יאָגע ווערט אַלץ מער פּאָפּולער סײַ בײַ דערוואַקסענע, סײַ בײַ קינדער אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, גיבן איבער צוויי נײַע רעגירונג־אַנקעטעס.
אין פֿאַרגלײַך מיטן יאָר 2002, ווען בלויז 6% אַמעריקאַנער האָבן געזאָגט, אַז זיי האָבן שוין געפּרוּווט מאַכן יאָגע, „טײַ־טשי‟ אָדער „גי־גאָנג‟, האָט עס אין 2012 שוין געהאַלטן בײַ מער ווי 10%. אַ צווייטע אַנקעטע, וואָס האָט זיך קאָנצענטרירט אויף קינדער, האָט אַנטדעקט אַן ענלעכע טענדענץ: בערך 1.7 מיליאָן קינדער האָבן אין 2012 געפּרוּווט מאַכן יאָגע — 400,000 מער ווי אין 2007.
אַפֿילו די עלטערע לײַט ווערן שוין צוגעצויגן צו יאָגע. אין 2002 האָבן בערך 1% דערוואַקסענע עלטער פֿון 65 יאָר שוין געהאַט געפּרוּווט מאַכן יאָגע, אָבער אין 2012 איז עס געוואַקסן ביז 3%.
דער ציל פֿון ביידע אַנקעטעס, וואָס זענען פּובליקירט געוואָרן דעם 10טן פֿעברואַר דורכן „נאַציאָנאַלן צענטער פֿון געזונט־סטאַטיסטיק‟, איז געווען צו אָבסערווירן אויף ווי ווײַט ניצן די אַמעריקאַנער אויס אַלטערנאַטיווע געזונט־מיטלען.
די אַנקעטע האָט אויך אויסגעפֿאָרשט דעם באַניץ פֿון אייגנאַרטיקע נערונג־דערגאַנצונג מיטלען ווי, למשל, פֿיש־אייל, מעלאַטאָנין, קנאָבל־פּילן, אאַז״וו, (אין פֿאַרגלײַך מיט די מער אָנגענומענע דערנערונג־מיטלען, ווי וויטאַמינען און מינעראַלן). דאָ איז דער אינטערעס אַ ביסל געפֿאַלן. אין 2002 האָבן 19% אַמעריקאַנער אײַנגענומען די דערגאַנצונג־מיטלען, אָבער אין 2012 — ווייניקער ווי 18%.
אַ טייל פֿון די דערגאַנצונג־מיטלען זענען אָבער געוואָרן מער פּאָפּולער, ווי, למשל, פֿיש־אייל. אין 2007 האָבן כּמעט 5% דערוואַקסענע אײַנגענומען פֿיש־אייל, אָבער הײַנט נעמען עס אײַן כּמעט 8% אַמעריקאַנער. דערבײַ איז פֿיש־אייל הײַנט אויפֿן ערשטן אָרט פֿון די דערגאַנצונג־מיטלען.
פֿיש־אייל איז אויך אויפֿן ערשטן אָרט בײַ קינדער. בערך 5% קינדער נעמען עס אײַן רעגלמעסיק.
ד״ר מאָלי ראָבערטס, אַ געוועזענע פּרעזידענטין פֿון דער „אַמעריקאַנער האָליסטישער מעדיצינישער אַסאָציאַציע‟, האָט באַטאָנט, אַז דאָס איז טאַקע אַ גרויסע ענדערונג אין די געזונט־מיטלען, וואָס די אַמעריקאַנער קלײַבן אויס הײַנטצוטאָג. „אַ צאָל פֿון די זאַכן זענען פֿריִער באצייכנט געוואָרן פֿאַר ׳אַלטערנאַטיוו׳, אָבער הײַנט זענען זיי אַ טייל פֿונעם הויפּטשטראָם [mainstream].‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.