ווען די דערוואַקסענע קינדער פֿון אַלטע, קראַנקע עלטערן דאַרפֿן אָנהייבן מאַכן באַשלוסן וועגן זייער געזונט־באַדינונג, איז עס געוויינטלעך גרינגער, ווען זיי קענען עס טאָן אין איינעם מיט זייערע שוועסטער און ברידער.
וואָס טוט מען אָבער ווען די באַציִונגען צווישן די שוועסטער־ברידער זענען שוין אָנגעשטרענגטע? אין אַן אינטערעסאַנטן אַרטיקל אין דער „ניו־יאָרק טײַמס‟ לעצטנס, האָט די מחברטע, אַבי עלין, אינטערוויוירט אַ צאָל מענטשן אין אַזאַ מצבֿ, צו זען ווי אַזוי זיי גיבן זיך אַן עצה.
ראָזי, טערעזאַ און לינדאַ מאַק‘מאַהאַן, אײַנוווינער פֿון מאַסאַטשוסעטס, זענען יונגערהייט געווען אויף גוטע באַציִונגען אָבער נאָך דעם ווי דער טאַטע איז פּלוצלינג געשטאָרבן אין 2012, האָט זיך צווישן זיי אַנטוויקלט אַ שפּאַנונג. זיי האָבן נישט געוווּסט וואָס צו טאָן פֿאַר זייער 84־יאָריקער מאַמע, און פֿאַר זייער 53־יאָריקן ברודער, וואָס איז צוריקגעשטאַנען און דאַרף אַ רעדלשטול. די שוועסטער האָבן נישט געפֿונען קיין פּאַסיקע וווינונג פֿאַר עלטערע לײַט אין דער באָסטאָנער געגנט, האָבן זיי באַשלאָסן, אַז די מאַמע און ברודער וועלן זיך אַרײַנציִען מיט ראָזיס משפּחה אין אַמהערסט.
„מיר זענען אַלע געווען אויפֿגעבראַכט וועגן דער סיטואַציע,‟ האָט ראָזי, אַן 51־יאָריקע פּעדאַגאָגין געזאָגט. „וויפֿל זאָלן מײַנע שוועסטער מיר אַרויסהעלפֿן? זאָל דער מאַמעס נאָמען בלײַבן אויפֿן שטר פֿונעם הויז? וווּ וועלן זיי ביידע וווינען, טאָמער קען איך מער נישט אויפֿפּאַסן אויף זיי?‟
„יעדער שמועס וועגן דער טעמע האָט זיך געענדיקט אין געוויין,‟ האָט טערעזאַ, אַ 50־יאָריקע אָקישאָרקע געזאָגט.
כּדי זיי צו העלפֿן דורך דער שווערער צײַט זענען די שוועסטער געגאַנגען צו אַ פֿאַרמיטלער, זיך צו לערנען „ווי אַזוי מיר קענען אַרבעטן צוזאַמען, אָן דעסטרוקטיווע רעזולטאַטן,‟ האָט ראָזי געזאָגט.
במשך פֿון די לעצטע 10־20 יאָר האָבן אַזוי פֿיל אַמעריקאַנער זיך באַראַטן מיט אַ משפּחה־פֿאַרמיטלער צוליב פּראָבלעמען מיט אויפֿפּאַסן אויף די עלטערן, אַז אין 2009 האָט די „אַסאָציאַציע פֿון קאָנפֿליקט־לייזונג‟, אַ פּראָפֿעסיאָנעלע אָרגאַניזאַציע, געגרינדעט אַן אָפּטייל בלויז פֿאַר דערוואַקסענע קינדער מיט קראַנקע אָדער אָפּגעשוואַכטע עלטערן.
„די באַציִונגען צווישן שוועסטער־ברידער זענען בכלל זייער קאָמפּליצירט,‟ האָט באַמערקט דזשאָנאַטאַן קאַספּי, דער מחבר פֿון Sibling Aggression [אַגרעסיע צווישן שוועסטער־ברידער] און אַ פּראָפֿעסאָר פֿון משפּחה־ און קינדער־שטודיעס אין „מאָנטקלער שטאַט־אוניווערסיטעט‟ אין מאָנטקלער, ניו־דזשערזי. „בײַ אַ סך מענטשן איז אַ שוועסטער אָדער ברודער זייער נאָענטסטער פֿרײַנד, בײַ אַנדערע — זייער ערגסטער שׂונא.‟
עס מאַכט נישט אויס וויפֿל אַ מענטש האָט מצליח געווען אין זײַן פּראָפֿעסיאָנעלן לעבן; ווען ער טרעפֿט זיך מיט די שוועסטער און ברידער, פֿירט ער זיך ווידער אויף ווי אַ 7־יאָריק קינד, האָט באַמערקט קריסטאַל טאָרפּ, אַ מיט־מחבר פֿונעם בוך, Mom Always Liked You Best [די מאַמע האָט דיך תּמיד מער ליב געהאַט].
געוויינטלעך פֿילט איינס פֿון די קינדער, אַז ער/זי טוט מער פֿאַר די עלטערן ווי די אַנדערע קינדער. „די הויפּט־טענה, וואָס מיר הערן איז: ׳פֿאַרוואָס העלפֿן מײַנע שוועסטער און ברידער מיר נישט מיט דער אַרבעט?׳‟ האָט געזאָגט איימי גויער, אַן עקספּערט בײַ ענינים וועגן אויפֿפּאַסן אויף עלטערן. „ס׳איז תּמיד פֿאַראַן איינער אין דער משפּחה, וואָס נעמט אָן דאָס הויפּט־אַחריות אויפֿצופּאַסן אויף טאַטע־מאַמע, אָבער ס׳איז שווער, אויב עס דאַכט זיך זיי, אַז זיי טוען די גאַנצע אַרבעט.‟
לויט אַ באַריכט אין 2001, האָבן כּמעט 40% פֿון די דערוואַקסענע קינדער, וואָס פּאַסן אויף אויף די עלטערן, געזאָגט, אַז זיי האָבן זיך שטאַרק געקריגט מיט די שוועסטער־ברידער וועגן דעם. דער קאָנפֿליקט האָט געקאָנט זײַן וועגן „וויפֿל איינער האָט אויפֿגעפּאַסט אויף די עלטערן, אָדער וועגן געלט, אָדער ווער דאַרף מאַכן די באַשלוסן, אָדער סתּם די טיף־אײַנגעוואָרצלטע קינאה־שׂינאה איבער דער פֿראַגע, ווער איז געווען דאָס ׳גלעטלינג׳ פֿונעם טאַטן אָדער דער מאַמען,‟ האָט דערקלערט די מחברטע פֿונעם באַריכט, דעבאָראַ דזשענטרי, אַ פּענסיאָנירטע פּראָפֿעסאָרין אין אילינוי שטאַט־אוניווערסיטעט.
„ס׳רובֿ שוועסטער־ברידער ווילן דאָס בעסטע פֿאַר זייערע עלטערן, אָבער זיי זעען עס נישט תּמיד פֿונעם זעלבן קוקווינקל,‟ האָט סוזען טערי, אַ פֿאַרמיטלערין אין דאַנוויל, ווערמאָנט, באַמערקט. „אונדזער ציל איז צו העלפֿן זיי אויספּלאָנטערן וואָס זענען זייערע בשותּפֿותדיקע אינטערעסן, כּדי זיי זאָלן קענען צוזאַמען אַרבעטן אינעם אויפֿזיכט איבער די עלטערן.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.