בײַ ס׳רובֿ פֿון אונדז, קומט אָן זייער שווער צו זאָגן: „זײַ מיר מוחל‟. אַ מאָל איז עס, ווײַל עס דאַכט זיך אונדז, אַז דער כּלומרשטיקער טעות, וואָס מיר האָבן געמאַכט, איז געווען באַרעכטיקט, און אַ מאָל — פּשוט, ווײַל מיר שעמען זיך זיך מודה צו זײַן, אַז מיר האָבן באַעוולט אַ צווייטן.
אַ צאָל פּסיכאָלאָגן האָבן שוין געפֿאָרשט דעם ענין, ווי אַזוי מענטשן אַנטשולדיקן זיך. דער סאָציאַלער פּסיכאָלאָג סטיווען שער פֿון „איסטערן אילינוי אוניווערסיטעט‟ האָט אָנגעשריבן אַן אינטערעסאַנטן אַנאַליז דערפֿון, און באַוויזן, אַז די פּינקטלעכע ווערטער וואָס אַ מענטש ניצט בײַם אַנטשולדיקן זיך, זענען נישט אַזוי וויכטיק ווי די אַנטשולדיקונג אַליין.
שער רעכנט אויס פֿינף אופֿנים, ווי אַזוי אַ מענטש קאָן אויסדריקן אַן אַנטשולדיקונג: 1) אַ פּשוטע באַשטעטיקונג פֿון חרטה, ווי „זײַ מיר מוחל‟ אָדער „אַנטשולדיק מיר‟, 2) אַן אָנערקענונג, אַז ער האָט געמאַכט אַ טעות אַנטקעגן דעם צווייטן מענטשן („כ׳האָב דיר פֿאַרגעסן נעכטן צו קלינגען מיט דער אינפֿאָרמאַציע‟), 3) אַ גרייטקייט אָנצונעמען דאָס אַחריות איבער דער עוולה („דאָס וואָס איך האָב געטאָן, איז נישט געווען ריכטיק‟), 4) אַ נדר אויף להבא („איך זאָג צו, אַז דאָס וועט שוין מער נישט געשען‟, און 5) אַן אָנבאָט אויף אַ תּיקון („וואָס קען איך טאָן צו פֿאַרבעסערן די סיטואַציע?‟)
„יעדע פֿון די פֿינף סטראַטעגיעס איז בעסער ווי גאָרנישט נישט זאָגן, אָבער דאָס עפֿעקטיווסטע איז אויסצודריקן מער ווי איינס פֿון די פֿינף געפֿילן,‟ האָט שער דערקלערט.
דער עיקר אָבער איז, אַז די מחילה זאָל זײַן אַן ערלעכע. ווען אַ מענטש זאָגט „אַנטשולדיק מיר‟, אָבער ס׳איז קלאָר אויף זײַן פּנים, אַז ער מיינט עס נישט, קאָן עס אַרויסרופֿן נאָך מער כּעס, האָט אַנטדעקט די פּסיכאָלאָגין דזשין זעכמײַסטער אין לאָיאָלע־אוניווערסיטעט, שיקאַגע.
ווײַזט זיך אַרויס, אַז דער סטערעאָטיפּ, וואָס פֿרויען אַנטשולדיקן זיך מער ווי מענער, איז טאַקע אמת, אָבער נישט צוליב די סיבות, וואָס מע מיינט, גיבן איבער די סאָציאַלע פּסיכאָלאָגן קאַרינאַ שומאַן און מײַקל ראָס, פֿונעם אוניווערסיטעט פֿון וואָטערלו, אין אָנטאַריאָ. „מיר האָבן אַנטדעקט, אַז מענער אַנטשולדיקן זיך ווייניקער, אָבער נישט צוליב דעם וואָס זייער עגאָ דערלויבט זיי נישט צו אָנערקענען אַ טעות, נאָר פּשוט ווײַל זיי באַמערקן אָפֿט מאָל נישט, ווען עמעצער פֿילט זיך באַעוולט פֿון זייער אויפֿפֿיר,‟ האָבן זיי דערקלערט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.