מײַן משפּחה־געשיכטע איז תּמיד געווען אַ וויכטיקער טייל פֿון מײַן אידענטיטעט, איז מיר דערפֿאַר געווען זייער אינטערעסאַנט צו לייענען דעם ווײַטערדיקן אַרטיקל אין דער „ניו־יאָרק טײַמס‟ (New York Times), וווּ דער מחבר, ברוס פֿײַלער, גיט איבער פֿאַר וואָס ס׳איז פּסיכאָלאָגיש געזינטער, ווען אַ מענטש ווייסט פֿון וואַנען ער קומט. פֿײַלער איז דער מחבר פֿונעם בוך, Secrets of Happily Families.
מיט עטלעכע יאָר צוריק האָט מײַן גאַנצע משפּחה זיך געטראָפֿן אויף איר יערלעכער פֿאַרזאַמלונג אין אויגוסט, אָבער די שטימונג איז געווען נישט קיין פֿויגלדיקע.
מײַנע עלטערן האָבן זיך געפֿילט קרענקלעך; מײַן פֿרוי און איך האָבן געהאַט שוועריקייטן בײַם קאָנטראָלירן אונדזערע קינדערלעך, און מײַן ייִנגערע שוועסטער האָט זיך געזאָרגט וועגן די פֿאַרשידענע פּראָבלעמען פֿון אַ 12־יאָריק מיידל הײַנט־צו־טאָג.
איין מאָל, עסנדיק וועטשערע צוזאַמען, האָט די אָנגעשפּאַנטקייט עקספּלאָדירט. כ׳האָב באַמערקט, ווי מײַן פּלימעניק שרײַבט באַהאַלטענערהייט „בריוולעך‟ אויף זײַן טעלעפֿאָן. מסתּמא וואָלט געווען בעסער ווען איך וואָלט געשוויגן, אָבער איך האָב זיך נישט געקענט אײַנהאַלטן, און כ׳האָב אים געבעטן אַוועקצולייגן זײַן טעלעפֿאָן.
בום! מײַן עלטערע שוועסטער האָט זיך צעשריגן אויף מיר: „ווי דערוועגסטו זיך צו דיסציפּלינירן מײַן קינד?!‟ מײַן טאַטע האָט מיר געגעבן אַ פּסק, אַז איך זאָל גיכער האַלטן אַן אויג אויף מײַנע אייגענע טעכטערלעך, וועלכע פּרוּוון צו באַלאַנסירן לעפֿעלעך אויף די נעזער; מײַן מאַמע האָט דערקלערט, אַז קיינער פֿון די אייניקלעך האָט נישט קיין לײַטישע מאַנירן… מיט עטלעכע מינוט שפּעטער איז שוין קיינער נישט געבליבן בײַם טיש.
שפּעטער האָט מײַן טאַטע מיך צוגערופֿן צו זײַן בעט. מיט אַ צעבראָכן קול האָט ער געזאָגט: „אונדזער משפּחה צעפֿאַלט זיך.‟
„ניין,‟ האָב איך אים גלײַך געענטפֿערט. „אונדזערע באַציִונגען זענען הײַנט נאָך בעסער פֿון פֿריִער.‟
אָבער שפּעט בײַנאַכט, ליגנדיק אין בעט, האָב איך אָנגעהויבן קלערן: אפֿשר איז ער טאַקע גערעכט? וואָס איז דער סוד פֿון אַ גליקלעכן משפּחה־לעבן?
אַ פּנים, איז איצט די בעסטע צײַט צו פֿרעגן אַזאַ קשיא, ווײַל במשך פֿון די לעצטע עטלעכע יאָר האָבן פֿאָרשער אַנטדעקט אויסגעצייכנטע מיטלען ווי אַזוי משפּחות קאָנען בעסער לעבן אין איינעם.
די פּראָבלעם איז אָבער, וואָס די רעזולטאַטן פֿון יענע פֿאָרשונגען ליגן באַהאַלטן אין די אַקאַדעמישע אינסטיטוציעס, און די משפּחות, וואָס וואָלטן געקענט געניסן פֿון אַזאַ אינפֿאָרמאַציע, ווייסן גאָרנישט וועגן די פֿאָרשונגען. במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע עטלעכע יאָר, האָב איך זיך געטראָפֿן מיט די עקספּערטן, מיט משפּחות, מיט פּראָפֿעסיאָנעלע שלום־פֿאַרמיטלער און אַפֿילו מיט די באַנקירן פֿון וואַרען באָפֿעט.
מיט דער צײַט האָט זיך אַנטפּלעקט דער סוד: די וויכטיקסטע זאַך, וואָס איר קענט טאָן פֿאַר אײַער משפּחה איז צו זאַמלען די פּרטים פֿון אײַער משפּחה־געשיכטע.
איך האָב דאָס געהערט צום ערשטן מאָל פֿון מאַרשאַל דוק, אַ פּסיכאָלאָג אין עמאָרי־אוניווערסיטעט. אין די מיטן־1990ער יאָרן, האָט מען געבעטן בײַ ד״ר דוק צו העלפֿן פֿאָרשן די ראָלע פֿון לעגענדעס און ריטואַלן אין אַמעריקאַנער משפּחות.
„מע האָט דעמאָלט אַ סך געשריבן וועגן דעם אָפּגעשוואַכטן מצבֿ פֿון דער משפּחה,‟ האָט ער דערקלערט בעת אַן אינטערוויו. „אָבער אונדז האָט גיכער פֿאַראינטערעסירט, וואָס קאָן מען טאָן צו באַקעמפֿן יענע כּוחות?‟
אין דער זעלבער צײַט האָט ד״ר דוקס פֿרוי, סאַראַ, אַ פּסיכאָלאָג פֿון קינדער מיט לערן־שוועריקייטן, באַמערקט עפּעס אינטערעסאַנטס בײַ אירע תּלמידים. „יענע קינדער, וואָס האָבן געוווּסט אַ סך וועגן זייערע משפּחות, האָבן געהאַט מער הצלחה בעת די שווערע צײַטן, ווי אַנדערע קינדער.‟
דאָס האָט געמאַכט אַ גרויסן אײַנדרוק אויף ד״ר דוק. האָט ער מיט אַ קאָלעגע, ראָבין פֿײַוווּש, זיך אונטערגענומען צו באַווײַזן זײַן פֿרויס היפּאָטעז. זומער 2001 האָבן זיי אויסגעפֿרעגט 72 קינדער מיט 20 פֿראַגעס, ווי, למשל: צי ווייסט איר, ווי אַזוי אײַערע באָבע־זיידע זענען געוואַקסן? אין וועלכער מיטלשולן האָבן אײַערע טאַטע־מאַמע זיך געלערנט? וווּ האָבן אײַערע עלטערן זיך באַקענט? צי ווייסט איר וועגן אַ קראַנקייט אָדער שרעקלעכער געשעעניש, וואָס איז געשען אין אײַער משפּחה? צי ווייסט איר די געשיכטע פֿון אײַער אייגענעם געבורט?
ד״ר דוק און ד״ר פֿײַוווּש האָבן געפֿרעגט די זעלבע פֿראַגעס בײַ די עלטערן פֿון די קינדער, און אויך רעקאָרדירט די משפּחה־קאָנווערסאַציעס בײַם וועטשערע־טיש. זיי האָבן פֿאַרגליכן די רעזולטאַטן מיט די רעזולטאַטן פֿון אַ ריי פּסיכאָלאָגישע טעסטן, וואָס מע האָט געמאַכט די קינדער, און געקומען צום אויספֿיר, אַז וואָס מער קינדער האָבן געוווּסט וועגן זייער משפּחה־געשיכטע, אַלץ אַ בעסערן בטחון האָבן זיי געהאַט אין זיך אַליין.
„מיר זענען געבליבן געפּלעפֿט,‟ האָט ד״ר דוק געזאָגט.
מיט צוויי חדשים שפּעטער זענען פֿאָרגעקומען די טעראָריסטישע אַטאַקן פֿונעם 11טן סעפּטעמבער. די פֿאָרשער זענען געווען, ווי אַלע אַמעריקאַנער, אין אַ גרויסן שאָק, אָבער זיי האָבן אײַנגעזען, אַז דאָס איז אַ גאָלדענע געלעגנהייט צו זען ווי אַזוי די קינדער האָבן רעאַגירט אויף דער נאַציאָנאַלער קאַטאַסטראָפֿע.
„נאָך אַ מאָל האָבן מיר באַמערקט, אַז די קינדער, וועלכע האָבן געוווּסט מער וועגן זייערע משפּחות, האָבן בעסער רעאַגירט אויפֿן סטרעס פֿון דער שרעקלעכער בשׂורה, איידער די אַנדערע קינדער.‟
שטעלט זיך די פֿראַגע: ווי אַזוי קאָן דאָס וויסן וווּ דײַן באָבע איז געגאַנגען אין שול, צו העלפֿן דעם קינד רעאַגירן בעסער אויף די נײַעס וועגן אַ טעראָריסטישן אַטאַק?
דער ענטפֿער: ווײַל אַזוי פֿילט דאָס קינד זיך ווי אַ טייל פֿון עפּעס גרעסערס, האָט ד״ר דוק געזאָגט.
אַמאָל איז די משפּחה־געשיכטע אַ פּאָזיטיווע. למשל: „קינד מײַנס, ווען מיר האָבן אימיגרירט אַהער, האָבן מיר גאָרנישט געהאַט. אונדזער משפּחה האָט געהאָרעוועט. מיר האָבן געעפֿנט אַ געוועלב. דײַן זיידע איז געגאַנגען אין מיטלשול, דײַן טאַטע אין קאָלעדזש, און איצט, לאָמיר זען וואָס דו קענסט אויפֿטאָן…‟
אָדער די געשיכטע קאָן זײַן אַ נעגאַטיווע: „אַמאָל האָבן מיר געהאַט אַ מאַיאָנטיק, אָבער דערנאָך האָבן מיר עס אַלץ פֿאַרלוירן…‟
אָבער די געזינטסטע געשיכטע איז יענע, וואָס דערציילט וועגן סײַ די גוטע צײַטן, סײַ די שלעכטע: „מיר האָבן אויפֿגעבויט אַ משפּחה־געשעפֿט. דײַן זיידע איז געווען אַ וויכטיקער מענטש אין דער קהילה. דײַן מאַמע איז געווען אין דער פֿאַרוואַלטונג פֿונעם שפּיטאָל. אָבער מיר האָבן אויך געליטן קלעפּ. דײַן פֿעטער האָט מען אַמאָל אַרעסטירט. דאָס הויז האָט אָפּגעברענט. דײַן טאַטע האָט פֿאַרלוירן זײַן שטעלע. אָבער ווי שלעכט עס זאָל נישט געווען זײַן, איז די משפּחה תּמיד געבליבן געטרײַ איינער דעם צווייטן.‟
די קינדער, וועלכע טראָגן דעם שטאַרקסטן בטחון אין זיך, זענען די וואָס ווייסן, אַז זיי געהערן צו אַ זאַך, וואָס איז גרעסער פֿון זיך אַליין, האָט ד״ר דוק געזאָגט.
כּדי צו אַנטוויקלען אַזאַ שטאָלץ אין דער משפּחה רעקאָמענדירט ד״ר דוק, אַז די עלטערן זאָלן פֿאַרברענגען די יום־טובֿים און וואַקאַציעס — און אַפֿילו גיין אײַנקויפֿן — מיט זייערע קינדער. שפּילט זיך צוזאַמען. ער האָט געגעבן ווי אַ בײַשפּיל אַ טראַדיציע פֿון זײַן אייגענער משפּחה: יעדן דאַנקטאָג באַהאַלט מען פֿאַרפֿרוירענע אינדיקעס און פּושקעס קאַבאַק אין די קוסטעס, כּדי די אייניקלעך זאָלן דאַרפֿן גיין „אויף געיעג‟ נאָך זייער עסן, אַזוי ווי די פּילגרימען האָבן אַמאָל געטאָן. אָט אַזוי ווערן די טראַדיציעס אַ טייל פֿון דער משפּחה־געשיכטע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.