טײַערע חזנטע,
איר קענט מיר אָפּגעבן אַ מזל־טובֿ! נאָך אַ סך יאָרן פֿון זוכעניש, האָב איך געפֿונען מײַן באַשערטע, און די חופּה וועט מען שטעלן, מירטשעם, דעם זומער. מער גליקלעך קען איך נישט זײַן.
מײַן פֿראַגע צו דיר איז וואָס שייך משפּחה־בילדער. מײַן מאַמע האָט לעצטנס נאָך אַ מאָל חתונה געהאַט. דאָס איז איר דריטע חתונה און עס געפֿעלט מיר נישט די גאַנצע מעשׂה. דאַרף איך אַרײַננעמען איר מאַן אין די משפּחה־בילדער, אָדער קען איך אים אויסמײַדן. איך קען אים נישט אַזוי גוט און ער שפּילט נישט קיין וויכטיקע ראָלע אין מײַן לעבן, אָבער איך וויל אַרויסווײַזן דרך־ארץ.
חתן
טײַערער חתן,
מזל־טובֿ! איך פֿריי זיך צוזאַמען מיט אײַך.
פֿאָטאָגראַפֿיעס האָבן אַ מעלה — מע קען נעמען אַ סך פֿון זיי. טאָ פֿאָטאָגראַפֿירט אײַער נײַעם שטיף־טאַטן אין עטלעכע משפּחה־בילדער כּדי אַרויסצוּווײַזן דרך־ארץ צו אײַער מאַמען, און אויסצודריקן אָפּטימיזם פֿאַר זייער צוקונפֿט. די אַנדערע פֿאָטאָגראַפֿיעס קען מען נעמען אָן אים, בלויז מיט דער מאַמען.
זי איז דאָך אײַער מאַמע, און קיינער קען זיך נישט ריכטן, אַז אַ נײַער מענטש אין אײַער לעבן זאָל זײַן גלײַכער און וויכטיקער ווי זי. פֿאַרברענגט דעם טאָג אין פֿריידן!
טײַערער חזנטע,
איך האָב אַ נאָענטע חבֿרטע, וועלכע איז אין אירע 40ער יאָרן און איז נאָך געבליבן אַ מויד. אַלע אַנדערע חבֿרטעס אונדזערע האָבן שוין חתונה געהאַט און האָבן קינדער. מײַן חבֿרטע איז זייער צוריקגעהאַלטן און פֿילט זיך נישט באַקוועם אין געזעלשאַפֿטלעכע סיטואַציעס. איך ווייס קיין מאָל נישט, צי איך זאָל זי פֿאַרבעטן ווען איך פֿאַרברענג מיט פּאָרלעך.
לעצטנס, האָב איך זי נישט פֿאַרבעטן, ווײַל איך האָב צו זיך געטראַכט, אַז זי וואָלט זיך געפֿילט אומבאַקוועם. על־פּי־צופֿאַל האָבן מיר זי באַגעגנט יענעם אָוונט, און איך ווייס, אַז זי האָט זיך געפֿילט געטראָפֿן. וואָס זאָל איך טאָן, אויב דאָס געשעט נאָך אַ מאָל?
חתונה־געהאַטע חבֿרטע
טײַערע חתונה־געהאַטע חבֿרטע,
דאָס אַנדערע מאָל פֿאַרבעט אײַער חבֿרטע. לאָזט איר וויסן, ווער נאָך ס‘וועט קומען און זאָל זי אַליין באַשליסן. אויב איר לאָזט זי באַשליסן, קען זי נישט האָבן קיין האַרץ אויף אײַך.
טײַערע חזנטע,
מײַנע אייניקלעך שרײַבן מיר תּמיד דאַנק־בריוו נאָך דעם ווי איך גיב זיי געבוירן־טאָג־מתּנות. איך ווייס, אַז מײַן טאָכטער צווינגט זיי די בריוו אָנצושרײַבן. מיר וואָלט ליבערשט געווען, ווען זיי הייבן אויף דאָס טרײַבל און קלינגען מיר אויפֿן טעלעפֿאָן — איך רעד דאָך אַזוי זעלטן מיט זיי. זאָל איך זיי זאָגן נישט צו פּטרן די צײַט און מיר שיקן די בריוו?
דענערווירטער זיידע
טײַערער דענערווירטער זיידע,
איידער זיי צו זאָגן, מער נישט צו שרײַבן, (וואָס איז פּשוט אַ זאַך פֿון העפֿלעכקייט), וואָלט בעסער געווען צו זאָגן אײַער טאָכטער און אייניקלעך, אַז איר ווילט באַקומען אַ טעלעפֿאָן־קלונג, ווי אַ צוגאָב צו אַזאַ בריוו. אפֿשר קענט איר אָנהייבן אַ טראַדיציע, אַז יעדן פֿרײַטיק, פֿאַרן אָנצינדן די ליכט, זאָלט איר צו זיי אָנקלינגען און אָנווינטשן אַ גוט־שבת.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.