2 טעפּלעך האָבערגריץ
1 טעפּל געמישטע ניס
1/4 טעפּל געמישטע קערעלעך (סעמעטשקעס, סימסום־קערעלעך, דיניע־קערעלעך)
3/4 טעפּל נישט־באַצוקערטע צעריבענע קאָקאָסנוס
1 לעפֿעלע צימערינג
5 לעפֿל קליאָן־סירופּ
3 לעפֿל איילבערט־בוימל
1/2־1 טעפּל ראָזשינקעס און אַנדערע געטריקנטע פֿרוכטן
הייצט אָן דעם אויוון ביז 350 גראַד (176 צעלזיוס).
מישט אויס דעם האָבערגריץ, ניס, קערעלעך, קאָקאָסנוס, צימערינג, קליאָן־סירעפּ און איילבערט־בוימל אין אַ בעקן און גלעט עס אויס.
שטעלט עס אַרײַן אין אויוון. נאָך 5 מינוט מישט עס אויס מיט אַ הילצערנעם לעפֿל און גלעט עס ווידער אויס. שטעלט אַרײַן אין אויוון, און טוט דאָס זעלבע יעדע 5 מינוט.
ווען די גראַנאָלע נעמט אָן אַ גאָלדענעם קאָליר, מישט אַרײַן די ראָזשינקעס און אַנדערע געטריקנטע פֿרוכטן, און לאָזט עס אָפּקילן.
צעלייגט עס אין שיסלען, באַגלייט מיט מילעך אָדער יאָגורט, און דערלאַנגט צום טיש.
שיט אַרײַן די איבעריקע גראַנאָלע אין אַ כּלי, וווּ עס קען נישט אַרײַן קיין לופֿט און לאָזט עס בײַ דער שטוב־טעמפּעראַטור, וועט עס קענען שטיין בערך צוויי וואָכן לאַנג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.