אויב איר עפֿנט אײַער פֿלאַש וואָדקע בלויז ווען עס קומען געסט, זאָלט איר וויסן, אַז די משקה האָט אַ סך אַנדערע באַנוצן, חוץ צו מאַכן אַ לחיים, און קען אײַך שפּאָרן אַ ביסל געלט דערצו:
1) דערפֿרישט די קליידער: אויב איר האָט נישט קיין צײַט צו וואַשן די קליידער יעדעס מאָל, גיסט אַרײַן וואָדקע אין אַ שפּריצפֿלעשל, און באַשפּריצט די קליידער בשעת זיי הענגען אין דער שאַפֿע. דערנאָך הענגט זיי אַרויס אין דרויסן אָדער בײַ אַ פֿענצטער, כּדי זיי זאָלן זיך אויסטריקענען. דאָס איז אויך אַ גוטער מיטל פֿאַר קליידער, וואָס איר האָט שוין לאַנג נישט געטראָגן און פֿילן זיך נאָך שימל.
2) רייניקט די פֿענצטער־שויבן: וואַרפֿט אַרויס די כעמיקאַלן! באַשפּריצט די שויבן מיט וואָדקע און ווישט זיי אָפּ מיט אַ ריינער שמאַטע.
שפּריצבוימל
1/2־2 פֿונט (1.1 קילאָ) פֿערשקעס, אָן די קערנס
1 לעפֿל קראָכמאַל
4 אונץ (113 גראַם) + 2 לעפֿל צוקער
6 אונץ (170 גראַם) מעל
2 לעפֿל צעמאָלענע לײַנזוימען (flaxseed)
1/4 לעפֿעלע זאַלץ
3 לעפֿל נישט־געזאַלצענע פּוטער, אין קליינע שטיקעלעך
2 לעפֿל מאַסלינקע
אַלע ווייסן, אַז פֿרוכטן זענען אַ וויכטיקער טייל פֿון אַ דיעטע, אָבער אַ טייל פֿרוכטן זענען מער נעריק ווי אַנדערע.
אַ גרופּע וויסנשאַפֿטלער, פֿונעם Center for Science in the Public Interest, האָבן לעצטנס צונויפֿגעשטעלט אַ רשימה פֿון די נעריקסטע פֿרוכטן, נעמענדיק אין באַטראַכט וויפֿל וויטאַמין C, וויטאַמין B, קאַליום (potassium), פֿיברע און אײַזן געפֿינען זיך אין יעדן פֿון זיי.
יעדן שבת בײַם קידוש, ווי אויך אויף סתּם שׂימחות מיט פֿרײַנד און משפּחה, לאָזן די עלטערן זייערע קינדער זיפּן אַ ביסל פֿונעם ווײַן, וואָס זיי טרינקען. שטעלט זיך די פֿראַגע: קאָן דאָס שאַטן דעם קינד?
אַ טייל עלטערן האַלטן, אַז אויב מע לאָזט דעם קינד טרינקען ווײַן, צוזאַמען מיט די „גרויסע‟, וועט ער זײַן ווייניקער גענייגט צו גיין טרינקען אַלקאָהאָל מיט זײַנע פֿרײַנד.
לויט אַן אַנקעטע וואָס מע האָט דורכגעפֿירט מיט עטלעכע יאָר צוריק, האָט מען אינטערוויִרט 1,050 מאַמעס און זייערע 8־יאָריקע קינדער, און אַנטדעקט, אַז כּמעט 40% פֿון די מאַמעס האָבן געהאַלטן, אַז דערלויבן זייערע קינדער צו טרינקען משקה אין דער היים וועט זיי באַשיצן פֿון אָנשיכּורן זיך מיט זייערע פֿרײַנד ווען זיי וואַקסן אונטער. אַ דריטל פֿון די קינדער אין דער שטודיע האָט געזאָגט, אַז מ׳האָט שוין טאַקע אַ מאָל פֿאַרזוכט אַלקאָהאָל.
אין דער אמתן זענען אָבער דאָ ווייניק באַווײַזן, אַז דאָס דערלויבן די קינדער צו טרינקען משקה בײַ אַ יונגן עלטער וועט פֿאַרהיטן זיי פֿון שיכּרות שפּעטער. פֿאַרקערט, עס קאָן נאָך העכערן די מעגלעכקייט, אַז דאָס קינד וועט טרינקען מער. אין אַ פֿריִערדיקער שטודיע, למשל, האָט מען באַמערקט, אַז 10־יאָריקע קינדער, וואָס טאַטע־מאַמע האָבן זיי דערלויבט צו טרינקען, זענען שפּעטער — צו 12 יאָר — געווען צוויי מאָל מער גענייגט צו טרינקען מיט זייערע פֿרײַנד.
קריסטין דזשעקסאָן, די הויפּט־מחברטע פֿון דער שטודיע וועגן די מאַמעס, וואָס דערלויבן זייערע קינדער צו טרינקען מיט זיי, האָט באַמערקט, אַז די זעלבע מאַמעס זענען אויך מער גענייגט צו דערלויבן די קינדער אָנגיסן משקה פֿאַר די דערוואַקסענע געסט, אָדער זיי צוטראָגן אַ גלעזל ווײַן — און דאָס אַליין קאָן אויך נעגאַטיוו משפּיע זײַן אויף די קינדער.
2 לעפֿל איילבערט־בוימל
2 גרויסע ציבעלעס, צעהאַקט
4 ציינדלעך קנאָבל, צעהאַקט
2 לעפֿעלעך קמיניק
2 לעפֿעלעך קורקום (turmeric)
1 לעפֿעלע צימערינג
1/2 לעפֿעלע מושקאַט
אויב איר האָט אַ קינד צווישן 2 און 5 יאָר, וואָס איז שוין איבערוואָגיק, קענט איר אים העלפֿן צו פֿאַרלירן דאָס פֿעטס דורך אָנשליסן זיך אין אַ פּראָגראַם צוזאַמען מיט אים.
אַ נײַע שטודיע פֿון פֿעטע קינדער מיט פֿעטע עלטערן האָט געוויזן, אַז ווען די עלטערן פֿאַרשרײַבן זיך אין איינעם מיט זייער קינד אין אַ פּראָגראַם צו פֿאַרלירן וואָג, האָט דאָס קינד אַ גרעסערע הצלחה, איידער ווען מע פֿאַרשרײַבט בלויז דאָס קינד.
דערצו האָט עס געהאָלפֿן די עלטערן, ווײַל זיי האָבן אויך פֿאַרלוירן וואָג.
במשך פֿון דער פּראָגראַם האָבן די עלטערן זיך באַטייליקט אין 13 איין־שעהיקע קלאַסן, וווּ מע האָט זיי געגעבן אינפֿאָרמאַציע, ווי אַזוי צו העלפֿן זייער קינד ווערן דאַרער: ווי גרויס זאָלן זײַן די פּאָרציעס אין יעדן טעלער; וויפֿל קאַלאָריעס דאַרף זײַן דער מאַקסימום פֿון יעדער מאָלצײַט; די סכּנות פֿון עסן צו פֿיל צוקער, פֿעטס אָדער אַפֿילו קינסטלעכע זיס־מיטלען.
דער באַריכט וועגן דער שטודיע געפֿינט זיך אינעם אויגוסט־נומער פֿונעם זשורנאַל Pedriatrics.
וואָג־פּראָבלעמען הייבן זיך אָפֿט אָן בײַ אַ זייער יונגן עלטער. כּמעט אַ פֿערטל פֿון די קינדער צווישן 2 און 5 יאָר אַלט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן זענען פֿעטער ווי זיי וואָלטן געדאַרפֿט זײַן.
אַ וועגעטאַריער בין איך געוואָרן צו 12 יאָר, און דערבײַ געשאַפֿן מײַן מאַמען אַ סך עגמת־נפֿש. במשך פֿון כּמעט 15 יאָר האָב איך קיין איין פֿליישיק מאכל נישט געגעסן. דעם אמת געזאָגט, האָט עס מיר בכלל נישט אויסגעפֿעלט.
אָבער נאָך דעם ווי איך האָב אָנגעהויבן אַרויסגיין מיט מײַן צוקונפֿטדיקן מאַן, בפֿרט ווען ס׳איז שוין געוואָרן ערנסט צווישן אונדז, האָב איך באַשלאָסן ווידער צו עסן פֿליישיקס. צום טייל איז עס געווען, ווײַל ס׳האָט זיך דעמאָלט בײַ מיר סײַ־ווי אַנטוויקלט אַ סענסיטיווקייט צו גלוטען (מיט אַנדערע ווערטער, כ׳האָב מער נישט געגעסן קיין ברויט, לאָקשן און אַנדערע שפּײַזן, דעריבער האָב איך געדאַרפֿט עסן אָפֿטער פֿלייש, כּדי זיך אָנצוזעטיקן), און צום טייל — כּדי אַרויסצוּווײַזן סאָלידאַריטעט מיט מײַן מאַנס פֿליישיקן לעבן־שטייגער.
בערך 5% פֿון די עלטערע לײַט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן האָט מען פֿינאַנציעל באַעוולט, גיט איבער אַ נײַע שטודיע.
די פֿאָרשער האָבן זיך דערוווּסט, אַז בײַ ס׳רובֿ עלטערע לײַט האָט שוין געטראָפֿן, אַז מע האָט בײַ זיי צוגעגנבֿעט אָדער קרום אויסגענוצט זייער געלט אָדער פֿאַרמעגן. דאָס ערגסטע איז, אַז די עוולה זענען אָפֿט מאָל באַגאַנגען זייערע אייגענע קרובֿים.
די שטודיע איז פּובליקירט געוואָרן אינעם נומער פֿונעם 6טן אויגוסט, אינעם Journal of General Internal Medicine.
* ווען איר זעצט זיך אַרײַן אינעם אויטאָ, נאָך איידער איר דרייט אָן דעם לופֿטקילער, עפֿנט די פֿענצטער און הייבט אָן פֿאָרן. דאָס וועט פֿאַרטרײַבן די הייסע לופֿט און עס פֿאַרבײַטן מיט פֿרישער קילער לופֿט. נאָך עטלעכע מינוט, פֿאַרמאַכט די פֿענצטער און שטעלט אָן דעם לופֿט־קילער.
* מײַדט אויס אַ הייסן קערעווער: איידער איר גייט אַרויס פֿון אויטאָ, דרייט דעם קערעווער (steering wheel) אויס אויף 180 גראַד, כּדי דער אינעווייניקסטער טייל פֿון קערעווער זאָל בלײַבן אין שאָטן. ווען איר זעצט זיך ווידער אַרײַן אין אויטאָ, דרייט דעם קערעווער אויס צוריק.
ווען מע פֿרעגט מענטשן הײַנט, וואָס ס׳הערט זיך, ענטפֿערן זיי זייער אָפֿט: „כ׳בין שטאַרק פֿאַרנומען,‟ אָדער „משוגע פֿאַרנומען‟. און ס׳איז טאַקע אמת. ווען מ׳איז נישט בײַ דער אַרבעט, פֿירט מען די קינדער אויף פּיאַנע־לעקציעס; מע מאַכט פֿיזישע געניטונגען; מע פּלאַנירט אַ שׂימחה, אָדער מע האַלט אין מיטן אַ גרויסן פּראָיעקט ווי, למשל, פֿאָרשן די משפּחה־געשיכטע.
ווי אַ פּועל־יוצא איז אונדז פֿאַרבליבן זייער ווייניק צײַט פּשוט צו טראַכטן, מעדיטירן, רעפֿלעקטירן. אַפֿילו ווען עס געפֿינט זיך אַ געלעגנהייט — למשל, וואַרטנדיק אין אַ ריי אין סופּערמאַרק אָדער זיצנדיק אין אויטאָ בעת אַ גרויס געפֿאָר — כאַפּן מיר זיך גלײַך אָן אין דער מאָבילקע. טאַקע דערפֿאַר איז גאָר אינטערעסטאַנט צו לייענען וועגן אַ שטודיע, וואָס מע האָט אָפּגעדרוקט אינעם זשורנאַל Science מיט עטלעכע וואָכן צוריק, וואָס ווײַזט ווי שטאַרק מענטשן מײַדן הײַנט אויס זיך צו פֿאַרטיפֿן אין די געדאַנקען.
2 לעפֿל איילבערט־בוימל
1 גרויסע ציבעלע, צעשניטן
1/8 לעפֿעלע שאַרפֿע פֿעפֿער־בלעטעלעך
2 ציינדלעך קנאָבל, צעהאַקט
1 לעפֿעלע טימיאַן אָדער באַזיליק
2 - 3 טעפּלעך צעשניטענער בלעטערקרויט
1 לעפֿעלע געריבן לימענע־שאָלעכץ
זאַפֿט פֿון 1 לימענע
1/4 טעפּל ווײַסער ווײַן
זאַלץ און שוואַרצער פֿעפֿער, לויט אײַער געשמאַק
2 לאַקס־פֿילעען
יעדער ווייסט, אַז דער פּעריאָד, וואָס אַ קינד לעבט איבער צו ווערן אַ דערוואַקסענער — בערך צווישן 12 און 18 יאָר אַלט — איז זייער אַ קאָמפּליצירטער.
פֿון איין זײַט, שטאָלצירן די דערוואַקסלינגען, וואָס זיי הייבן שוין אָן אויסזען ווי מענער און דאַמען, און פֿילן זיך, סוף־כּל־סוף, אַ ביסל „באַפֿרײַט‟ פֿון טאַטע־מאַמע.
פֿון דער אַנדערער זײַט, לײַדן זיי פֿון אַ נײַער אומזיכערקייט בײַ זיך: צי וועל איך מצליח זײַן אין מײַנע קלאַסן? צי וועלן מײַנע פֿרײַנד מיר בלײַבן געטרײַ? צוליב די האָרמאָנישע ענדערונגען אינעם גוף, באַווײַזן זיך אויך אָפֿט פּרישטשיקלעך אויפֿן פּנים, וואָס שאַפֿן זיי נאָך מער עגמת־נפֿש.
דאָס פֿאַרלירן אַ לעבנסבאַגלייטער איז פֿאַרבונדן מיט אַ צאָל געזונט־פּראָבלעמען, אָבער ווי עס ווײַזט זיך אַרויס, איז עובֿר־בטלדיקייט נישט איינע פֿון זיי. לויט אַ נײַער שטודיע, קאָן דאָס ווערן אַן אַלמן אָדער אַלמנה דווקא אָפּלייגן דאָס ווערן עובֿר־בטל.
דאָס מאַכן לאָקשן מיט דער האַנט, ווי אונדזערע באָבעס פֿלעגן טאָן, איז גרינגער ווי איר מיינט.
6 לעפֿל נישט־געזאַלצענע פּוטער
1 פֿונט (454 גראַם) ציבעלעס, צעשניטן אויף רעפֿטלעך (slices)
2 פֿונט זוקיני, צעשניטן אויף רעפֿטלעך
1 לעפֿעלע זאַלץ
1/2 לעפֿעלע שוואַרצער פֿעפֿער
1/4 לעפֿעלע צעמאָלענער מושקאַט (nutmeg)
2 לעפֿל מעל
1 טעפּל (226 גראַם) הייסע מילך
3/4 טעפּל (177 מיליליטער) ברייזל (ברויט־קרישקעס)
3/4 טעפּל (177 מיליליטער) גריִערער אָדער שווייצער קעז
די פֿאַרגאַנגענע וואָך, נאָך דער יערלעכער גוף־באַטראַכטונג, האָט מײַן דאָקטער מיך אינפֿאָרמירט, אַז מײַן בלוט־צוקער איז צו הויך, און עס דראָט די מעגלעכקייט, אַז ס׳קען זיך מיט דער צײַט אַנטוויקלען בײַ מיר צוקער־קרענק. מיר איז דאָס געווען אַ חידוש, ווײַל איך עס נישט קיין סך זיסוואַרג אָדער פֿעטס, און איך מאַך פֿיזישע געניטונגען כּמעט יעדן טאָג.
איך האָב שטאַרק ליב צו גיין אויף חתונות, אַזוי לאַנג ווי איך דאַרף זיי נישט פּלאַנירן. בכלל האַלט איך, אַז די כּלערליי פּרטים וואָס מע פּאָרעט זיך איבער זיי בײַם אָרגאַניזירן די שׂימחה, זענען שטאַרק איבערגעטריבן: וואָס פֿאַר אַ מין בלומען זאָל מען אויסקלײַבן פֿאַר יעדן טיש? זאָל די כּלה טראָגן אַ קלייד מיט אַרבל, צי אָן אַרבל? זאָל מען גיין צו דער חופּה, באַגלייט מיט קלאַסישער מוזיק, אָדער ראָק־מוזיק?
הערט זיך אײַן, איר אַלע חתן־כּלות: קיינער געדענקט נישט יענע פּרטים פֿון אַ חתונה. זיי געדענקען אָבער יאָ — אויב אַלץ גייט גלאַטיק — די וואַרעמקייט, וואָס זיי האָבן געפֿילט, זעענדיק ווי דאָס פֿאַרליבטע פּאָרל שווערט טרײַשאַפֿט איינער דעם צווייטן, אין די אויגן פֿון דער גאַנצער עדה.
2 גרויסע רויטע אָדער געלע זיסע פֿעפֿערס
2 אונץ (56 גראַם) ראַזעווע ספּאַגעטי
2 אייער
6 אונץ (170 גראַם) ווייניק־פֿעטיקע טשעדאַרער קעז
1 לעפֿעלע טריקענער זענעפֿט
3 לעפֿל אָפּגעשעפּטע מילעך
3 לעפֿל צעהאַקטע אַשלעך (גרינע ציבעלע)
1/2 לעפֿעלע אָרעגאַן
2 פּאָמידאָרן, צעשניטן
זאַלץ און שוואַרצער פֿעפֿער, לויט אײַער געשמאַק
כ׳האָב לעצטנס געלייענט אַ פֿאַרכאַפּנדיקן אַרטיקל אין דער „ניו־יאָרק טײַמס‟ וועגן די עפֿעקטיווסטע מיטלען צו לערנען אונדזערע קינדער מענטשלעכקייט און ברייטהאַרציקייט.
אינעם אַרײַנפֿיר, דערקלערט דער מחבר, אַדאַם גראַנט, אַ פּסיכאָלאָגיע־פּראָפֿעסאָר אין דער „וואַרטאָן געשעפֿט־שול‟ בײַם פּענסילווייניער אוניווערסיטעט, אַז בײַ ס׳רובֿ עלטערן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן איז דער עיקר צו דערציִען קינדער וואָס זענען גוטהאַרציק, רחמנותדיק און גרייט צו העלפֿן אַנדערע. פֿון דעסטוועגן, האָט אַ ישׂראלדיקע שטודיע פֿון כּמעט 600 משפּחות אָנגעוויזן, אַז בײַ אַ סך עלטערן וואָס האָבן הויך געשאַצט גוטהאַרציקייט און רחמנות, האָבן זייערע קינדער דווקא נישט אַרויסגעוויזן די זעלבע ווערטן.
אָט איז אַ דערפֿרישנדיקער נײַער אופֿן הנאה צו האָבן פֿון קאַווענע (watermelon), און גלײַכצײַטיק אַרײַנכאַפּן אַ סך פּראָטעיִן.
אַ האַלבע רויטע ציבעלע, צעשניטן אויף דינע רעפֿטלעך
4 טעפּלעך צעשניטענע קאַווענע
1 לאַנגע אוגערקע
אַ זשמעניע מינץ־בלעטער
2 לעפֿל צעהאַקטע אַקאַזשוען (cashews)