די שפּײַז־און־מעדיקאַמענטן אַדמיניסטראַציע האָט לעצטנס געוואָרנט, אַז די סכּנה פֿון האַרץ־ און מוח־אַטאַק פֿון די נישט־אַספּירין ווייטיק־מיטלען (ווי, למשל, Advil, Celebrex ,Motrin און Aleve) איז גרעסער ווי זי האָט ביז איצט געזאָגט.
די וואָרענונג קומט נאָך אַ ריי שטודיעס, וואָס ווײַזן אָן, אַז אַפֿילו בלויז קליינע דאָזעס פֿון די נישט־אַספּירין ווייטיק־מיטלען טראָגן מיט זיך אַ ריזיקע, און אַז מע זאָל זיי אײַננעמען אַזוי ווייניק ווי מעגלעך. מיליאָנען מענטשן נעמען זיי אײַן.
די מיטלען, וואָס זענען נישט קיין אַספּירין, זענען געוואָרן זייער פּאָפּולער נאָך דעם ווי די וויסנשאַפֿטלער האָבן מיט יאָרן צוריק זיך דערוווּסט, אַז אַספּירין קאָן גורם זײַן אַ בלוט־שטראָם אינעם בויך, מוח אָדער אין דער קישקע. וועגן דעם אַנטי־ווייטיק מיטל Tylenol, וואָס איז אויך נישט קיין אַספּירין, האָט מען מיט עטלעכע יאָר צוריק אויך געוואָרנט, אַז עס טראָגט אַ סכּנה — עס קאָן שאַטן דער לעבער.
אין אַן אינטערוויו מיט דער „ניו־יאָרק טײַמס‟, האָט ברוס לאַמפּערט, אַ ספּעציאַליסט אין מעדיקאַמענטן־זיכערהייט בײַם „נאָרטוועסטערן־אוניווערסיטעט‟, באַטאָנט: „די וואָרענונג איז אַ באַווײַז, אַז עס זענען נישטאָ קיין שום ווייניק־מיטלען, וואָס זענען אין גאַנצן זיכער.‟
לאַמבערט האָפֿט, אַז די וואָרענונג וועט איבערצײַגן מענטשן צו פּרוּוון זיך באַגיין אָן אַ ווייטיק־מיטל, ווען עס טוט זיי עפּעס וויי, אָדער צו היילן דעם ווייטיק דורך מער ממשותדיקע מיטלען. אויב, למשל, אַ מענטש לײַדט פֿון אַרטריט אין די קני, זאָל ער גיכער פֿאַרלירן וואָג אָדער גיין אויף פֿיזישער טעראַפּיע — ביידע זאַכן קאָנען גורם זײַן אַ קלענערן דרוק אויף די קני, און במילא — ווייניקער ווייטיק.
„מענטשן, וואָס זענען צוגעוווינט אײַנצונעמען די מעדיקאַמענטן פֿאַר אַ קאָפּווייטיק, וואָלטן אפֿשר געמעגט געפֿינען אַנדערע מיטלען,‟ האָט לאַמבערט געזאָגט.
אַוודאי, איז די ריזיקע פֿון האַרץ־ און מוח־אַטאַק דורך אײַננעמען די ווייטיק־מיטלען אַ סך קלענער ווי די ריזיקע פֿון רייכערן פּאַפּיראָסן; פֿון האָבן אַ גאָר הויכן בלוטדרוק, אָדער פֿון זײַן פֿעטלײַביק. אָבער אויב אַ מענטש געפֿינט זיך אין איינער פֿון די דרײַ קאַטעגאָריעס, קאָן דאָס נאָך שטאַרקער פֿאַרגרעסערן די סכּנה פֿון די ווייטיק־מיטלען.
די אַגענטור האָט געמאָלדן, אַז זי וועט בעטן די מעדיקאַמענטן־פֿירמעס צו ענדערן דעם עטיקעט, וואָס זאָל אָפּשפּיגלען די נײַע באַווײַזן, אַז די מעדיקאַמענטן קאָנען העכערן די ריזיקע פֿון אַ האַרץ־ אָדער מוח־אַטאַק, אַפֿילו ווען די פּאַציענטן הייבן ערשט אָן זיי אײַנצונעמען.
„מענטשן מיינען, אַז די אַנטי־ווייטיק מיטלען שאַטן בכלל נישט, און דאָס איז פּשוט נישט אמת,‟ האָט באַמערקט ד״ר פּיטער ווילסאָן, פּראָפֿעסאָר פֿון מעדיצין אין „עמאָרי־אוניווערסיטעט‟ אין אַטלאַנטע. „מענטשן, וואָס זענען עלטער פֿון 65 יאָר און האָבן אַ געשיכטע פֿון האַרץ־פֿעלער, דאַרפֿן זיך ספּעציעל היטן.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.