No Place Like Home

היט זיך פֿאַר די עפּל!

Watch those apples!

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

  • Print
  • Share Share

אַן אַמעריקאַנער סבֿיבֿה־פֿאַרהיט־אָרגאַניזאַציע האָט לעצטנס אַרויסגעלאָזט איר יערלעכע רשימה פֿון יענע פֿרוכטן און גרינסן, וואָס האָבן די מערסטע רמזים פֿון פּעסטיצידן. צום דריטן מאָל זענען עפּל געווען די ערשטע אויף דער ליסטע.

לויט דער רשימה, צונויפֿגעשטעלט פֿון דער אָרגאַניזאַציע, Environmental Working Group, זענען הײַיאָר צוגעקומען די קאַרשן־טאָמאַטן און שאַרפֿע פֿעפֿערלעך. אָפֿענעס (blueberries) און שאַלאַטן האָבן דאָס מאָל נישט פֿיגורירט אויף דער רשימה. די וואַך־אָרגאַניזאַציע שטעלט צונויף די רשימה לויט דער אינפֿאָרמאַציע פֿונעם אַמעריקאַנער דעפּאַרטאַמענט פֿון אַגריקולטור, וואָס פּרוּווט אויס 48 מינים נישט־אָרגאַנישע פֿרוכטן און גרינסן.

”מיר דאַכט זיך, אַז ס׳רובֿ אַמעריקאַנער וואָלטן זיך געחידושט, ווען זיי ווייסן ווי אָפֿט די פּעסטיצידן בלײַבן אין די פּראָדוקטן,“ האָט סאָניאַ לונדער, אַן אַנאַליטיקערין בײַ דער EWG, באַמערקט אין אַן אינטערוויו. ”אַפֿילו נאָך דעם ווי מע האָט זיי געוואַשן אָדער אָפּגעשיילט, זענען אין 67% פֿון זיי נאָך געבליבן שפּורן פֿון פּעסטיצידן.“

דער בעסטער אופֿן אויסצומײַדן די פּראָבלעמאַטישע פּראָדוקטן איז צו קויפֿן אָרגאַנישע פֿרוכטן און גרינסן.

דער ”לאַנדישער אינסטיטוט פֿון סבֿיבֿה־געזונט־באַדינונגען“ האָט דערקלערט, אַז אויף אַן אמת ווייסן נישט די וויסנשאַפֿטלער די געזונט־ריזיקע פֿאַרבונדן מיט פּעסטיצידן דורכן עסן, ערד, וואַסער אָדער לופֿט. פֿון דעסטוועגן, האָבן אַ צאָל אַמעריקאַנער און אינטערנאַציאָנאַלע רעגירונג־אַגענטורן שוין פֿאַרבונדן די פּעסטיצידן צו פֿאַרשידענע געזונט־סכּנות, אַרײַנגערעכנט ראַק, האָרמאָן־פּראָבלעמען, רייצונגען פֿון דער הויט, אויגן און לונגען.

די 12 ערגסטע פּראָדוקטן הײַיאָר, וואָס שייך די פּעסטיצידן, זענען:

עפּל

טרוסקאַפֿקעס

ווײַנטרויבן

סעלעריע

פֿערשקעס

שפּינאַט

זיסע פֿעפֿערלעך

אימפּאָרטירטע נעקטאַרינען

אוגערקעס

קאַרטאָפֿל

קאַרשן־טאָמאַטן

שאַרפֿע פֿעפֿערלעך