לעצטנס האָט זיך בײַ אַ וואַקסנדיקער צאָל שטאַטן אין אַמעריקע פֿאַרשפּרייט אַ באַוועגונג צו לעגאַליזירן געוויסע שפּײַזן, וואָס מע האָט ביז איצט פֿאַרווערט צו פֿאַרקויפֿן צוליב געזונט־סיבות. איין פּראָדוקט, וואָס האָט פֿאַרנומען דעם אויבן־אָן, איז רויע מילעך.
ס׳רובֿ פֿון דער מילעך אין לאַנד ווערט פּאַסטעריזירט (סטעריליזירט), איידער מע פֿאַרקויפֿט זי, כּדי אויסצוראָטן מעגלעכע געפֿערלעכע באַקטעריע, ווי E. coli און סאַלמאָנעלאַ. דער „צענטער פֿאַר קראַנקייט־קאָנטראָל‟ גיט איבער, אַז 75% פֿון די קראַנקייטן פֿאַרבונדן מיט רויער מילעך, שטאַמען פֿון די 21 שטאַטן, וווּ ס׳איז לעגאַל צו פֿאַרקויפֿן נישט־פּאַסטעריזירטע פּראָדוקטן.
אָבער דאָס געטראַנק האָט אַ סך מעלות, בפֿרט פֿאַר די מענטשן, וואָס קענען נישט טרינקען די פּאַסטעריזירטע מילעך, האָט דערקלערט אַ באַקאַנטע שטיצערין פֿון רויער מילעך, קייטי וויליאַמסאָן. „אַ סך מענטשן וואָס קאָנען נישט פֿאַרדייען די פּאַסטעריזירטע מילעך אָדער פֿאַרטראָגן נישט קיין לאַקטאָז, קאָנען יאָ פֿאַרדייען רויע מילעך, אָן שום פּראָבלעם,‟ האָט זי באַמערקט.
רויע מילעך האָט אויך אַ גרעסערן פּראָצענט פֿון די וויטאַמינען B און K, וואָס קאָן פֿאַרבעסערן די נעווראָלאָגישע פֿונקציעס, און העלפֿן צו פּראָדוצירן נײַע צעלן אין גוף, ווען אַ מענטש עלטערט זיך.
דאַניעלאַ פּאַסיעראַ, אַ דיעטעטיקערין, זאָגט, אַז דער עיקר איז, פֿון וואַנען מע נעמט די מילעך. „אויב די קו איז נישט געזונט, וואַקסט די מעגלעכקייט פֿון די געפֿערלעכע באַקטעריע,‟ האָט זי געזאָגט. אויב אָבער די קו איז יאָ געזונט, און ווערט גוט געפֿיטערט און דערצויגן, וואָלט נישט געדאַרפֿט זײַן קיין פּראָבלעם.
„אויב אַ שטאַט לעגאַליזירט דאָס פֿאַרקויפֿן רויע מילעך, וועט קיינער נישט געצוווּנגען ווערן זי צו טרינקען,‟ האָט וויליאַמסאָן געזאָגט. „ס׳מיינט פּשוט, אַז די פֿון אונדז, וואָס ווילן עס יאָ טרינקען וועלן, סוף־כּל־סוף, האָבן צוטריט דערצו.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.