די אַמעריקאַנער שרײַבערין לין מעסינאַ האָט אָנגעשריבן אַן עסיי אינעם „ניו־יאָרק טײַמס‟ בלאָג, Motherlode, ווי שווער ס׳איז צו לאָזן אירע קינדער טאָן ריזיקאַלישע זאַכן — אַ זאָרג, וואָס אַ סך אַנדערע עלטערן קענען גוט פֿאַרשטיין:
מיט אַ צוויי־דרײַ יאָר צוריק האָב איך געלייענט אַן אַרטיקל וועגן דער געוואַלדיקער קאָמפּעטענץ פֿון די קינדער אין פֿראַנקרײַך. דער רעפּאָרטער פֿונעם אַרטיקל האָט דערציילט, אַז בעת ער האָט געפֿירט אַן אינטערוויו מיט אַ געוויסער פֿרוי אינעם גאַסטצימער, האָט דער פֿרויס 3־יאָריק טעכטערל אַליין געמאַכט טערטלעך (cupcakes) אין קיך. זינט דעמאָלט איז דאָס מיידעלע געוואָרן בײַ מיר אַ סימבאָל פֿון מײַן אייגענער נטיה צו זײַן אַ ביסל „צו פֿאָרזיכטיק‟.
כ׳האָב זיך דערמאָנט אין דעם מיידעלע מיט אַ חודש צוריק, ווען מײַן 6־יאָריק זינדעלע, עמעט, האָט זיך געבעטן בײַ מיר אים צו לאָזן אָנצינדן די חנוכּה־ליכט. מיר האַלטן שטענדיק דעם חנוכּה־לאָמפּ אויפֿן קאַמין, וווּ ער קען זיך נישט צורירן צו דעם, און ביז איצט האָט ער קיין מאָל נישט געפֿרעגט, צי ער קען צינדן די ליכט. ער האָט תּמיד אויסגעזען צופֿרידן צו שטיין לעבן דעם טאַטן, בשעת מיר האָבן געמאַכט די ברכה. אָבער דאָס יאָר איז חנוכּה אויסגעפֿאַלן אויף דאַנקטאָג, ווען עמעטס שוועסטערקינד, וואָס איז בערך אין זײַנע יאָרן, איז אויך געווען דערבײַ, און אַליין אָנגעצונדן די ליכט. במשך פֿון דער גאַנצער וואָך חנוכּה האָט עמעט געהאַלטן אין איין בעטן, מע זאָל אים אויך לאָזן אָנצינדן די ליכט.
איך פֿאַרשטיי זײַן פֿאַרלאַנג, אָבער ס׳איז שווער אים נאָכצוגעבן, ווײַל איך ווייס גוט דעם כּוח פֿון פֿײַער. מײַן טאַטע פֿאַרמאָגט אַ לאַבאָראַטאָריע, וואָס פּרוּווט אויס די ברענעוודיקייט פֿון פֿאַרשידענע מינים סחורה, און איך פֿלעג אים העלפֿן בײַ דער אַרבעט, האַלטנדיק אַ פֿלאַם אונטער הונדערטער קינדער־פּיזשאַמעס, כּדי צו פֿאַרזיכערן, אַז זיי קאָנען זיך נישט אָנצינדן. בײַ ס׳רובֿ פֿון די מוסטערן, איז דאָס פֿײַערל תּיכּף דערשטיקט געוואָרן און זיך אויסגעלאָשן, אָבער פֿון צײַט צו צײַט, האָט די סחורה זיך טאַקע פּלוצלינג אָנגעצונדן אין אַ באַלעכל פֿײַער.
דאָס פֿראַנצייזישע מיידעלע האָט זיך אויך באַוויזן מיט אַ האַלב יאָר פֿריִער, ערבֿ־פּסח, ווען עמעט האָט געוואָלט העלפֿן שיילן די קאַרטאָפֿליעס. „ניין, דער אָפּשיילער איז צו שאַרף,‟ האָב איך געזאָגט. ער האָט אָבער געטענהט, אַז ער ווייסט ווי צו שיילן, אַז ער האָט עס שוין געטאָן אין שול. האָב איך אים נאָכגעגעבן, און אין ווייניקער ווי אַ מינוט האָט ער זיך טאַקע צעשניטן, אויסגעבראָכן אין אַ געוויין, און אַ סוף געמאַכט צו זײַן קאַרטאָפֿל־שיילערײַ.
פֿון דעסטוועגן, האָט ער אַזוי שטאַרק געוואָלט העלפֿן צינדן די חנוכּה־ליכט, אַז איך האָב באַשלאָסן אים יאָ צו לאָזן עס טאָן. איך האָב אים געגעבן דעם אָנגעצונדענעם שמשׂ אין דער האַנט אַרײַן און אים געהייסן האַלטן עס מיט ביידע הענט, אָבער ער האָט זיך אײַנגעשפּאַרט און געניצט בלויז איין האַנט. פּאַוואָליע האָט ער אָנגעצונדן דאָס ערשטע ליכטל, דערנאָך דאָס צווייטע… און באַלד האָט זײַן 2־יאָריק ברודערל שוין אויך געבעטן אים לאָזן צינדן. ס׳האָט מיר דערמאָנט אין די קינדער־יאָרן, ווען איך און מײַנע ברידער האָבן זיך תּמיד געאַמפּערט, ווער ס׳וועט צינדן די ליכט יעדע נאַכט.
ס׳האָט מיך אויך דערמאָנט אין אַן עפּיזאָד, ווען איך בין געווען 16 יאָר אַלט, און האָב געבעטן די מאַמע, ע״ה מיר לאָזן אַליין פֿאָרן אויף דער באַן פֿון אונדזער שטעטל אין לאָנג־אײַלאַנד קיין מאַנהעטן, צו פֿאַרברענגען דעם אָוונט מיט גוטע פֿרײַנד. זי האָט געשוויגן אַ רגע, און דערנאָך אויף אַ קול זיך געפֿרעגט, און אַליין געענטפֿערט, אויף אירע צוויי שאלות: „בין איך גרייט אויף דעם? ניין… וועל איך אַמאָל זײַן גרייט אויף דעם? ניין…‟ פֿון דעסטוועגן, האָט זי מיך געלאָזט פֿאָרן.
דעמאָלט האָט איר געמישטער ענטפֿער מיר אויסגעזען זייער מאָדנע, אָבער הײַנט פֿאַרשטיי איך עס דווקא זייער גוט. קוקנדיק ווי עמעט צינדט די ליכט, כאַפּ איך זיך, אַז מײַן מאַמעס וואַקלעניש איז מיר פֿאָרט נעענטער צום האַרצן ווי דאָס אומבאַזאָרגטע פֿראַנצייזישע מיידעלע, וואָס באַקט אַליין. דער דרך פֿון דערציִען קינדער איז אַ לאַנגער און אָנגעפּיקעוועט מיט פּאָטענציעלע סכּנות. איך ווייס, אַז די חנוכּה־ליכטלעך און קאַרטאָפֿל־שיילער זענען קלייניקייטן קעגן די אמת-סכּנותדיקע זאַכן, וואָס מײַנע זין וועלן מיט דער צײַט אפֿשר וועלן אויספּרוּוון. כ׳ווייס נאָך נישט, צי כ׳וועל האָבן דעם כּוח זיי צו דערלויבן צו טאָן ריזיקאַלישע זאַכן. טאַקע דערפֿאַר האָף איך, אַז די מאַמע וועט מיר דעמאָלט דינען ווי אַ מוסטער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.