לויט אַ נײַער אַנקעטע, זענען די אַמעריקאַנער, וועלכע זענען עלטער פֿון 40 יאָר, בכלל נישט צוגעגרייט צו דער מעגלעכקייט, אַז זיי וועלן אין די „גאָלדענע יאָרן‟ מסתּמא דאַרפֿן לאַנג־יאָריקע באַדינונג. די אַנקעטע האָט דורכגעפֿירט „איי־פּי‟ בשותּפֿות מיטן NORC-צענטער פֿון עפֿנטלעכע ענינים.
צוויי־דריטל פֿון די באַטייליקטע אין דער שטודיע האָבן געזאָגט, אַז זיי האָבן ביז איצט ווייניק אָדער גאָרנישט פּלאַנירט פֿאַר דער עלטער. בלויז אַ פֿערטל האַלטן, אַז זיי וועלן אַ מאָל דאַרפֿן הילף ווען זיי פֿאָרן צום דאָקטער אָדער מיט די טאָג־טעגלעכע אַקטיוויטעטן.
דאָס איז אַ חידוש, אַז מע נעמט אין באַטראַכט, אַז מער ווי אַ העלפֿט פֿון די באַטייליקטע האָבן שוין אַליין געמוזט אויפֿפּאַסן אויף אַ קרובֿ אָדער פֿרײַנד. ס׳רובֿ פֿון זיי האָבן געזאָגט, אַז זיי ריכטן זי, אַז זייער משפּחה וועט אויסשטרעקן אַ האַנט אויב זיי וועלן דאַרפֿן לאַנג־יאָריקע באַדינונג — נישט געקוקט אויף דעם וואָס 60% פֿון זיי האָבן נאָך אַפֿילו נישט גערעדט מיט זייערע נאָענטע מענטשן וועגן דער מעגלעכקייט.
אַזוינע שמועסן מיט דער משפּחה זענען זייער וויכטיק: אַפֿילו אויב אײַערע קרובֿים זענען גרייט צו העלפֿן, וועלן זיי האָבן צײַט, געלט און גענוג פֿעיִקייט? לכתּחילה, רעדט זיך אפֿשר בלויז וועגן פֿירן דעם טאַטן צום דאָקטער אָדער אײַנקויפֿן שפּײַז פֿאַר אים, אָבער וואָס וועט זײַן שפּעטער, ווען מע וועט אים דאַרפֿן האָדעווען און אָפּבאָדן, אָדער געבן טעגלעכע אײַנשפּריצונגען פֿון אינסולין? אויב די משפּחה איז נישט בכּוח דאָס צו טאָן, וועט זײַן גענוג געלט אָנצושטעלן אַן אויפֿפּאַסער? וואָס וועט זײַן ווען דער טאַטע קען מער נישט וווינען אַליין?
לויט דער רעגירונג־סטאַטיסטיק, וועלן כּמעט 70% אַמעריקאַנער דאַרפֿן, בערך דרײַ יאָר לאַנג, לאַנגיאָריקע באַדינונג אין די עלטערע יאָרן. כּמעט 60% פֿון די באַטייליקטע אין דער אַנקעטע האָבן נישט געוווּסט ווי טײַער עס איז צו וווינען אין אַ מושבֿ־זקנים — מער ווי 6,700$ אַ חודש. 37% האָבן געמיינט, אַז „מעדיקער‟ וועט באַצאָלן די הוצאָות פֿון אַ מושבֿ־זקנים, און נאָך מער האָבן געמיינט, אַז עס וועט דעקן די הוצאָות פֿון אַן אויפֿפּאַסער אין דער היים. אין דער אמתן, וועט „מעדיקער‟ ביידע זאַכן נישט דעקן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.