No Place Like Home

פּיצע קאָסט קינדער אַ שטיק געזונט

Pizza Takes a Slice Out of Children’s Health

  • Print
  • Share Share

במשך פֿון יענע טעג, וואָס אײַערע קינדער עסן פּיצע, נעמען זיי אײַן מער קאַלאָריעס, פֿעטס און נאַטריום ווי אין אַנדערע טעג, גיט איבער אַ נײַע שטודיע אינעם זשורנאַל Pediatrics.

יעדן טאָג עסן פּיצע 20% פֿון די אַמעריקאַנער קינדער אונטער 13 יאָר, און 25% פֿון די יוגנטלעכע צווישן 13 און 18. אַ טייל עסן עס ווי אַ מאָלצײַט, און אַנדערע — ווי סתּם אַ צובײַסן.

„צי מיר ווילן, צי מיר ווילן נישט, איז פּיצע הײַנט אַ באַליבט מאכל בײַ קינדער, מוזן מיר דעריבער פֿאַרזיכערן, אַז די פֿירמעס וואָס פּראָדוצירן פּיצע, זאָלן עס מאַכן אויף אַ מער געזונטן אופֿן,‟ האָט דערקלערט ליסאַ פּאַועל, אַ פּראָפֿעסאָרין פֿון פֿאָלקסגעזונט אינעם אילינויער אוניווערסיטעט אין שיקאַגע, און די מחברטע פֿון דער שטודיע.

„אויב די שפּײַז־פֿאַבריקאַנטן און רעסטאָראַנען וועלן פֿאַרבעסערן די נערעוודיקייט פֿון פּיצע — רעדוצירן דאָס געזעטיקטע פֿעטס (saturated fat) און נאַטריום, און ניצן קלײַענווייצן טייג, קאָן עס ממשותדיק פֿאַרבעסערן די דיעטע פֿון אונדזערע קינדער,‟ האָט פּאַועל באַטאָנט.

„פּיצע איז זייער פּאָפּולער, ווײַל ס׳איז געשמאַק, קאָסט נישט קיין סך געלט און מע קען עס באַקומען אין אַ סך ערטער,‟ האָט באַמעקט ד״ר יוני פֿרידהאָף, אַ געהילף־פּראָפֿעסאָר פֿון משפּחה־מעדיצין בײַם אָטאַווער אוניווערסיטעט אין קאַנאַדע. „מע סערווירט עס אין די שול־קאַפֿעטעריעס, אויף געבוירן־טאָג שׂימחות, און ווי אַ מיטל צו זאַמלען געלט פֿאַר פֿאַרשידענע צוועקן. ס׳איז שווער צו אַנטלויפֿן דערפֿון.‟

ווען קינדער נעמען אײַן צו פֿיל קאַלאָריעס, נאַטריום און פֿעטס, וואַקסט בײַ זיי די ריזיקע, אַז זיי וועלן שפּעטער לײַדן פֿונעם טיפּ 2־דיאַבעט, הויכן בלוטדרוק און פֿעטלײַביקייט.

אין די טעג וואָס די קינדער אין דער שטודיע (די קינדער צווישן 2 און 12 יאָר אַלט) האָבן געגעסן פּיצע, האָבן זײ אײַנגענומען 84 מער קאַלאָריעס, 3 גראַם מער געזעטיקט פֿעטס און 134 מיליגראַם מער נאַטריום. די יוגנטלעכע צווישן 13 און 19 יאָר האָבן אײַנגענומען 230 מער קאַלאָריעס, 5 גראַם געזעטיקט פֿעטס און 484 מער נאַטריום.

„לויט דער שטודיע איז נישטאָ קיין אונטערשייד, צי דאָס קינד עסט פֿאַרפֿרוירענע פּיצע, צי פּיצע פֿון אַ רעסטאָראַן,‟ האָט פּאַועל געזאָגט. אין ביידע פֿאַלן, איז די נערעוודיקייט פֿונעם מאכל געווען זייער נידעריק.

קאַני דיקמאַן, אַ נערונג־דירעקטאָרין בײַם וואַשינגטאָנער אוניווערסיטעט אין סיינט־לויִס, האָט פֿאָרגעלייגט מיטלען ווי אַזוי מע קען מאַכן די פּיצע מער נערעוודיק. „זאָלן די פֿאַבריקאַנטן ניצן ראַזעווע אָדער קלײַענווייץ־טייג; קעז מיט אַ שטאַרקערן טעם (כּדי מע זאָל קענען ניצן ווייניקער דערפֿון), און באַדעקן די פּיצע מיט גרינסן אַנשטאָט פֿלייש,‟ האָט דיקמאַן געזאָגט.

פֿרידהאָף שלאָגט פֿאָר זײַן אייגענעם רעצעפּט. „איך באַדעק דאָס טייג און פּאָמידאָרן־סאָוס מיט ווייניק־פֿעטיקן מאָצאַרעלאַ־קעז, און גיב צו באַזיליק, ציבעלע און קנאָבל,‟ האָט ער געזאָגט. „בסך־הכּל, באַטרעפֿט עס ווייניקער ווי 200 קאַלאָריעס אַ רעפֿטל.‟