אַז מע פֿרעגט בײַם ברייטן עולם, וואָס הייסט עס צו זײַן מענעריש, וועט איר אָפֿט מאָל הערן: מע דאַרף ליב האָבן ספּאָרט, טרינקען בראָנפֿן, פֿײַנט האָבן זיך אויסצופּוצן, אאַז״וו.
אָבער אויב אַ מאַן וויל טאַקע מאַכן אַ גוטן אײַנדרוק מיט זײַן „מענערישקייט‟ — שרײַבט דאַן סקאָטי אין דער צײַטונג Elite Daily — זענען יענע סטאַנדאַרטן בכלל נישט נייטיק. דערבײַ גיט ער אַכט עצות ווי אַזוי אַ מאַן קען מאַכן אַ גוטן רושם אויף זײַנע פֿרײַנד, מיטאַרבעטער, דעם באַלעבאָס — און אויף די פֿרויען.
און אויב איר קויפֿט שוין אַ זייגערל, זאָל עס זײַן אַ שיינס, מיט אַ מעטאַלענעם באַנד.
לערנט זיך אויס ווי צו ניצן אַ האַמער און אַ שרויפֿן־ציִער — נישט בלויז ווײַל ס׳איז „מענעריש‟, אָבער אויך, ווײַל עס דערמעגלעכט אײַך צו זײַן ניצלעך און זעלבשטענדיק. ווען איר קויפֿט אַ פּאָליצע אָדער שרײַבטיש, וואָס מע דאַרף אַליין צונויפֿשטעלן, וועט איר איצט קענען עס אַליין טאָן, אַנשטאָט צו בעטן עמעצן.
הייבט אָן יעדן טאָג מיט אײַער שווערסטער אויפֿגאַבע: אויב איר האָט פֿײַנט אַ געוויסע אַרבעט, וואָס איר מוזט סײַ־ווי טאָן (צי ס׳איז אין ביוראָ, צי אין דער היים), לייגט עס נישט אָפּ אויף שפּעטער. אויב איר טוט עס גלײַך, וועט דער רעשט פֿון טאָג גיין אַ סך גרינגער.
האָט נישט מורא צו קאָכן פֿאַר זיך אַליין. זײַן אַ מאַן, הייסט צו זײַן אומאָפּהענגיק פֿון אַנדערע. אויב דער פּרע־היסטאָרישער בן־אָדם האָט געקאָנט אַליין הרגענען און אָפּקאָכן אַ בער אויף וועטשערע, קאָנט איר זיכער אָפּקאָכן אַ פּאָרציע לאָקשן אָן צו פֿאַרברענען דעם טאָפּ.
אפֿשר האַלט איר, אַז איר זענט צו אויסגעמוטשעט נאָך דער אַרבעט צו קאָכן וועטשערע? אַ נעכטיקער טאָג… קאָכן וועטשערע איז דווקא אַ גאָלדענער מיטל זיך אויסצושפּאַנען נאָך אַ לאַנגן טאָג, ווײַל עס פֿאָדערט נישט קיין קאָפּ־אַרבעט, און נאָך דעם קענט איר הנאה האָבן פֿון אַ מאכל, וואָס איר האָט אַליין צוגעגרייט. ס׳וועט אויך קאָסטן אַ סך ווייניקער איידער צו קויפֿן אַ שוין־צוגעגרייטע מאָלצײַט פֿון אַ רעסטאָראַן.
איגנאָרירט נישט אײַער אויסזען. דאָס זײַן ריין און ציכטיק איז נישט קיין ווײַבערישער ענין. פּרעסט אויס אײַערע העמדער און הויזן; זעט, אַז די האָר זאָלן תּמיד זײַן פֿאַרקעמט; ניצט אַ דעאָדאָראַנט; האַלט די נעגל קורץ און ריין; בערשט די ציין מער ווי איין מאָל אַ טאָג, און פֿאָדעמט אויס די ציין יעדן טאָג. אפֿשר דאַכט זיך אײַך, אַז דאָס זענען אַלץ קלייניקייטן, אָבער אין דער אמתן, מאַכט עס דעם רושם פֿון אַ מענטש, וואָס גיט גוט אַכטונג אויף זיך.
וויכטיקע שמועסן פֿירט מען נישט דורך דורך SMS-טעקסטלעך. אויב ס׳איז אַן ענין פֿאַרבונדן מיט דער אַרבעט, שרײַבט אָן אַ קורצן, העפֿלעכן בליצבריוו צום געהעריקן באַלעבאָס. אָבער אויב ס׳איז אַ פּערזענלעכער ענין, וואָס איר דאַרפֿט דערליידיקן, ווי, למשל, דאָס צעגיין זיך מיט אײַער מיידל, טוט עס אויף אַ באַלעבאַטישן אופֿן: טעלעפֿאָניש, אָדער נאָך בעסער — פּנים־אל־פּנים.
לייענט אַ צײַטונג יעדן טאָג. נישט סתּם די ספּאָרט־נײַעס פֿון אַ מיטל־מעסיקער טאָגבלאַט, נאָר די וועלט־ און לאַנד־נײַעס אין אַן אָנגעזעענער צײַטונג ווי די „ניו־יאָרק טײַמס‟. פּרוּווט יעדן טאָג מאַכן דאָס קעסטל־רעטעניש, וועט איר שוין אַליין זען, וויפֿל איר ווייסט וועגן דער געזעלשאַפֿט און דער וועלט בכלל, און וויפֿל — נישט.
וואַרט נישט, אַז אַ צווייטער זאָל מאַכן דעם לחיים. אויב איר זיצט צווישן פֿרײַנד אָדער משפּחה צוליב עפּעס אַ פֿײַערונג, זײַט דער ערשטער צו מאַכן דעם לחיים. אַבי ס׳איז קורץ און פֿרײַנדלעך, וועלן עס אַלע אָפּשאַצן. און ס׳וועט דערבײַ ווײַזן דעם עולם, אַז איר האָט צוטרוי צו זיך, און אַז איר קאָנט פֿירן דאָס רעדל בעת אַ וויכטיקן מאָמענט. אַ מאַנצביל דאַרף זיך קיין מאָל נישט שעמען אַרויסצוּווײַזן פֿירערשאַפֿט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.