורא וואס האט געהערט דעם ריבונו של עולם וויינען האט נישט גוט געהאנדלט ווען ער איז אוועק פון דארט אן דעם וואס ער זאל עפעס טון, ווייל ער וואלט געדארפט מתיר זיין די שבועה פאר’ן כביכול.‟
„וואס הייסט?‟ האט דאס קינד נאך ווייניגער פארשטאנען. „איז מעגליך אז כביכול זאל נישט האבן קיין אויסוועג פון זיין אייגענער שבועה?‟
“מסתמא איז עס א משל,” האט דער טאטע געענטפערט.
“און דער נמשל איז וואס?”
“איך ווייס נישט גענוי,” האט דער טאטע געזאגט, “אבער ס’האט מסתמא א שייכות מיט דעם וואס כביכול האט אוועקגעשטעלט א בחירה פאר’ן מענטש צו טון גוטס, ווי אויך תשובה צו טון אויף עבירות, און אויב די עבירות פארפירן דאס פאלק אין גלות איז כביכול נישט בכח צו גיין קעגן דער בחירה פונעם פאלק גופא…”
“דעמאלט וויאזוי וואלט אן אמורא געקענט צעשטערן אזא וויכטיגן פרינציפ אין דער בריאה, דורכ’ן מתיר זיין די שבועה פון כביכול?”
דער טאטע האט זיך פארטראכט א מינוט און דערנאך געענטפערט לאנגזאם, ווי ער וואלט נישט געווען זיכער אין זיינע ווערטער: “וויבאלד דער אמורא איז א מענטש וואלט ער מסתמא געקענט אויסניצן זיין בחירה צו באפרייען גאט פון דער שבועה, אן דעם וואס כביכול זאל דארפן ברעכן דעם פרינציפ.”
א פייער האט זיך צעברענט אין די אויגן פונעם קינד, “איז נישטא אין דעם קיין סתירה? איז עס נישט קיין פאראדאקס?”
“ס’קען זיין אז יא,” האט דער טאטע געזאגט מיט א שמייכל, “דערפאר איז דאך כביכול א גאט!”
א פויגל איז צוגעפלויגן צום פענסטער אין בית מדרש און אנגעקלאפט מיטן שנאבל. פאר’ן קינד האט זיך אויסגעדאכט אז דאס פייגעלע טראגט מיט זיך א בריוול, א גרוס פון יענעם פארצייטישן אמורא אין דער גמרא. אין זיין מוח האט זיך אויסגעמאלן א בילד ווי דער אמורא וואנדערט אין מדבר ביז ער דערהערט דאס כליפנדיגע קול פון גאט, און דאס הארץ פונעם אמורא ווערט צעריסן פון רחמנות. דער אמורא הערט ווי גאט רעדט זיך אפ אויפ’ן גלות, דער אמורא וויל עפעס טון צו באפרייען כביכול פון זיינע קייטן, אבער דאס לשון ווערט אים שטום, די אויגן צעפראלט, און ער אנטלויפט אין די מרחקים.
“און דא זיצן מיר אין גלות, אנדערטהאלבן טויזנט יאר שפעטער.” האט דאס יונגל צוגעענדיגט הויך זיינע טרויעריג פארבקענטע מחשבות. מיט פארפרעסטע ליפן האט ער זיך איינגעקוקט אין די שויבן פונעם בית מדרש, דער פויגל ביים פענסטער איז נעלם געווארן, און דאס יונגל האט אנגעהאנגען זיין בליק אין דער ווייטקייט פונעם דרויסנדיגן האריזאנט.
(המשך אין פינפטן טייל אי”ה)
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.