אינעם צימער לעבן דעם גימנאַסטיק־זאַל, וווּ איך מאַך פֿיזישע געניטונגען, שליסט מען צו די טיר יעדן מאָנטיק אין אָוונט און מע פֿירט דורך אַ זומבאַ־קלאַס פֿאַר פֿרומע ייִדישע פֿרויען.
זומבאַ איז אַ קאָמבינאַציע פֿון פֿאַרשידענע מינים שפּאַנישע טאַנצסטילן מיט אַ פּולסירנדיקן ריטעם — למשל, סאַלזאַ און מערענגע — וואָס איז במשך פֿון די לעצטע יאָרן געוואָרן אַ פּאָפּולערער מיטל צו מאַכן אַעראָבישע געניטונגען. פֿרויען וואָס ווילן פֿאַרלירן וואָג אָדער פֿאַרשטאַרקן זייער געזונט־מצבֿ בכלל, פֿאַרשרײַבן זיך אין די קלאַסן, ווײַל די גיכקייט פֿונעם טאַנצן קאָן דערפֿירן צו די זעלבע פּאָזיטיווע רעזולטאַטן ווי דאָס אויפֿהייבן שווערע געוויכטן — און די לעבעדיקע מוזיק מאַכט עס נאָך הנאהדיק דערצו!
אָבער צוליב דעם וואָס דאָס טאַנצן זומבאַ זעט נישט אויס צניעותדיק, פֿירט זיך דער דאָזיקער זומבאַ־קלאַס פֿאַר פֿרומע פֿרויען אַ ביסל אַנדערש: מע שליסט צו די טיר, און מע לאָזט נישט אַרײַן קיין מאַנסבילן.
ווי עס ווײַזט זיך אַרויס, זענען די זומבאַ־קלאַסן פֿאַר פֿרויען אויך אַ באַקאַנטע זאַך אין אַנדערע פֿרומע ייִדישע געגנטן. אין אַ באַריכט לעצטנס אינעם „וואָל־סטריט דזשורנאַל‟, האָט די מחברטע, לוסעט לאַניאַדאָ, דערציילט וועגן אַ זומבאַ־קלאַס אין ברוקלין, אָנגעפֿירט דורך אַן 31־יאָריקער ישׂראלדיקער לערערין, שימרית אדר, וואָס ציט צו פֿרומע פֿרויען פֿון גאַנץ ברולין. „די פֿרויען דאַרפֿן אַ מיטל אַרויסצולאָזן זייער פֿאַרפּענטעטע ענערגיע, און איך האָב געפֿונען פֿאַר זיי אַזאַ מיטל: דורך טאַנצן,‟ האָט פֿרוי אדר באַמערקט.
יעדן מיטוואָך אויפֿדערנאַכט, קומען די פֿרויען אינעם קלאַס, וואָס געפֿינט זיך אינעם קעלער פֿון אַ שיל. זיי טוען זיך גיך איבער: אַנשטאָט די צניעותדיקע קליידער און בלוזקעס, טוען זיי אָן הויזן און זומער־העמדלעך. אַ טייל נעמען אַפֿילו אַראָפּ דאָס טיכל אָדער שייטל.
„זומבאַ איז מײַן טעראַפּיע,‟ האָט באַמערקט איינע פֿון די סטודענטקעס, שׂרה אָוויטש, אַ מאַמע פֿון פֿיר קינדער. „איין שעה אַ וואָך אַנטלויף איך פֿונעם אמתן לעבן. מײַן ברירה איז אַ פּשוטע: גיין צו אַ פּסיכיאַטער אָדער צו ׳זומבאַ׳.‟
דער קלאַס איז, אַגבֿ, אַ סך ביליקער ווי טעראַפּיע: 12 דאָלאַר אַ קלאַס.
אָבער נישט אַלע זענען צופֿרידן מיט פֿרוי אדרס זומבאַ־קלאַס, אָדער מיט די זומבאַ־קלאַסן בכלל. געוויסע רבנים האָבן לעצטנס אויסגעדריקט אַ זאָרג וועגן די ריינצדיקע באַוועגונגען און דער מוזיק, וואָס וואָלט געקאָנט, חלילה, אַראָפּפֿירן די פֿרויען פֿונעם דרך, אָדער זיי גאָר פֿאַרוואַנדלען אין זונות.
פֿרוי אַדר, אַליין אַ פֿרומע מאַמע פֿון פֿיר קינדער, זאָגט, אַז זי באַמיט זיך שווער צו שאַפֿן אַ „כּשרן‟ זומבאַ־קלאַס. זי, איר חבֿרטע, און איר מאַן, דניאל, האָבן שוין רעדאַגירט בערך 50 לידער, וווּ עס געפֿינען זיך נישט־צניעותדיקע ווערטער ווי „נאַקעט‟, „סעקסי‟, און אָנצוהערענישן וועגן אַקטיוויטעטן, וואָס פּאָסן זיך נישט אַרײַן אין די אָנגענומענע ראַמעס.
אין איין קלאַס, וואָס זי פֿירט אָן פֿאַר ייִנגערע מיידלעך, ניצט זי אין גאַנצן נישט יענע לאַטינאָ־לידער. אַנשטאָט דעם שפּילט זי פּאָפּולערע רעקאָרדירונגען פֿון רעליגיעזע ייִדישע לידער מיט אַ פֿעסטן ריטעם.
דער אַרטיקל אינעם „וואָל־סטריט דזשורנאַל‟ דערמאָנט, אַז אין לייקוווּד, ניו־דזשערזי, האָט אַ פּאָפּולערע אײַנריכטונג, The Gym, באַשלאָסן צו אַנולירן דעם זומבאַ־קלאַס, כאָטש דער קלאַס האָט געהאַט אַ סך אָנהענגער. דזשאָשוע נאָוואָסעלער, דער שעף פֿון דער אײַנריכטונג, האָט געהאַט געהערט, אַז געוויסע מיטגלידער האָבן זיך געפֿילט „אומבאַקוועם‟, אַז עס קומען פֿאָר אַזוינע קלאַסן, האָט ער באַשלאָסן זיי אָפּצושאַפֿן. דאָס האָט, אַ פּנים, אויפֿגעבראַכט די סטודענטקעס, און כּמעט איבערנאַכט האָט דער געזונטקלוב פֿאַרלוירן 200 מיטגלידער. אָבער במשך פֿון עטלעכע וואָכן, זאָגט נאָוואָסעלער, האָבן זיך אָנגעשלאָסן 400 נײַע.
חנה־רבֿקה פֿלוים, אַן 41־יאָריקע באַלעבאָסטע און מאַמע, וועלכע באַטייליקט זיך אין פֿרוי אַדרס קלאַס, זאָגט, אַז די רבנים זאָרגן זיך אומזיסט: נישט נאָר איז זי נישט אַראָפּ פֿון דרך; זי האָט אָנגעקניפּט אַ חבֿרשאַפֿט מיט אַ צווייטער סטודענטקע, און איצט לערנען זיי תּורה אין איינעם בחבֿרותא.
„אונדזער לעבן איז פֿול מיט סטרעס,‟ האָט באַמערקט ניקי אַדמון, אַ צווייטע פֿרומע סטודענטקע. „מיר גייען נישט צו קיין טאַנצקלובן, איז דאָס דער איינציקער ׳כּשרער׳ מיטל, וווּ מיר קאָנען זיך אין גאַנצן אויסשפּאַנען.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.