עטלעכע פֿאַרמער, וועלכע פֿאַרקויפֿן זייער שניט רעגלמעסיק אויף אַ מאַרק אין שטאָט, גיבן עטלעכע עצות פֿאַר זייערע קונים.
ווילט איר שפּאָרן געלט?
פֿרעגט מיך וועגן די „נישט־אַזוי־שיינע‟ פֿרוכטן און גרינסן, וואָס פֿאַר זיי קען מען קריגן אַ הנחה. איר קענט זיי ניצן צו מאַכן פּאָמידאָרן־סאָוס, אײַנגעמאַכטס אָדער זופּ — און מע קען זיי אויך עסן סתּם אַזוי, אויב עס אַרט אײַך נישט, וואָס ס׳איז אַ ביסל צעקוועטשט.
1) פֿאַרטרײַבט די מוראַשקעס
צייכנט אָן אַ ליניע מיט קרײַד אויפֿן שוועל פֿון יעדער טיר, וואָס פֿירט אין דרויסן. דער קאַלך אינעם קרײַד טרײַבט אָפּ די מוראַשקעס, ווײַל ער באַשטייט פֿון צעמאָלענע ים־מושלען. באַשיט די געוויקסן אין גאָרטן מיטן קרײַד־פּראָשיק, וועלן די מוראַשקעס און שנעקלעך אויך אַנטלויפֿן.
געפּרעגלטער שפּינאַט מיט קנאָבל און אַ שפּריץ לימענע טרעפֿט תּמיד אין פּינטל, און איז אויך פֿול מיט וויטאַמינען און מינעראַלן.
1/2־1 פֿונט שפּינאַט־בלעטער
2 לעפֿל איילבערט־בוימל
6 ציינדלעך קנאָבל, צעהאַקט
1 לעפֿעלע זאַלץ
3/4 לעפֿעלע שוואַרצער פֿעפֿער
נישט־געזאַלצענע פּוטער
זאַפֿט פֿון אַ לימענע
מיידלווײַז פֿלעג איך, פֿון צײַט צו צײַט, פֿאַרשרײַבן מײַנע חלומות, און אָפֿט מאָל האָט דאָס פּראָדוצירט אומגעריכטע פּאָזיטיווע רעזולטאַטן. איין חלום האָט מיך אינספּירירט אָנצושרײַבן אַ דערציילונג, וואָס די פּראָפֿעסאָרשע פֿון מײַן קלאַס פֿון שעפֿעריש־שרײַבן האָט, צום ערשטן מאָל, געלויבט פֿאַרן גאַנצן קלאַס; און אַ צווייטער חלום האָט אַנטפּלעקט פֿאַר מיר עטלעכע סימבאָלישע „סודות‟ פֿונעם אויסערגעוויינטלעכן פֿילם, 2001: A Space Odyssey.
טאַקע דערפֿאַר האָט מיך שטאַרק פֿאַראינטערעסירט אַן אַרטיקל אין דער „ניו־יאָרק טײַמס‟ לעצטנס וועגן די פֿאַרשידענע אופֿנים ווי אַזוי אַנדערע קולטורן באַציִען זיך צום ענין, שלאָפֿן און חלומען.
צווישן די יאָרן 2002 און 2011 זענען מער ווי 9,000 קינדער ייִנגער פֿון 12 יאָר דערהרגעט געוואָרן אין אויטאָ־אַקצידענטן — אין אַ סך פֿאַלן, צוליב דעם וואָס מע האָט זיי נישט ריכטיק אײַנגעצאַמט אין אַ קינדער־זיץ אָדער מיט אַ שוצפּאַס.
לויט אַ שטודיע פּובליקירט אינעם Morbidity and Mortality Weekly Report, זענען 33% פֿון די קינדער, אומגעקומען אין די אויטאָ־אַקצידענטן אין 2011 נישט געווען אײַנגעצאַמט. בערך 3,308 קינדער ייִנגער פֿון 4 יאָר זענען געבליבן לעבן, אַ דאַנק דעם, וואָס מע האָט זיי אַרײַנגעזעצט אין אַ קינדער־זיץ אָדער צוגעמאַכט זייער שוצפּאַס.
„מיר דאַרפֿן טאָן מער צו באַוואָרענען אונדזערע קינדער ווען מיר פֿאָרן ערגעץ,‟ האָט באַמערקט ד״ר ערין זאַובער־שאַץ, אַן עפּידעמיאָלאָג און די הויפּט־מחברטע פֿונעם באַריכט. „אַפֿילו אויב די נסיעה איז נישט מער ווי עטלעכע מינוט, דאַרפֿן מיר פֿאַרזיכערן, אַז די קינדער זיצן ריכטיק אינעם קינדער־זיץ, און אַז דער רימען איז גענוג אײַנגעצויגן זיי צו באַשיצן אינעם פֿאַל פֿון אַ צוזאַמענשטויס.‟
בעת די לעצטע 14 יאָר אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, איז דער סאַמע פּאָפּולערסטער נאָמען, וואָס די עלטערן גיבן זייערע נײַ־געבוירענע ייִנגעלעך — סײַ בײַ ייִדן, סײַ בײַ נישט ייִדן — געווען Jacob, די ענגלישע ווערסיע פֿון „יעקבֿ‟.
הײַיאָר האָט זיך עס אָבער געביטן. אַנשטאָט „דזשייקאָב‟ איז דער פּאָפּולערסטער נאָמען פֿאַר נײַ־געבוירענע ייִנגלעך איצט Noah, דער ענגלישער עקוויוואַלענט פֿון „נח‟.
דאָס צוזאַמענלעבן פֿון אַ זיווג איז נישט גרינג. ווען איר זעט פּאָרלעך, וואָס האָבן שוין דורכגעמאַכט 10, 15 אָדער 30 יאָר אין איינעם, ווייסט איר, אַז דאָס זענען מענטשן, וועלכע האָבן זיך געקריגט, געפֿונען פּשרות און געבליבן געטרײַ איינער דעם צווייטן, נישט געקוקט אויף די צרות. מע קען זיך אַ סך לערנען בײַ זיי.
ווען דאָס צוזאַמענלעבן פֿון אַ זיווג איז נישט גלאַטיק, איז עס נישט תּמיד צוליב די גרויסע פּראָבלעמען; אַ מאָל איז עס פּשוט אַ שלל מיט אָנגעזאַמלטע קליינע פֿרוסטרירונגען.
3 פֿונט (1.3 קילאָ) קליינע קאַרטאָפֿל
1/2 טעפּל איילבערט־בוימל
זאַלץ און שוואַרצער פֿעפֿער
1/2 טעפּל צעמאָלענער פּאַרמעזשאַנער קעז
3/4 טעפּל צעהאַקטע פּעטרישקע־בלעטער
1 לעפֿעלע צעמאָלן לימענע־שאָלעכץ
1 לעפֿל לימענע־זאַפֿט
1 לעפֿעלע געטריקנטע רויטע פֿעפֿער־בלעטעלעך
הייצט אָן דעם אויוון ביז 400 גראַד (204 צעלזיוס).
צעשנײַדט יעדעס קאַרטאָפֿל אויף דער העלפֿט, און מישט זיי אויס מיטן בוימל אין אַ גרויסער שיסל; באַזאַלצט און באַפֿעפֿערט עס.
לייגט די קאַרטאָפֿליעס אַרײַן אין אַ גרויסן בעקן און בראָט זיי ביז זיי ווערן גאָלדן־ברוין און גוט דורכגעקאָכט — בערך 30 מינוט. מישט אַרײַן דעם פּאַרמעזשאַנער קעז, און לייגט דעם בעקן קאַרטאָפֿליעס צוריק אַרײַן אין אויוון אויף נאָך 12 מינוט.
שיט די קאַרטאָפֿליעס אַרײַן אין אַ שיסל מיט די פּעטרישקע־בלעטער, צעריבענעם לימענע־שאָלעכץ, לימענע-זאַפֿט און רויטע פֿעפֿער־בלעטעלעך. מישט עס גוט אויס און דערלאַנגט צום טיש.
יעדער פּאַסאַזשיר אין אַן אונטערבאַן אָדער אויטאָבוס קען גוט די תּקנות: קוקט קיינעם נישט אין פּנים אַרײַן, און רעדט נישט מיט קיינעם. אַן אַרטיקל לעצטנס אין דער „ניו־יאָרק טײַמס‟ האָט אָבער געגעבן אָנצוהערן, אַז יענע תּקנות זענען נישט באַרעכטיקט:
צוויי פּסיכאָלאָגן, ניקאָלאַס עפּלי און דזשוליאַנאַ שרעדער, האָבן אַראַנזשירט, אַז אַ צאָל פּאַסאַזשירן אין אַ באַן־סטאַנציע אין שיקאַגע, זאָלן דווקא נישט פֿאָלגן די תּקנות. אַ טייל פֿון די פּאַסאַזשירן האָט מען געהייסן פֿאַרפֿירן אַ שמועס מיט אַ פֿרעמדן מענטשן, וואָס זעצט זיך אַוועק לעבן זיי אויף דער באַן יענעם אינדערפֿרי. די אַנדערע פּאַסאַזשירן האָט מען געהייסן טאָן ווי געוויינטלעך — נישט קוקן און נישט רעדן מיט קיינעם. בײַם סוף פֿון דער נסיעה, האָבן אַ סך מער פּאַסאַזשירן, וואָס האָבן גערעדט מיט אַ פֿרעמדן, איבערגעגעבן, אַז זייער נסיעה איז געווען אַ פּאָזיטיווע, איידער די, וועלכע זענען געזעסן ביחידות.
לכּבֿוד שבֿועות: לערנט זיך אויס ווי צו מאַכן אַ טראַדיציאָנעלן מזרח־אייראָפּעיִשן קעזקוכן און אויך אַ וועגאַנישן פֿון שאָקאָלאַד.
די וואָך האָט די נײַעס־פּראָגראַם Sixty Minutes אינטערוויויִרט עטלעכע עקספּערטן פֿונעם געזונט־מצבֿ בײַ מענטשן איבער 90 יאָר, ווי אויך אַ צאָל בני־תּשעים אַליין //www.cbsnews.com/news/living-to-90-and-beyond/, כּדי צו דערגיין, וואָס פֿאַר אַ פֿאַקטאָרן האָבן אפֿשר גורם געווען דאָס דערגרייכן אַזאַ הויכן עלטער. די רעזולטאַטן זענען נישט דווקא דאָס, וואָס מע וואָלט זיך פֿאָרגעשטעלט.
די מענטשן, וועלכע האָבן געטרונקען צווישן 1 און 3 טעפּלעך קאַווע אַ טאָג, למשל, האָבן איבערגעלעבט די מענטשן, וואָס האָבן געטרונקען מער ווי 3 טעפּלעך, אָדער וואָס האָבן אין גאַנצן נישט געטרונקען קיין קאַווע.
אַ נײַער באַריכט גיט איבער, אַז ווען אַ פֿרוי גייט צו קינד אין אַ שפּיטאָל, איז עס אַ סך זיכערער, ווי דאָס קינדלען אין דער היים אָדער אין אַ געבורט־צענטער.
די פֿאָרשער האָבן אַנאַליזירט די אינפֿאָרמאַציע פֿון כּמעט 14 מיליאָן געבורט־פֿאַלן, געזאַמלט פֿונעם „צענטער פֿאַר קראַנקייט־קאָנטראָל‟ צווישן די יאָרן 2006 און 2009. 130,000 פֿון די געבורטן זענען נישט פֿאָרגעקומען אין אַ שפּיטאָל. די רעזולטאַטן געפֿינען זיך אויף דער וועבזײַט פֿונעם „אַמעריקאַנער זשורנאַל פֿון אָבסטעטריק און גינעקאָלאָגיע‟ //www.ajog.org/article/S0002-9378(14)00275-0/abstract.
לעצטנס האָט זיך בײַ אַ וואַקסנדיקער צאָל שטאַטן אין אַמעריקע פֿאַרשפּרייט אַ באַוועגונג צו לעגאַליזירן געוויסע שפּײַזן, וואָס מע האָט ביז איצט פֿאַרווערט צו פֿאַרקויפֿן צוליב געזונט־סיבות. איין פּראָדוקט, וואָס האָט פֿאַרנומען דעם אויבן־אָן, איז רויע מילעך.
ס׳רובֿ פֿון דער מילעך אין לאַנד ווערט פּאַסטעריזירט (סטעריליזירט), איידער מע פֿאַרקויפֿט זי, כּדי אויסצוראָטן מעגלעכע געפֿערלעכע באַקטעריע, ווי E. coli און סאַלמאָנעלאַ. דער „צענטער פֿאַר קראַנקייט־קאָנטראָל‟ גיט איבער, אַז 75% פֿון די קראַנקייטן פֿאַרבונדן מיט רויער מילעך, שטאַמען פֿון די 21 שטאַטן, וווּ ס׳איז לעגאַל צו פֿאַרקויפֿן נישט־פּאַסטעריזירטע פּראָדוקטן.
אינעם צימער לעבן דעם גימנאַסטיק־זאַל, וווּ איך מאַך פֿיזישע געניטונגען, שליסט מען צו די טיר יעדן מאָנטיק אין אָוונט און מע פֿירט דורך אַ זומבאַ־קלאַס פֿאַר פֿרומע ייִדישע פֿרויען.
זומבאַ איז אַ קאָמבינאַציע פֿון פֿאַרשידענע מינים שפּאַנישע טאַנצסטילן מיט אַ פּולסירנדיקן ריטעם — למשל, סאַלזאַ און מערענגע — וואָס איז במשך פֿון די לעצטע יאָרן געוואָרן אַ פּאָפּולערער מיטל צו מאַכן אַעראָבישע געניטונגען. פֿרויען וואָס ווילן פֿאַרלירן וואָג אָדער פֿאַרשטאַרקן זייער געזונט־מצבֿ בכלל, פֿאַרשרײַבן זיך אין די קלאַסן, ווײַל די גיכקייט פֿונעם טאַנצן קאָן דערפֿירן צו די זעלבע פּאָזיטיווע רעזולטאַטן ווי דאָס אויפֿהייבן שווערע געוויכטן — און די לעבעדיקע מוזיק מאַכט עס נאָך הנאהדיק דערצו!
3 צײַטיקע באַנאַנעס
1/2 לעפֿל מילך, אויב נייטיק
שיילט אָפּ די באַנאַנעס, און צעשנײַדט זיי אויף גראָבע רעפֿטלעך.
לייגט די באַנאַנע־רעפֿטלעך אין אַ טעלער און שטעלט דעם טעלער אַרײַן אין פֿרירקע (freezer) ביז עס ווערט האַרט — בערך צוויי שעה.
אַ סך עלטערן זאָרגן זיך, נאַטירלעך, וועגן דערלויבן זייערע קינדער צו גיין אָדער פֿאָרן מיטן וועלאָסיפּעד אין שול.
לויט דער סטאַטיסטיק, איז דער גרעסטער פּראָצענט טויטפֿאַלן בײַ קינדער צווישן 2 און 14 יאָר דווקא צוליב אַן אויטאָ־אַקצידענט. בײַ 20% פֿון די קינדער, וואָס ווערן יעדעס יאָר אומגעבראַכט אין אַ געפֿאָר־אַקצידענט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, איז עס געשען, ווען די קינדער זענען געגאַנגען צו־פֿוס, גיט איבער דער „צענטער פֿון קראַנקייט־קאָנטראָל‟.
פּסחדחיקר פֿרישטיק: דאָס פּיקאַנטע געמיש פֿון קאַרטאָפֿל מיט גערייכערטן לאַקס וועט זיכער שמעקן אײַער גאַנצן הויזגעזינד.
לאָמיר זאָגן, אַז אַ געוויסער בחור, פֿרעד, באַקענט זיך מיט אַ מיידל, מאַרטאַ, און זי געפֿעלט אים. ער פֿרעגט זי אויב זי וויל מיט אים גיין אין קינאָ; זי זאָגט יאָ, און זיי פֿאַרברענגען גאַנץ גוט אין איינעם.
עטלעכע טעג שפּעטער נעמט ער זי אַרויס אויף וועטשערע, און זיי האָבן ווידער הנאה. זיי גייען אַרויס אויף נאָך עטלעכע ראַנדקעס, און אין גיכן, גייען זיי מער נישט אַרויס מיט קיין אַנדערע מענטשן.
סאָוס
3 לעפֿל צעהאַקטע פּעטרישקע־בלעטער
2 לעפֿל איילבערט־בוימל
1/2 לעפֿעלע צעריבן לימענע־שאָלעכץ
1 לעפֿל לימענע־זאַפֿט
1 ציינדל קנאָבל, צעהאַקט
1/4 לעפֿעלע זאַלץ
שוואַרצער פֿעפֿער
ווי שווער וואָלט געווען צו עסן אַ דיעטע, וווּ בלויז 5% פֿון די קאַלאָריעס קומען פֿון צוקער? זייער שווער, אויב איר זענט ווי ס׳רובֿ אַמעריקאַנער.
צוליב דעם וואָס צוקער איז שטאַרק פֿאַרבונדן מיט איבערוואָגיקייט, צוקער־קרענק און לעכער אין די ציין, האָט די „אַלוועלטלעכע געזונט־אָרגאַניזאַציע‟ (WHO) די וואָך געעצהט, אַז בלויז 5% פֿון דער דיעטע זאָל באַשטיין פֿון צוגעגעבענעם צוקער. (ביז איצט האָט מען רעקאָמענדירט 10%.)