No Place Like Home

סודות פֿון די בני־תּשעים

Secrets of the Over-90 Crowd

  • Print
  • Share Share

די וואָך האָט די נײַעס־פּראָגראַם Sixty Minutes אינטערוויויִרט עטלעכע עקספּערטן פֿונעם געזונט־מצבֿ בײַ מענטשן איבער 90 יאָר, ווי אויך אַ צאָל בני־תּשעים אַליין //www.cbsnews.com/news/living-to-90-and-beyond/, כּדי צו דערגיין, וואָס פֿאַר אַ פֿאַקטאָרן האָבן אפֿשר גורם געווען דאָס דערגרייכן אַזאַ הויכן עלטער. די רעזולטאַטן זענען נישט דווקא דאָס, וואָס מע וואָלט זיך פֿאָרגעשטעלט.

די מענטשן, וועלכע האָבן געטרונקען צווישן 1 און 3 טעפּלעך קאַווע אַ טאָג, למשל, האָבן איבערגעלעבט די מענטשן, וואָס האָבן געטרונקען מער ווי 3 טעפּלעך, אָדער וואָס האָבן אין גאַנצן נישט געטרונקען קיין קאַווע.

בײַ די וועלכע האָבן געטרונקען 1־2 גלעזער משקה אַ טאָג, איז די ריזיקע פֿון שטאַרבן געפֿאַלן מיט 10־15 פּראָצענט, אין פֿאַרגלײַך מיט יענע, וועלכע האָבן אין גאַנצן נישט געטרונקען קיין אַלקאָהאָל. ס׳האָט נישט אויסגעמאַכט, צי זיי האָבן געטרונקען רויטן ווײַן, ווײַסן ווײַן, ביר אָדער שטאַרקערע געטראַנקען ווי דזשין און בראָנפֿן.

די מענטשן, וואָס האָבן געמאַכט פֿיזישע געניטונגען האָבן זיכער איבערגעלעבט די, וואָס האָבן עס נישט געטאָן, און אַפֿילו בלויז 15 מינוט אַ טאָג געניטונגען האָט געמאַכט אַן אונטערשייד. דאָס בעסטע איז אָבער געווען צו מאַכן געניטונגען 45 מינוט אַ טאָג. אַפֿילו דרײַ שעה געניטונגען איז נישט געווען אַזוי פּראָדוקטיוו ווי 45 מינוט אַ טאָג! ס׳האָט אויך נישט אויסגעמאַכט, צי מע טוט עס אַלץ מיט אַ מאָל, אָדער צעטיילט, ווי, למשל, אַ האַלבע שעה שפּאַצירן אין דער פֿרי, און אַ 15־מינוטיקער שפּאַציר אין אָוונט.

און נאָך אַ חידוש: אַ דאַרע פֿיגור איז נישט דווקא אַ מעלה! די מענטשן וואָס זענען געווען אַ ביסל גראָב (אָבער נישט צו גראָב), האָבן איבערגעלעבט יענע מענטשן, וואָס זענען געווען זייער דאַר. ס׳איז גוט צו זײַן דאַר ווען מ׳איז יונג, אָבער ווען מע דערגרייכט איבער די 90ער איז, אַ פּנים, מער געוווּנטשן אָנצולייגן אַ פּאָר פֿונט.