מײַן באָבע איז נפֿטר געוואָרן, ווען מײַן מאַמע איז געווען בלויז 11 יאָר אַלט, און דערפֿאַר האָט מײַן מאַמע זיך קיין מאָל נישט אויסגעלערנט ווי צו קאָכן.
עטלעכע מומעס און שוועסטערקינדער האָבן איר געגעבן אַ רעצעפּט דאָ און דאָרט, אָבער קיין סך מער ווי דאָס האָט זי נישט געקענט, און איר טאַטע איז געווען צו פֿאַרנומען מיט דערציִען זײַנע טעכטער, זי אויסצולערנען.
ווי אַ פּועל־יוצא, האָב איך זיך אַליין נישט אויסגעלערנט קאָכן. כ׳בין אָבער ביזן הײַנטיקן טאָג זייער דאַנקבאַר, ווען אַנדערע פֿאַרבעטן מיך אויף אַ היים־געמאַכטער מאָלצײַט — אפֿשר טאַקע דערפֿאַר, ווײַל כ׳האָב קינדווײַז נישט געהאַט אַזאַ איבערלעבונג.
נישט געקוקט אויף מײַן מאַמעס אומפֿעיִקייט צום קאָכן, איז זי זייער אַ ליבלעכע מאַמע. מיט צוויי יאָר צוריק, איז זי געקומען פֿון ניו־יאָרק קיין שיקאַגע, כּדי אויפֿצופּאַסן אויף מיר נאָך אַ קליינער אָפּעראַציע. די כירורגיע איז געגאַנגען גלאַטיק, און די נאַרקאָטיק־פּילן האָבן מיך וואַרעם באַרויִקט.
עטלעכע שעה נאָך דעם ווי די מאַמע איז אָנגעקומען, האָב איך איר איבערגעגעבן אַ רשימה שפּײַזן צו קויפֿן. צווישן זיי: אַ פּושקע קאָמערציעלע לאָקשן מיט יויך.
„דאָס איז נישט ריכטיק,‟ האָט די מאַמע געזאָגט. „איך וועל דיר שוין מאַכן אַן אמתע יויך.‟
„מאַמע, דו האָסט מיר קיין מאָל נישט געמאַכט קיין לאָקשן מיט יויך, אַחוץ פֿון אַ פּושקע,‟ האָב איך געזאָגט.
„וואָס רעדסטו?‟ האָט די מאַמע מיך אָנגעקוקט.
„קיין מאָל נישט…‟
די מאַמע האָט אַרויסגענומען די מאָבילקע, און כ׳האָב באַלד דערהערט מײַן טאַטנס קול אויף דער ליניע.
„פֿלעג איך נישט מאַכן לאָקשן מיט יויך, ווען די קינדער זענען געווען קליין?‟
„לאָ‘מיך רעדן מיט אים,‟ האָב איך געזאָגט, און גענומען דעם טעלעפֿאָן פֿון אירע הענט.
„דײַן מאַמע האָט געטאָן אַ סך שיינע זאַכן פֿאַר אײַך,‟ האָט דער טאַטע געזאָגט. „זי האָט פֿאַרפֿלאַנצט אין אײַך אַ ליבשאַפֿט צום לייענען, און אַ גלויבן, אַז איר קענט קערן וועלטן, אויב איר ווילט.‟
„איך ווייס,‟ האָב איך געענטפֿערט. „איך זאָג נישט, אַז זי איז נישט געווען קיין גוטע מאַמע. אָבער קיין לאָקשן מיט יויך האָט זי נישט געמאַכט, ריכטיק?‟
„דער טאַטע זאָגט, אַז ניין,‟ האָב איך דער מאַמען דערקלערט.
„נו, אויב אַזוי, וועל איך תּיכּף־ומיד דיר מאַכן אַ יויך,‟ האָט זי געמאָלדן.
„זאָג איר, זי זאָל בעטן הילף בײַם קרעמער,‟ האָט דער טאַטע געזאָגט.
כ׳האָב געשיקט אַ בליצבריוו מײַן חבֿרטע, קייט, וועלכע איז אַ וווּנדערלעכע קעכין, שרײַבנדיק, אַז די מאַמע וועט מיר באַלד מאַכן לאָקשן מיט יויך, און זי וועט דאַרפֿן אַ גוטן, פֿאַרלאָזלעכן רעצעפּט.
קייט האָט איבערגעשיקט אַ רעצעפּט און די מאַמע איז געגאַנגען אין שפּײַזקראָם, קויפֿן פּולקעס און הינטערחלקן. דערווײַל האָט בײַ מיר שוין אָנגעהויבן אָפּגיין דער עפֿעקט פֿון די נאַרקאָטיק־פּילן, און די ווייטיקן האָבן זיך אומגעקערט. „כ׳האָף, די יויך וועט מיך נישט אַנטוישן,‟ האָב איך געטראַכט.
דרײַ שעה שפּעטער, נאָך אַ שטענדיקער קאָרעספּאָנדענץ מיט קייט, האָט מײַן מאַמע פֿאַרענדיקט מאַכן די יויך. ס׳האָט אויסגעזען און געשמעקט גאַנץ גוט…
איצט דאַרף מען די לאָקשן.
כ׳האָב זיך צוגעקוקט, ווי די מאַמע שיט אַרײַן אין דער יויך אַ גאַנץ 1־פֿונטיק זעקל לאָקשן. עפּעס האָט עס מיר אויסגעזען נישט־ריכטיק. מיט אַ מאָל קומט אָן אַ בליצבריוו פֿון קייט. „כ׳האָב פֿאַרגעסן צו שרײַבן וויפֿל לאָקשן מע דאַרף אַרײַנגעבן: בלויז 1 טעפּל.‟
„זי האָט אַרײַנגעשיט אַ גאַנצן פֿונט,‟ האָב איך צוריקגעשריבן.
מיט אַן אײַנגעזונקען האַרץ, האָבן די מאַמע און איך דערזען, ווי די לאָקשן זויגן אײַן די גאַנצע יויך. מיר האָבן געפּרוּווט צוגיסן נאָך וואַסער, נאָר ס׳איז שוין געווען פֿאַרפֿאַלן.
„איך בין שולדיק!‟ האָט קייט געשריבן.
„ניין, איך בין שולדיק!‟ האָט די מאָמע געזאָגט.
אַהאַ, דעם לעצטן אינגרעדיענט האָט זי יאָ געדענקט — אַ ביסל שולד־געפֿיל…
אָבער לאָמיך אײַך זאָגן, חבֿרה, יענע שיסל לאָקשן מיט יויך איז געווען טעם גן־עדן. ס׳איז אונדז נישט אָנגעגאַנגען, וואָס מיר עסן לאָקשן אָן יויך, אָדער אַז דאָס לעבן גייט נישט תּמיד ווי מע האָט זיך געריכט. אין יענעם מאָמענט בין איך געווען אַ גליקלעכער גאַסט בײַ מײַן מאַמעס מאָלצײַט, און זי — מײַן באַליבטסטע קעכין.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.