רבנים און אַנדערע אָרטאָדאָקסישע גײַסטיקע פֿירער ראַנגלען זיך לעצטנס אַלץ מער און מער מיט אַ קאָמפּליצירטן ענין: וואָס זאָל זײַן דער צוגאַנג צו די ניט־חתונה־געהאַטע אָדער געגטע פֿרומע לײַט, וועלכע האָבן סעקסועלע באַציִונגען? זאָל מען זיך מאַכן נישט־וויסנדיק? אָדער זאָל מען פֿירן אַן עפֿנטלעכע דיסקוסיע וועגן דעם?
די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט די ישׂראלדיקע רבנים־אָרגאַניזאַציע „צוהר‟ זיך אונטערגענומען אַרומצורעדן די טעמע אויף אַן אייגנאַרטיקער קאָנפֿערענץ בלויז פֿאַר פֿרויען, מיטן נאָמען: „אין דער ערשטער פּערזאָן: סעקסואַליטעט אין דער משפּחה און אין דער קהילה‟.
„צוהר‟ טרענירט רבנים דורכצופֿירן חתונות, וואָס קאָנען אַפּעלירן צו פֿרײַע ייִדן, אין גאַנצן פֿרײַ פֿון אָפּצאָל. די פֿרויען־וואָלונטירן פֿון „צוהר‟ לערנען כּלה־קלאַסן סײַ פֿאַר פֿרומע, סײַ פֿאַר פֿרײַע כּלות, וווּ מע דערקלערט זיי די דינים וועגן גיין צו דער מיקווה. אין דער קאָנפֿערענץ האָבן זיך באַטייליקט די דאָזיקע פֿרויען־וואָלונטירן, ווי אויך די ווײַבער פֿון די „צוהר‟־רבנים.
„אַ סך נישט־חתונה געהאַטע האַלטן, אַז זיי האָבן רעכט אויסצודריקן זייער סעקסואַליטעט,‟ האָט דערקלערט איינע פֿון די פּאַנעליסטקעס, רבנית חנה הענקין, די דירעקטאָרין פֿונעם ירושלימער פֿרויען־סעמינאַר „נשמת‟ [נישמאַט]. „ביז איצט האָט יעדער איגנאָרירט די פֿראַגע פֿון סעקסואַליטעט בײַ אומבאַפּאָרטע פֿרומע לײַט. כאָטש די טעמע איז בײַ אונדז טאַקע אַן אומבאַקוועמע, מוזן אונדזערע דערציִער און קהילה־פֿירער זײַן גרייט אַרומצורעדן די פֿראַגעס בפֿרהסיא.‟
„נשמת‟ טרענירט פֿרויען צו ווערן עצה־געבערינס אין סענסיטיווע הלכישע ענינים, וואָס האָבן אַ שײַכות צו פֿרויען. (מע רופֿט די פֿרויען טאַקע „יועצות־הלכה‟.) לויטן פֿרומען לעבנס־שטייגער, איז אָנגענומען, אַז יעדער וועט מיט דער צײַט חתונה האָבן און דערציִען אַ משפּחה. אַפֿילו די פּראָגרעסיווסטע רבנים דערלויבן נישט, און זיכער מוטיקן זיי נישט סעקסועלע באַציִונגען בײַ נישט־חתונה־געהאַטע לײַט.
אָבער הענקין זאָגט, אַז די קהילה גרייט בכלל נישט צו די יוגנט פֿאַר אַזאַ מעגלעכקייט. „מיר ווייסן אַלע וועגן דעם זייער שטאַרקן אינסטינקט זיך אויסצודריקן אויף אַ סעקסועלן אופֿן, אָבער ווער רעדט דען וועגן דעם?‟ האָט זי געפֿרעגט.
„די הײַנטיקע יוגנט וויל אַ סך אויפֿטאָן — פֿאָרן איבער דער וועלט אָדער שטודירן — איידער זיי באַזעצן זיך מיט אַ צווייטן מענטשן,‟ האָט באַמערקט ד״ר נעמי גרומעט, פֿונעם ירושלימער „עדן־צענטער‟ — אַן אָרגאַניזאַציע, וואָס איר ציל איז צו „פֿאַרהײַנטיקן‟ דעם מיקווה־ריטואַל. „און ווען זיי זענען שוין גרייט צו געפֿינען אַ זיווג, ווילן זיי נישט אַבי וועמען. דערפֿאַר דויערט עס אַ סך לענגער צו געפֿינען דעם באַשערטן.‟
„נישט־באַפּאָרטע פֿרומע לײַט, וועלכע זענען סעקסועל אַקטיוו פֿילן אָפֿט, אַז זיי האָבן נישט קיין אָרט אין אונדזער קהילה,‟ האָט גרומעט געזאָגט. „זיי ווייסן, אַז לויטן דין איז עס פֿאַרווערט. פֿון דער אַנדערער זײַט, ווייסן מיר אַלע, אַז אַ סך מענטשן זענען עובֿר אויף אַנדערע דינים, אָבער קיינער שליסט זיי נישט אויס פֿון דער קהילה.‟
אַ 37־יאָריקע פֿרומע אומבאַפּאָרטע פֿרוי האָט געזאָגט, אַז זי פֿילט זיך נישט באַקוועם זיך צו באַראַטן מיט עמעצן וועגן סעקס און דער ייִדישער הלכה. „כ׳קען אַ פֿרוי, וואָס איך קלינג איר אָן מכּוח אַנדערע הלכישע ענינים, אָבער כ׳האָב מורא, אַז זי וועט זײַן שאָקירט און אויפֿגעבראַכט פֿון אַזאַ אָפֿן־האַרציקן שמועס,‟ האָט זי געזאָגט.
לעצטנס, איז אויפֿגעקומען אַ חילוקי־דעות אין ישׂראל וועגן דער פֿראַגע, צי נישט־באַפּאָרטע פֿרויען זאָלן גיין אין דער מיקווה, צי נישט. איידער אַ פֿרוי קען האָבן סעקסועלע באַציִונגען, מוז זי ציילן זיבן טעג נאָכן סוף פֿון דער „צײַט‟ [מענסורטאַציע], און דערנאָך זיך טובֿלען אין דער מיקווה. אַ נישט־חתונה געהאַטע פֿרוי, וואָס וויל „זיך ליבן‟, מוז באַשליסן, צי זי איז גרייט אויסצושטיין די קריטיק פֿון אַנדערע, ווען יענע דערוויסן זיך, אַז זי — אַ נישט־באַפּאָרטע פֿרוי — גייט אין דער מיקווה. אַ טייל פֿרויען מײַדן אויס די פּראָבלעם אין גאַנצן דורך אײַנטינקען זיך אינעם ים אָדער אין אַ לויפֿנדיק וואַסערל.
גרומעט האָט געזאָגט, אַז דער „עדן־צענטער‟ וויל גרינדן אַ פּראָגראַם וועגן סעקסועלע ענינים פֿאַר געגטע פֿרומע פֿרויען, ווײַל אַ טייל פֿון זיי האָבן געהאַט סעקסועלע שוועריקייטן מיטן ערשטן מאַן, און ווילן איצט לייזן די פּראָבלעם, איידער זיי הייבן אָן זוכן אַ צווייטן.
די פּאַנעליסטקע תּמי סמט, אַ פּסיכאָלאָגין, האָט אויך געזאָגט, אַז מע מוז פֿאַרעפֿנטלעכן די דיסקוסיע. „מיר פֿאַרנאַכלעסיקן אַ סך נישט־חתונה־געהאַטע ייִדן, ווען מיר דיסקוטירן נישט אָט די שווערע הלכישע קשיאות, און די תּלמידי־חכמים מוזן זיך אויך באַטייליקן אין דעם שמועס, ווײַל אַ סך אומבאַפּאָרטע פֿרומע לײַט פֿילן זיך הײַנט זייער, זייער עלנט.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.