ווען דעבראַ ניקסאָן, אַן 58־יאָריקע געוועזענע קראַנקן־שוועסטער, גייט זיך באָדן אין שווימבאַסיין, קריגט זי אַ סך קאָמפּלימענטן — מערסטנס, פֿון פֿרויען — וועגן איר באָד־קאָסטיום. אין פֿאַרגלײַך מיט אַ סך אַנדערע פֿרויען און מיידלעך, וואָס טראָגן ביקיניס, טראָגט דעבראַ לאַנגע שוואַרצע זאָקן און אַ פּאַסנדיק שוואַרץ העמד מיט אַרבל, ענלעך צום קאָסטיום וואָס די אינדלער („סערפֿער‟) טראָגן.
דעבראַ איז נישט קיין פֿרומע ייִדישע פֿרוי; זי איז נישט קיין ייִדישע בכלל. זי איז פּשוט איינע פֿון אַ וואַקסנדיקער צאָל פֿרויען, וואָס פֿילן זיך באַקוועמער, ווען זיי טראָגן באַשיידענע באָד־קאָסטיומען. „אַז מע ווערט עלטער, וויל מען נישט ווײַזן צו פֿיל פֿונעם גוף,‟ האָט דעבראַ געזאָגט, צוגעבנדיק: „דערצו באַשיצט עס מיך בעסער פֿון די זונשטראַלן.‟
דעבראַס באָד־קאָסטיום איז פּראָדוצירט געוואָרן פֿון דער פֿירמע HydroChic — איינע פֿון עטלעכע פֿירמעס אויף דער אינטערנעץ, וואָס ספּעציאַליזירן זיך אין צניעותדיקע שווימקעס. ווי אַ צאָל פֿון די אַנדערע פֿירמעס, איז HydroChic געגרינדעט געוואָרן דורך עטלעכע אָרטאָדאָקסישע ייִדישע פֿרויען, וואָס האָבן באַמערקט אַ דוחק אין שיינע, צניעותדיקע באָד־קאָסטיומען.
אין אַן אינטערוויו מיטן „וואָל־סטריט דזשורנאַל‟ האָט שׂרה וואָלף, איינע פֿון די גרינדער פֿון דער פֿירמע, דערקלערט, אַז כאָטש איר ציל איז געווען צו שאַפֿן צוציִיקע קליידער פֿאַר פֿרומע ייִדישע טעכטער, האָט זי מיט דער צײַט באַמערקט, אַז דער אינטערעס צו באַשיידענע קליידער איז לעצטנס געוואַקסן בײַ נישט־ייִדישע רעליגיעזע פֿרויען און אויך בײַ עלטערע און פֿעטערע פֿרויען, וואָס שעמען זיך אַרויסצוגיין אין ביקיניס און אַנדערע נישט־באַשיידענע באָד־קאָסטיומען. ייִנגערע פֿרויען, וועלכע זאָרגן זיך וועגן דער סכּנה פֿון די זונשטראַלן זענען אויך געוואָרן אירע קונים.
דאַנטאַ באָלין, אַ פֿרוי אין די אָנהייב־50ער פֿון טעקסאַס, האָט אַ פּשוטע סיבה פֿאַר וואָס זי האָט ליב באַשיידענע באָד־קאָסטיומען: זי שעמט זיך מיט אירע „נישט־שיינע פּולקעס‟. יאָרן לאַנג האָט זי געזוכט פּאַסיקע שווימקעס, ביז זי האָט זיך אַריבערגעצויגן קיין ניו־יאָרק און אַנטדעקט די שווימקעס פֿון HydroChic. איצט קריגט זי קאָמפּלימענטן פֿון די ראַטירערס אויף דער פּלאַזשע, און אויך פֿון פֿרומע קריסטלעכע פֿרויען, וואָס וווינען אין איר געגנט און פֿרעגן זי כּסדר: „וווּ קויפֿסטו דײַנע באָד־קאָסטימען?‟
„בײַ מיר האָט עס אָבער בכלל נישט קיין שײַכות צו רעליגיע,‟ האָט דאַנטאַ געזאָגט. „איך וויל פּשוט נישט אַנטבלויזן געוויסע טיילן פֿון גוף,‟ האָט זי געזאָגט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.