Yiddish with an Aleph

אַ שיל פֿאַר די מתים, נעבעך

A Synagogue – For Departed Souls

פֿון יהושע כּהנא

Yehuda Blum

עס איז געקומען א צייט ווען כעמקען איז פשוט נמאס געווארן צו זיין צווישן מענטשן. אפילו אין די שטילסטע שיל וויל ער מער נישט גיין, אומעטום איז אנגעפיקעוועט מיט מענטשן, מיט פאליטיק, עגאאיזם. אפילו מען וויל זיין ריין קען מען נישט, אלעס קומט צוריק צו א חוט פון געזעלשאפטליכע פארדארבנקייט. וואו איז דער אמת’ער תפילה שבלב, די אמת’ע שיל? א שיל איז דאך באמת מעין עולם הבא, אבער אז אומסימפאטישקייט ברעכט איבער פארגייט דאך דער אפעטיט.

צום ערשטן יארצייט פון זיין זעליגן פאטער גייט כעמקע צום בית החיים אויסערן שטאט די פויגל סוויטשען, די פון צייט צו צייט הערט זיך א פליגער, די הארמאטיש שטילע מצבות פון אמאליגע לעבעדיגע, די גראז איבער די לאנג יעריגע מצבות, דאס האט אין אים אריין געבלאזן עפעס א רוח חיים — נישט דער רוח חיים פון השגת גבולים און קינאת סוחרים והישגים, נאר א רוח חיים פון שפירן אז ער דערגרייכט עפעס וואס איז נאנט צו זיין הארץ.

אט, ביי זיין פאטערס מצבה, וואס געפינט זיך נישט ווייט פונעם מיהאלאבער’ס קליינטשיגן אוהל, זאגט ער די תפילות פונעם זאגערל. וויפיל זעט ער טאקע פון די תפילות, ווי די חברה די בר מינן’ס זענען באמת לעבעדיג, תהא נפשו צרורה בצרור החיים… זייער לעבן באלמיטשעט אבער נישט, זיי זענען נישט מבלבל. די חברה האבן שוין אפגעלעבט, שוין צייט פאר ערנסטקייט, לויטערקייט. 

א מאדנע מחשבה גנב’עט זיך אריין אין כעמק’ען. ניין ער האט נישט מורא פון טון מאדנע זאכן, א שיל איז זיין לעבנסט גייסט, ווער רעדט נאך פון א שבת אינדערפרי. ער וויל א שיל מיט א מנין, מיט מענטשן, מיט אידישע אידן, אבער נישט מיט די לעבעדיגע, די וואס זענען פארשפארט אין א פליישיגן גוף, און א געזעלשאפטליכע גרופע פון פליישיגע מענטשן. 

די קליינע גרופעס אדער יחידים וועלעכע קומען באזוכן זייערע זעליגע קרובים באמערקן לעצטנס דאס האלב געבויטע שטיינערנע געביידעלע. עס זעט אויס ווי די געביידעס אין א פארק. כעמקע האט טאקע פארהאנדלט מיט די אייגנטימער פונעם בית החיים, און פאר א געוויסן סכום האט ער געקריגן א שטיקל שטח ביי דער דרומדיגער זייט פונעם בית החיים. 

לא המתים יהללויה, אבער לויט כעמקען זענען דווקא די לעבעדיגע די געפאנגענע אין געזעלשאפטליכע יצרים, די אמת’ע טויטע. כעמקע ברויך נישט רעדן מיט קיינעם דערוועגן, ער גרייט זיך דעם ערשטן פרייטאג צונאכטס צו גיין אין שיל אריין, מיט א דערהויבענער שבת’דיגער שטימונג. נאך א מקווה טוט ער אן דעם שטריימל און בעקיטשע, ער גייט אין שיל, אלע אידן שטראמען צו די לאקאלע שילן, כעמקע רופט עס די בתי הפוליטיקאים, און ער כעמקע שטראמט גאנץ ערגעץ אנדערש. 

מיט א פרייטיג צו נאכטס שטימונג מאכט כעמקע אויף די טיר פונעם שיל, מיט א היימישן שבת’דיגן געשמאק גייט ער צום עמוד, די ליכט און טישן זענען שוין צוגעגרייט פון אינדערפרי, כעמקע האט אלעס צוגעגרייט ביי שחרית. צו ערשט לאדט ער איין 25 בית החיים אידן, ער וואלט איינגעלאדן מער אבער די שילעכל פארנעמט נישט מער ארט. מיט א געשמאק גייט ער צו צום עמוד. אזא דאווענען, אזא שבת’דיגקייט! 

גוט שבת גוט שבת, רופט ער אויס צו זיינע נייע מתפללים, אזא מנוחת הנפש, נאכן גוט שבת זאגן גרייט מען זיך צו דער סעודה מיט די מתפללים. וואס פארא תענוג רוחני! אלעס אלעס ווערט דא געטון, קריאת התורה, מי שברך’ס, כעמקע מאכט קידוש מיטן טלית. אן עונג רוחני מיט מאכלי שבת. 

כעמקע פארגעסט נישט פון די מתפללים וואס האבן אים אזא מנוחת הנפש געברענגט, ער זאגט תורה. ער ווינטשט זיי, איז זיי מחזק אין וואו אימער וועלעכע היכל זיי זענען. ווינטש די גיהינום ליידנדיקע באפרייט צו ווערן בקרוב, ער בעט די אנוועזנדע מתפלל צו זיין, פאר די גן אידן רעדט ער ארום גדולת הגן עדן. 

כעמקע שפירט אז אלע דא זענען צופרידן, אפילו די ווייבער איבער די מחיצה, צווישן זיי א יונגער פרוי, ביים גוט שבת זאגן צום מחיצה מיט אראפ געקוקטע אויגן זאגט ער איר, צו גיטל, וואס פאר א לעכטיגע קינדער זי האט איבערגעלאזט, גיטל וועט מיט דער נייער שיל האבן א פענסטערל צו איר פארגאנענהייט, זי וועט נישט זיין אליינס. 

כעמקעס וואונדערליכע מנוחה אין דער רואיגער דימענסיע איז אבער אמאל אויך צעשטערט געווארן. איינמאל, אין אן אנהייב ווינטערדיגן שבת, אינמיטן לכה דודי הערט זיך א קלאפ ביי די טיר, „נו נו!‟ שרייט כעמקע אויס מיטן פנים צום עמוד, ביז א מינוט שפעטער באווייזט זיך פאר כעמקען זיין ברודער נחמן.

„ביסטו פאררוקט, כעמקע? וואס איז מיט דיר געשען? א בית המידרש אין בית הקברות?‟

כעמקע מירמלט אונטער מיט א שטילער איינגעהאלטענער כעס: „מאך מיר דא נישט קיין בושות פארן ציבור יעצט, מען וועט רעדן שפעטער.‟ 

„וואס בושות? ווען בושות? א דזשוק איז דיר אריין אין קאפ! דאווענען מיט נישט־לעבעדיגע, אין א בית החיים איז דא א רוח טמאה, מיט שדים דאוונסטו!‟

„נו… נו…‟ צעשרייט זיך כעמקע, נישט קענענדיג זיך איינהאלטן מער פאר די מתפללים, ער שטופט מיט כעס ארויס נחמן’ען פון שיל.

דאס איז גראדע געווען פון די גאר זעלטענע ערשיינונגען אז א גופניותדיגע מענטש זאל דא קומען. כעמקע האט דאך אזיינס נישט געברויכט, געווען גראדע נאך איין פאל, ווען אן עלנטער אידל איז פונקט דורכגעגאַן דעם צרור החיים שטיבל, ווייזט אויס ער האט געהאט יארצייט אום שבת. האט יענער אנגעקלאפט און געבעטן כעמקען פשר הדבר, ער האט זיך געוואלט מצטרף זיין. כעמקע האט אבער נישט געוואלט מקבל זיין א גופניתדיגער מענטש. עס האט נישט געהאלפן יענעם’ס טענה אז אויך ער כעמקע איז אין זיין גוף, און יענער האט געמוזט צוריקגיין צו די בתי הפאליטיקער.

אזוי האט כעמקע ממשיך געווען פירן אליינס זיין קרעמל צרור החיים’ניקעס.

שלוש סעודות, איז רעווא דרעווין דיג. כעמקע איז נישט קיין נאר, ער פרעגט זיך קשיות. אין א סוף זומערדיגער שבת נאכמיטאג זיצנדיג אין שיל גיט זיך כעמקע א מינוט א פארקלער, אט די אלע מנהגים זענען דאך געשטעלט פון מענטשן פאר מענטשן, וויאזוי איז דאס אז דווקא אן די לעבעדיגע ארבעט עס די בעסטע? אלא מאי, עס מוז זיין אז לעבעדיגע פארמאגן גוטס, נאר געזעלשאפטליכער אומגלייכגעוויכט פארדארבט.

א יאר איז אריבער, כעמקען איז קאלעמוטנע אויפן הארץ, ביי די שקיעה איין זומערדיגן שבת ביינאכט קלערט ער צו זיך אומעטיג, עס איז דאך מיט די לעבעדיגע דא גאנץ אומעטיק. „איך מיין איך וועל צוריק צו די טויטע פאליטיקער, ווי איידער דא מיט די לעבעדיגע צרור החיים’ניקעס.‟

כעמקע פארלאזט די שיל וואו ער האט פארברענגט איבער א יאר. ער פארלאזט די קהילה און אפילו גיטלען, מורמלט א פאר איבערבעטונגס ווערטער און לויפט צו די בתי פוליטיקער. דער יצר הפאליטיק האט געוואונען.


די אומדערוואַרטע הצלחה פֿונעם סאַטמערער בדחן, פינקי וועבער

The Astonishing Success of the Satmar Badchan, Pinky Weber

פֿון יהושע כּהנא

Youtube/MelaveMalkaBshira

שוין איבער צוויי צענדליג יאר איז „פינקי וועבער‟ א באקאנטער לעגענדארער נאמען אין וויליאמסבורג, א כאריזמאטישער אויפטרעטער און אן איש-אשכולות, א מאן מיט כלערליי טאלאנטן. זיין פאך איז בדחנות, אבער נישט ווי דער אמאליגער שטעטלישער, נאר ווי א חשובער קאריערע מיט אלע טאלאנטן באגלייט.

נאכן טרייבן קאטאוועס מיט א געשליפענער צינג גראמט ער אויף דברי כיבושין, װערטער װאָס אינספירירן מענטשן צו טאָן תשובה. ער טוט עס אלץ מיט א מוזיקאלישן חוש. ער האט באאיינפלוסט א נייעם גייסט אין דעם חסידישן בדחנות סטיל נאכן חורבן: אויסצורופן דברי כיבושין אויף א דראמאטישן און מוזיקאלישן שטייגער באגלייט מיט אינסטרומענטאלע קלאנגען, אנשטאט די ביז דעמאלסדיגע היימליכע „נוסח’דיגע‟ גראמעריי וואס קלינגט האלב געזאגט האלב געזונגען. פינקי איז אבער נישט נאר א פראמינענטער גראמער און בדחן, נאר אויכעט א וועלטס בארימטער קאמפאזיטער. זיין נאמען איז באקאנט איבער דער וועלט ביי יעדן וואס ווייסט אביסל וועגן רעליגיעזער אידישער מוזיק. 

איך האב מיטגעהאלטן די יארן ווען פינקי איז צוביסלעך געווארן מער און מער בארימט. איך בין אליין נישט קיין וויליאמסבורגער, אבער איך האב מיך מיט זיי געדרייט אין מיינע צענער־יארן. די ישיבה בחורים האבן אנגעהויבן רעדן און פארגעטערן א נייעם בדחן, איינער וואס דער דור האט נישט געהערט ביז איצט. נייע גראם־ווערטער, א ברייטער אויסוואל פון פארצייטישע מוזיקאלישע ניגונים, גאר ווארעמע מעשיות, א שטימע מיט פרעכטיקע מוזיקאלישע הארמאניעס, באגלייט מיט די קלאנגען פון דעם מוזיקאנט אויפן סינטעזאטאר (אן עלעקטראנישן אינסטרומענט). בחורים פלעגן הערן זיין בדחנות און דורכגעווייקטע גראמען און זיך דאס איינחזרן בעל פה. פינקי איז געווארן דער יאסעלע ראזנבלאט פון בדחנישע גראמען. 

פינקי איז א „סאטמארער באטשי‟ (א באלעבאטישער אונגארישער מענטאליטעט וואס כאראקטיזירט אפענער ארויס געבן הרגשים און זעלבסעהרע). די באבאווער, מיטן גאליציאנער שניט, האבן דעם סאטמארער שטערן נישט געקענט אראפשלינגען, א גראמער מיט א נגינישן טעם האט דאך געהערט צום גאליציאנער חדר. וויצלעך — דאס יא. וויצלער זענען די רומענער אונגארישע געווען ביים אויבן אן: חיים מענדל, יענקל מילער, און די משפחת שטויבער. אבער די מבינות פון קינציגע דברי כיבושין פארפלאכטן מיט פתגמין (קינציגע אויסצוגן און גמטריאות) און שיינע נגינה, דאס האט געהערט צו באבאוו, ווי למשל ר’ שאול הוטערער ז”ל, און פון א דור שפעטער — ר’ שלום קעסלער, א קלאסישער גראממייסטער וואס איז פארגעטערט געווארן אין באבאוו.

פון גרויס אויפברויז און קינאה אויף דעם יונגן אונגארישן גראמער האבן טייל באבאווער יוגנטלעכע אנגערופן דעם פינקי וועבער, „פינקי וועפער‟. „וועפער‟ אין גאליציע לשון מיינט אפגעניצט און לאנגווייליג, כאטש אלע וועלן מוזן מודה זיין, אז פינקי’ס גראמען זענען דער היפוך פון אפגעניצט און לאנג ווייליג.

א נייע עפאכע פון גראמעריי איז אפיר געקומען. פון היינט דארף אויכעט א סאטמארער און וויזניצער בדחן קענען פיוט און נגינה. פינקיס סטיל איז אבער אנדערש פון די באבאווער, ער האט עס „פאראונגארישט‟. אנשטאט די באבאווער רמזימלעך און גמטריאות, איז ער פיל מיט „הספדים‟, כדי ארויסצורופן טרערן פון די מחותנים לויטן געשמאק פונעם אונגארישן הארץ.

און אט קומט פינקי אפיר מיט נאך א טאלאנט, פון א גראמער אין די אידיש וועלט, איז ער געווארן א קאמפאזיטאר, אדער ווי מען רופט עס אין ישראל, א מלחין, וואס פארפאסט ניגונים פאר דער גאנצער אידישער וועלט. אויף די פוסטריט פון יוסי גרין האט ער פארפאסט ניגונים אויף גמרות און מדרשים, אבער אויכעט אויף אידישע גראמען. באזונדער בארימט איז ער געווארן מיטן שאפן ניגונים וועגן גלות און גאולה, וועגן ירושלים און בענקשאפט, אויף אן אופן וואס פאסט פאר א מוזיקאלישער פארשטעלונג.

עס איז נישט צום גלייבן ווי ווייט די ניגונים פונעם היימישן פינקי זענען אנגעקומען. ביים אנהייב האב איך געקלערט, שוין, א גוטער גראמער פון א וויליאמסבוגער געשמאק. אמת, ער איז א קוואל פון נגינה און אינהאלטסרייכע זאפטיגע גראמי כיבושין, אבער פארט אונגאריש, וועמען אין דער „גרויסער וועלט‟ וועט אינטערעסירן זיין באטשי געשמאק?! און וועגן זיינע קאמפיזאציעס, יא, א פאר פון זיינע חברים פון ישיבה — די מוזיקער אייזיק האניג און מיכאל שניצלער — זענען געפעלן געווארן אויך זיינע אויפגעקומענדיקע ניגונים, איז אים געלונגען צו צייגן זיך פאר זיינע חברים אויך מיט א פאר קאמפיזאציעס. 

בשום אופן האב איך נישט געגלייבט אז פינקיס טאלאנט וועט צוציען אינטערעס מחוץ די וויליאמסבורגער ראמען. וואס קען שוין א טאלאנט, פארערט דורך א געזעלשאפט פון מוזיק עם ארצים מיט א בלינדער זעלבסשעצונג, צוגעבן צו דער „עכטער‟ מוזיקאלישער וועלט וואו מען שפילט ריכטיגע מוזיק דורך אראנזשירונגען מיט נאטן פאר די „לעגיטימע‟ זינגערס. 

אבער די מציאות האט געזאגט מער ווי אלעס, דער נייער מוזיק העלד פון וויליאמסבורג האט באוויזן צו באאיינדרוקן די געזעלשאפט מחוץ די ארטיגע ראמען. שוין זיינע ערשטע ניגונים זענען געווארן ווילד פארשפרייט, דער לעבעדיגער „ותבנהו מהרה‟ דורך אייזיק האניג, „דער הארציגער ליכטעלע‟ דורך מכאל שניצלער, און באלד דערויף „תפילה לעני‟ דורך נישט קיין אנדערער ווי מרדכי בן דוד. פינקי האט דורכגעבראכן די „אלטוועלטליכקייט‟. 

מיכאל מיט אייזיק — די ערשטע קליענטן פון זיינע ניגונים — זענען אליין געווארן וועלטליכע שטערן, און איינס נאכן אנדערן האט פינקיס נאמען אנגעהויבן דערמאנט צו ווערן אין אלבומען, אין עברית און ענגליש. לחן: פינקי ובר [געשאפן פון פינקי וועבער] — א שטייגער ווי עס וואלט געווען א מאדערנער קאמפאזיטער מיט א כזית יארמולקע. דער „ליכטעלע‟ ניגון איז געווארן א גלאבאלער מעלאדיע פאר א חזן צו זינגען אויף די „ממקומך‟ ווערטער ביים שבתדיגן קדושה; „תפילה לעני‟ גאר א התנחלות ניגון (אוי געוואלד, א סאטמארער ניגון איז געווארן ממש א ציונישער סימבאל!) ווער רעדט ווען פינקי’ס רחם דורך יעקב שוואקי איז ארויס, עס האט איבערגעקערט א וועלט, דאס איז געווען דער פאפולערסטער ניגון זיך אויסצוגיסן דאס הארץ, סיי צווישן חסידים, סיי ביי ליטוואקעס, און סיי ביי מזרחיסטן. 

פינקיס א ניגון, גלייך ווי ביז יעצט יוסי גרין’ס א ניגון, האט זיך אנגעהויבן אידענטיפיצירן אמבעסטן מיט דער מוזיק פון דער ברייט בארימטער משה לאופער, וואס האט ביז יעצט זיך אמבעסטן אידענטיפיצירט מיט א ניגון פון יוסי גרין. לאופערס זיסע פידלעך אריינפיר אויף פינקיס א ניגון איז געווארן א קלאסיק, ווי באשאפן צום ניגון. דער באקאנטער מאדערנער חרדישער מוזיק-ראדיא פערזענלעכקייט מנחם טאקער לויבט ביזן הימל אויף עברית פינקיס ניגונים און קען פון זיי גאר נישט זאט ווערן: „ער איז דער בעסטער קאמפאזיטאר פון אלע צייטן,‟ זאגט ער מיט עקסטאז. זינגער פון כל מיני קרייזן און ערטער — גערער, בעלזער, ליטוואקעס, מאדערנע, די פון פראנקרייך, בעלגיע, ארגענטינע, און אוודאי פון ארץ ישראל, אלע קלאמערן זיך נאך פינקיס ניגונים וואס זענען די אויבנאן פון קאנצערט זאלן.

דערווייל זיצט פינקי ווייטער אין זיין וואוינונג אין וויליאמסבורג ווי אין די אמאליגע יארן, דרייט זיך אין די זעלבע גאסן, קויפט אין די זעלבע גראסעריס, גראמט און בדחן’ט ווייטער ביי וויליאמסבורגע חתונות און זיינע ערשטע אנהענגער אין וויליאמסבורג זענען היינט אוודאי שטאלץ אז די וועלט אנערקענט זייער שטעטלס העלד, אלע זעען איין וואס „אונזער‟ פינקי קען.


די טיפֿע השפּעה פֿון ספֿרדישע מינהגים אויף אַשכּנזישע ייִדן

The Deep Influence of Sephardi Customs On Ashkenazi Jewry

פֿון יהושע כּהנא

Yehuda Blum

מען הערט די טעג כסדר טענה’ן דורך די ספרדים אז די אשכנזים האבן פארכאפט די אידישע קולטור, אריינדרינגענדיג אפילו צו זיי, די ספרדים. גיב נאר א קוק אויפן דרך הלימוד ביי חרדים, דער ליטווישער ישיבה מאדעל; די מאכלים לכבוד שבת, מוזיק, מענער קליידונג, און וואס נישט. אלס, פון דעם הוט ביז די געפילטע פיש, איז אשכנזיש. די אשכנזים גרייסן זיך טאקע דערמיט: „זע נאר וואס פאר א געלונגענע חברה מיר זענען!‟ 

אז איבער זיבעציג פראצענט אידן זענען אשכנזים איז עס נישט קיין חידוש. אבער פארט איז די באהויפטונג ווייט איבערגעטריבן. אדרבא, אז מען וועט כאפן א בעסערן בליק וועט מען זען אז די ספרדישע אידענטיפיקאציע איז אזוי שטארק אז אפילו די בלויז צוואנציג צו דרייסיג פראצענט ספרדים האבן אויך א באדייטנדיקע השפעה אויף דער אלגעמיינער אידישער קולטור, און נאך מער צווישן די ירושלימער אידן. און מען רעדט דא טאקע פון א גאנץ נייער השפעה.

לאמיר אנהייבן מיט די ל״ג בעומר פייערונגען אין מירון, לעבן צפת, צפון־ישראל. דאס איז באמת א ספרדישער יום־טוב, אלע באקאנטע מנהגים פאר ל”ג בעומר האבן זיך אנגעהויבן ביי די ספרדים. 

דער מינהג פון עולה רגל זיין קיין מירון; דער מנהג פון מאכן גרויסע פייערס אויף די דעכער, די הדלקות; דער מינהג פון “חאלאקה” - די אפשערעניש־שמחה צו פראווענען אין מירון דעם ל”ג בעומר וואס פאלט צום נענסטן צוםם דריטן געבורטס טאג פֿונעם יינגל. דער טאטע און זיידע, אנגעטון אין בגדי שבת, טאנצן ביים קבר פונעם אריז״ל, מיטן אפגעשוירענעם חתן’דל אויף דער פלייצע. די אלע מינהגים האט דער היינטיגער ארץ ישראל גענומען גלייך פון די ספרדים. 

אלע ברייט פארשפרייטע פיוטים און מעלאדיעס לכבוד די יום־טובים זענען ממקור ספרדיש, ווי די פיוטים געשאפן פון בר יוחאי דורך ר’ שמעון לוביה (פונעם זעכצנטן יאר הונדערט), און „ואמרתם‟ דורך דעם בן איש חי. אויך די מעלאדיעס צוגעפאסט צו זיי שיינען צו זיין פון אריענטאלישן ספרד’ישן מקור. 

לכתחילה זענען אשכנזים, מיטן חתם סופר בראש, געווען קעגן דעם גאנצן ל”ג בעומר־מירון פייערונג. ספעציעל האט דעם חתם סופר פארדראסן די מאדנע מינהגים ארום מירון ווי די הדלקות. אויך די חסידים האבן אין אנהייב זיך נישט אזוי געקימערט מיטן מיסטישן מירון’ער ל”ג בעומר. בלויז אין די לעצטע הונדערט יאר האט זיך דער קאבאליסטישער ל”ג בעומר אויפגעכאפט ביי די אשכנזים, בפרט ביי די חסידים, און איינמאל זיי האבן עס אויפגעכאפט האבן זיי שוין איבערגענומען די לייצעס, אבער נישקשה, ביי ר’ נחמן אין אומאן האבן דווקא די ספרדים איבערגענומען די לייצעס… 

הכלל די ספרדים האבן פשוט אריינגערוקט א יום טוב פארן גאנצן כלל ישראל. 

אז מען רעדט שוין פון א קאבאליסטישן יום טוב דארף מען געדענקען אז די היינטיגע וועלט פון קאבאליסטן און סגולות ווערט דאמינירט דורך די ספרדים. די טראדיציאנעלע ליטווישע און אפילו חסידישע מיסטיק איז קאנאניזירט און פארגליווערט געווארן, די ספרדים זענען היינט די וועלעכע באלעבן קאבאליסטישע שטיק, די סגולה רינגלעך, עין הרע אפשפרעכונגען, שיעורים וועגן דעם זוהר (מיטן ריכטיגן מיסטישן אפעקט…) וכו’ שטאמען און ווערן אנגעפירט דורך אונזער אריענטאלישע ברידער — די ספרדים. 

נאך א שטארק פארשפרייטער מינהג ביי די אשכנזים און חסידים איז דער מינהג פון „צדקת רבי מאיר בעל הנס‟ פאר די כוללים, די ישיבות פאר חתונה־געהאטע מענער, אין ארץ ישראל. דער מינהג איז דורך די אשכנזים גוט אויסגעניצט געווארן פאר צדקה קאמפאניעס, אבער איז ממקור פון די ספרדים אין ארץ ישראל ווען טבריה איז מיט בערך צוויי הונדערט יאר צוריק געווען דער הויפט ישוב. ר’ מאיר בעל הנס’ קבר פלעגט דאן זיין דער באקאנטסטער קבר אין ארץ ישראל צו פועל’ן ישועות. לטובת דעם ארט, פאר ליכט און אויל, פלעגן די ספרדים מנדר זיין צדקה אין אן עת צרה. פון דעם מינהג איז נתגלגל געווארן די באקאנטע „נאציאנאלע‟ צדקת ר’ מאיר בעל הנס פושקעס פאר איטליכער רעגיאן אין אייראפע לטובת די אייגענע עולים.

דער חסידישער סידור, ווי באקאנט, ווערט אנגערופן נוסח ספרד, צוליב דעם וואס דער סטרוקטור איז דורך חסידים במכיוון געטוישט געווארן פונעם אשכנזישן צום ספרדישן. אין ירושלים און ארץ ישראל האבן די אשכנזים אדאפטירט נאך א טוץ מנהגי תפילה און באזונדערע הלכות, ווי נייע נוסחאות; דאווענען ביים כותל; דאווענען פארטאגס “וותיקין” (דאס האט אויך א חסידישן מקור); דוכענען יעדן טאג (לויטן גאון’ס באפעל). זיי זענען אלע אין גרויסן טייל באאיינפלוסט געווארן דורך די ספרדים.  

די דעבקע טענץ, די הארא, ירושלמי אדער מירון’ער מוזיק, און מען קען צולייגן די באלקאנישע כליזמר, זיי זענען באמת ספרדיש, דאס זעלבע מיט די אנדערע סאברא מינהגים, דער ירושלים’ער קאפטן (א גילדענער אדער זילבענער געשטרייפטער ראק) איז ממקור דער קאפטן פון אחינו הספרדים אין ארץ ישראל, איבערגענומען פון די אראבער. רוב ספרדים טראגן זיי שוין נישט, אבער פון זיי שטאמט דער לבוש. 

 די סאברא מאכלים — האלווא, כומוס, תחינה, חריף, פאלאפל, שווארמא און פאפיטעס, ווי אויך די אויסדרוקן ווי סבבה, אחלה, וואלה, פדיחה — זענען אלע ספרדישע „גרים‟ פון אראביש. 

טייל וועלן טאקע זאגן אז זיי האבן נישט צו טאן מיט ספרדים, נאר גלייך ארויס פון די שכנותדיגע אראבער, טערקן, אדער דרוזן. יתכן, אבער טיילווייז זענען זיי זיכער גענומען פון די ספרדישע ברידער. יעדנפאלס, די ספרדים זענען די וואס האבן „מגייר געווען‟ די מינהגים פאר די אשכנזים. און טאמער גייט מען לויטן אריגינעלן אפשטאם קען מען די זעלבע זאגן אויך פארקערט, די מאדערנע „אשכנזישע‟ מלבושים וואס די ספרדים האבן אדאפטירט זענען אויך לאו דוקא פון די אשכנזים, נאר דירעקט פון די אייראפעער. פארט רופט מען זיי נאך די אשכנזים. קען מען די זעלבע זאגן כלפי די „אראבישע‟ מינהגים. 

דער גאנצער מאדערנער עברית, כאטש וואס עס איז טאקע באשאפן געווארן דורך אן אשכנזי, אליעזר בן יהודה, אבער ער האט אויסגעקליבן דווקא דעם ספרדישן ארויסרייד פון לשון הקודש. 

בארואיגט אייך, ספרדישע ברידער, אויך איר האט אין די לעצטע יארן געהאט א שטארקן איינפלוס אויף כלל ישראל’ס קולטור. 


איז סאַטמאַר טאַקע מער פּשרהלאָז ווי אַנדערע חרדישע קרײַזן?

Is Satmar Really the Least Compromising Of All?

פֿון יהושע כהנא

Yehuda Blum

װי באַקאַנט, האלט זיך סאטמאר פארן פאן טרעגער פון דער „ריינער מסורה‟ — אן שום פשרות. זייער לאזונג איז „מיר גייען אויף דעם פשרהלאזן דרך‟.

דער טערמין „פשרהלאז‟ איז באקאנט געווארן אין די צייטן פונעם חתם סופר. די נעאלאגן האבן לויט דער צייטגייסט אנגעהויבן איינפירן פשרות מיט אידישקייט, און זיך צושטעלן וויפיל עס איז שייך צו די ארומיגע מאדערניזאציע, פאפולערע קריסטליכע איינפירונגען אד״ג. דערצו האבן זיי דאס געוואלט ארויפצווינגען אויף אלעמען. טייל פון די נעאלאגן האבן פראבירט אויפצואווייזן אז געוויסע טוישונגען זענען אויסגעהאלטן לויט יהדות. איז געקומען דער חתם סופר און געשריגן: „ניין! מיר וועלן נישט איינגיין אויף קיין פשרות אין אידישקייט, מיר זוכן נישט קיין היתרים, מיר וועלן זיך האלטן מיט דער מסורה און אלטן וועג ווי די חכמי הלכה האבן אוועקגעשטעלט מדור דור, אן קיין קונצן.‟ זאגן די סאטמארער אז זיי זענען היינט דעם חתם סופר’ס ממשיכים און האלטן זיך דערפאר הונדערט פראצענט צוגעבונדן צום אלטן אויסגעטראטענעם דרך.

כדי צו באטראכטן די זאך א ביסל פון דער נאענט און זען צי איז דער טיטל אן אקוראטע, צו איז דער סאטמארער פשרה’לאזקייט טאקע ענליך צום חתם סופר’ס? און צי קעמפן זיי בכלל פאר עפעס וויכטיגער און יסודותדיגער ווי די איבעריגע חרדישע קהילות וועמען זיי באשולדיגן מיט מאכן פשרות אין אידישקייט? לאמיר כאפן א בליק צוריק:

דער חתם סופר האט געצילט צו שטעלן א חומה קעגן ווינטן וועלעכע שטעלן אין געפאר די פונדאמענטאלע מצוות ווי שבת און ברית און בכלל דעם אידישליכן גייסט. דאכט זיך אז דער סארט פשרהלאזיגקייטהאלטן היינט נישט נאר די סאטמארער, נאר אלע חסידים, ליטוואקעס, ספרדים, מזרחיסטן. אפילו רוב טראדיציאנעלע סעקולארע אידן רעספעקטירן די אלטע הלכה’ישע טראדיציעס, כאטש זיי אליין האלטן זיי נישט. טא מיט וואס זענען די סאטמארער מער ממשיכים פון דעם חתם סופר ווי אנדערע שומרי תורה? טענה’ן די סאטמארער אז גלייך ווי דער חתם סופר אין זיינע צייטן, זענען זיי די וועלעכע שטייען פעסט אנטקעגן די נייע גזירות (פון דער רעגירונג), נסיונות (לעבנס־באדינדונגען וועלעכע שטערן דאס אריגינעלע אידישקייט) און פירצות (מאדערנע איינברעכונגען) וועלעכע באדראען דעם היינטיגן דור.

און וואס זענען די היינטיגע גזירות, נסיונות און פירצות? איז דאס געזעץ אז אונזערע טעכטער מוזן גיין אין א סיסטעמאטישער שולע אנשטאט אויפוואקסן ביי דער מאמען ווי עס איז געווען טויזנטער יארן, די גזירה פֿון דעם דור? איז דאס וואוינען אין גרויסע אויסגעלאסענע שטעט נישט ווי אמאל ווען אונזערע אור עלטערן האבן זיך אפגעהאלטן פון באזעצן זיך אין מאדערנע שטעט, דער נסיון פונעם דור? איז דאס אריינברענגען א מיקראפאן אין שיל אריין אין צומאל פירן דאס דאווענען דערין ווי עס טוען די גוים אין זייערע תפילות, די פירצה פונעם דור? ניין! זיי זענען טאקע נישט פונקט ווי אמאל, אזעלעכע ענינים זענען אבער בלויז פיטשעווקעס, אוודאי נישט יסודות’דיגע צו באדראען אידישקייט.

איז וואס זענען יא די נסיונות וועלעכע ברעכן די פונדאמענטן פון יהדות? ענטפערט דער סאטמארער: נסיונות אין צניעות, ווי א לאנג שייטל אדער חלילה אויפגעדעקטע האר; נסיונות אין שפראך, ווי דאס רעדן ענגליש אין שטוב; נסיונות אין ציונות, אפילו פרומע ציונות ווי אגודת ישראל, אט זיי זענען די נסיונות הדור און דא איז וואו דער חתם סופר’ס פשרה’לאזער מהלך איז גילטיג היינט. די וואס שטייען נישט אויף די דערמאנטע ענינים אן קיין פשרות פארפעלן די סאמע יסודות אין אידישקייט, מאכט נישט אויס ווי פרום זייערע מאנסבילן זעען אויס.

פארוואס זעען די סאטמארער דוקא די דריי זאכן ווי פונדאמענטאלע יסודות?

דאס האבן די סאטמארער מקבל געווען פון דער אלטער היים אין אונגארן און די ארומיקע שטעטלעך, דארטן זענען די ענינים געווען פאררעכנט ווי פונדאמענטאלע נסיונות. פארוואס דוקא די דריי? איך וועל פראבירן צו שטעלן היפאטעטישע סיבות לויט מיינע באגרעניצטע ידועות אין די לעצטיגע היסטאריע פונעם מזרח אייראפעאישן אידנטום, און ווער ווייסט, אפשר ליגט א שטיקל אמת אין מיין היפאטעזע. אין קורצן קען מען זאגן, עס האט צו טון מיט צוויי הויפט פאקטארן, די שטארקע קהילה’יש לעבן אין אונגארן פון איין זייט, און די מאדערנע און רעפארמירנדיקע ווינטן פון דער צווייטער זייט. לאמיר באזונדער באטראכטן די דערמאנטע דריי אונגארישע הארבע ענינים פונעם היסטארישן בליק:

לשונות עמים: די קפידה, שטרענגקייט קעגן גויאישע שפראכן האט מסתמא צוטון מיטן לעצטן פאקטאר: די מאדערנע ווינטן. די נעאלאגן האבן איינגעפירט די דייטשע און אונגארישער שפראכן אין זייערע שילן, האט דער פרומער לאגע ווי א רעאקציע איינגעפירט שארפע תקנות קעגן נישט־אידישע שפראכן אין די שילן כדי נישט נאכגעשלעפט צו ווערן אינעם נעאלאגישן גייסט.

צניעות: ווייטער ביים ענין פון צניעות שפילן ביידע פאקטארן א ראלע. קודם כל, ווי שטארק באפעסטיגטע קהילות פלעגט א וואכזאם אויג געהאלטן ווערן אויך אויף די פרויען, זיי דערלאנגט סטאטוטן גלייך ווי פאר די מענער, אנדערש וואו אין פוילן וואס איז געווען ווי „א שיף אן קיין רודער‟ מיט בלויז שטיבלעך און מורה הוראות אלס אפצווייג פון ווייטע רבישע הויפן און מיט די פרויען’ס רוחניות’דיגער צושטאנד האט מען זיך נישט אזוי געקימערט. צווייטנס, אונגארן האט זיך ממש געגרעניצט מיטן צענטער פון מאדערניזאציע — ווין. די מערב־וועלט האט דאן פראקלאמירט מאדערנקייט אין הפקירות דורך פרויערישע מאדעס. א אידישער גייסט האט זיך דערפאר אין אונגארן דערקענט לויט דעם פרוי’ס לבוש, אנדערש ווי אין פוילן און רוסלאנד וואו דער נסיון איז געווען די מענערס לבוש.

ציונות: אויך דער עקסטרעמער שארפער שטעלונג אנטקעגן ציונות האט צו טון מיט די ביידע פאקטארן. זינט די נעאלאגן־פרשה האבן די פרומע אונגארישע אנטוויקלט א פארדעכטיגן צוגאנג צו יעדן סארט נייער באוועגונג וואס איז א מעגליכער דראונג פארן אלטן גייסט. אזוי ווי דאס קהילה לעבן אין אונגארן איז געווען גאר באפעסטיגט, פיל מער ווי אין פוילן, האבן די אידן אינעם היימישן אונגארן אנטוויקלט א שטארקע געבינדנשאפט צו זיין וואוינארט און קהילה לעבן, דאס איז געווען זיין אידישקייט. אז די פירערשאפט איז געווען מטעם די ממשלה מיט א רעלאטיוו גוטן לעבן, האט זיך גלייך ווי אינעם אלגעמיינעם בירגער אויך אינעם פרומען איד אנגעקלעפט אן אונגארישן פאטריאטיזם.

מען קען זאגן אז דער אונגארישער איד, אפילו דער פרומער, האט דוקא געשפירט א טיפן קשר מיטן גלות, ליב געהאט דעם אלטן הארציגן גלות מיט איר אינטימען לעבנס שטייגער מער ווי דער נייער אלוועלטליכער גאולה גייסט. ווען א שווערער צייט איז אונטערגעקומען האט דער פרומער אונגארישער איד מתפלל געווען אויף דער גאולה שלימה, אבער אקטיוו טון דערין האט אים נישט אזוי פאראינטרעסירט, דאס מוז מען לאזן פאר א ניסימדיגן משיח. טון אין “שלומו של מלכות” (די פרידן פונעם לאקאלן לאנד) איז ביים אונגארישן איד געווען א מצווה בעת אקטיוו טון אין די גאולה שלימה איז גאר געווען צווייפלהאפטיג.

דערפאר האט ציונות א יעדן אונגארישן אדער אפילו יעדן עסטרייך־אונגארישן איד געגריצלט אין די אויערן, עס פאר’הרג’עט דעם אזוי נאסטאלגישן גלות צוזאמען מיט די אזוי טראדיציאנאלער אונגארישע רבנות אינסטיטוציע מדור דור אויף וואס זיי האבן אנגעלעהנט דאס געוויכט פון גאנץ יהדות. אין אונגארן, אין גלות, אין רבנות, פאלט דער עמוד התווך, דער צענטראלער זויל, פון אידישקייט צוזאם.

א נייע עפאכע איז אפירגעקומען. אידנטום איז איבער געפאלאנצט געווארן אין נייע ערטער, און די וויכטיגקייט פון די אונגארישע פונדאמענטן האט זיך פלוצלינג געטראפן אונטער א גרויסער פרעגצייכן. דאס וואס איז אמאל כאטש טיילווייז געווען דער עמוד התווך, איז היינט מער נישט, ווייל קהילות אונגארן עקזיסטירט מער נישט. היינט איז דא א יהדות ארץ ישראל, א יהדות ניו יארק, א יהדות מערב אייראפע, בעצם א יהדות קיבוץ גליות, אן אלוועלטליכער יהדות. די אמאליגע עמודי התווך פאר יהדות אונגארן זענען נישט די עמודי התווך פארן אלוועלטליכן יהדות, קיין איינע פון די אמאליגע אונגארישע רעאקציע יסודות פארמאגן נישט היינט קיין אמת’ער פונדאמענטאלער ווערט, און אודאי און אודאי האבן די דאזיגע אפגעלאפענע יסודות נישט קיין שייכות מיט דער חתם סופרס ארגינעלע פשרהלאזיקײט וועלעכער איז געווען אויסשליסלעך געצילט קעגן די נעאלאגן און נישט קעגן זיינע פוילישע ברידער אין צפון וועלעכע פארמאגן זייער אייגענעם דרך. אונזער קיבוץ גלות אידישקייט איז ווייט ווי הימל פון ערד פון רעפארם. קיבוץ גליות דארף נישט לערנען צניעות, אידישליכקייט און השקפה, פון די אמאליגע תקנות אונגארן אדער פון זייערע היינטיגע ממשיכים כדי צו וויסן וויאזוי צו האדעווען אידישע דורות לשם ולתפארת.

גיבן די סאטמארער די אמאליגע אפגעלאפענע יסודות דעם פרומסטן פנים צוזאמען מיט זייער התבדלות’דיגער האלטונג, מאכן דערפון הייליגע פראפאגאנדע, און נאר די וואס זענען געטריי זייערע רעאקציאנערע פירעכצער איז כשר און פשרהלאז.

אין צוגאב צו די דערמאנטע „יסודות‟ זענען צוגעקומען אן אנדערער ריי חומרות דורכן סאטמארער רבין אליין — בעיקר, פארשטייט זיך, אין שייכות צו ארץ ישראל. אפילו עס איז לאוו דוקא געבינדן מיט ציונות, אזוי ווי למשל אז מען טאר נישט ארויסטראגן פירות פון ארץ ישראל, אפילו אן אתרוג נישט… און א נאמען געגעבן די חומרות בשייכות צו ארץ ישראל „ריינע אמונה‟. עס איז גאנץ קלאר אז אין סאטמאר האט מען געוואלט זען ארץ ישראל ווי אין די אמאליגע גוטע גלות־יארן, אן אלטער צובראכענער ארץ ישראל מיטן נאסטאלגישן טעם און חן ווי דער גלאררייכער אמאל. אויכעט א ריי אנדערע אזוי גערופענע פרומקייטן אדער אפגעזונדערטקייטן איז איינגעפירט געווארן אין סאטמאר, צו צייגן זיך הייליגער און פרימער ווי די איבעריגע ערליכע אידן. דעמאסטרירן זיי א כלומרשטע פארצייטישקייט און אפגעהיטנקייט, כדי צו פארזיכערן אז די אונגארישע מסורה האט נאך היינט א ווערט.

און דער אמת איז, אפילו אין זייערע אייגענע גדרים, אריינגערעכנט דעם הונדערט־יעריגן יסודות־פעקל, צי זענען זיי טאקע מיט זייער תורה חדשה אזוי „פשרה’לאז‟?

איז אזוי: מיטן ענין פון לשונות העמים זענען זיי צופעליג ערנסט ביז גאר. דער איסור איז אריבער, לויטן צייט פאדערונג, אויך צו די ווייבער. ווייבער אמאל אין אונגארן (אויסער קארפאטן רוס וואס איז נאנט צו גאליציע) האבן געמעגט צווישן זיך רעדן לשונות העמים. וויליאמסבורגער פרויען היינט דארפן זיך אבער מער האלטן מיט אידיש. דאס איז שוין אפשר געווען דעם סאטמאר רבי’נס פערזענליכע מלחמה מיט די אמעריקאנער פעמינינעם גייסט וואס רייסט במכיוון אויס די פארצייטישע „אידענע‟ פון אונזערע פרויען. פארט פארנעמט אבער ענגליש און לימודי חול א שטיקל פשרהדיגער ארט אין סאטמאר לויט וויפיל זיי האלטן אז עס לוינט זיך צו קענען פאר זייער אונגארישער באקוועמליכקייט.

בנוגע ציונות: כאטש וואס זיי פירן טאקע אן אבסעסיווער קאמף אנטקעגן ציונות, אין פארגלייך מיטן ראדיקאלן אנטי ציונישן נטורא קרתא’ניק מאכט דער סאטמארער גאנץ פיינע פשרות מיט ציונות. די סאטמארער וועלן פארשטייט זיך זאגן אז מען וועט מיט אזא דרך גארנישט אויפטון. פיין, די זאך איז נאר אז דאס גענוי טענה’ן די אנדערע חסידות’ער און קהילות וועמען די סאטמארער באשולדיגן מיטן זיך משתף זיין מיט ציונים. הייסט עס אז ביידע מאכן פשרות אויף אן אנדער שטאפל, אבער לויט סאטמאר איז יענעמס שטאפל פשרותדיג און דער אייגענער שטאפל, פשרהלאז.

און פון דא גייען מיר אריבער צו דער סאטמארער “פשרה”לאזער” צניעות. דער סטאנדארט אין סאטמאר איז אז מען דעקט דעם קאפ אדער מיט א שפיצל, דאס איז א פאס מיט זייד וואס גיט דעם אנבליק ווי געקעמטע האר ביים פארנט פינעם טיכל, אדער א „פריזעט‟, אן עכטער שייטל אפן ביים פארנט פונעם טיכל אדער היטל. דער אלטער מנהג אינדערהיים איז אבער געווען אז א פרוי גייט אינגאנצן אפגעבינדן, א הויל טיכל, אן סיי וועלעכע האר אלטערנאטיוו, און אזוי פירן זיך עד היום די שטרענג מסורותדיגע ספרדים און ירושלימער. ווייטער מיט די שטרימפ [לאַנגע זאקן], סאטמאר האט באשאפן א צניעותדיגער שטרימפ, סים טייטץ [seam tights], פיין און וואויל, אבער פארט איז עס נאנט צום הויט קאליר, און אודאי איז עס נישט קיין פארצייטישע געמיינע לייווענטענע שטרימפ, אדער לאנגע בגדים ביז די ערד, ווי אונזערע עלטער באבעס זענען געגאנגען. א שטרענג פרומער מאה שערימדיגע פרוי וועט עד היום גיין אין שווארצע שטרימפ, און נישט די פשרהדיגע „סים טייץ‟.

די זעלבע מיט זייערע אנדערע צניעות גדרים, ווי למשל, זייער אייגענע באד־קאסטיומען („ביידינג סוטס‟), און דאס אז בלויז די תלמידות פאר דער בת מצווה מעגן שפילן אויף דראמאס, אנדערע וועלן טענהן אז די ביידע זענען אין יעדן פאל מאדערנע גויאישע אריינברעכונגען פון צייט גייסט וואס מען האט נישט געזען אמאל.

נאך איין ביישפיל: איינע פון די נייע פרום פנימדיגע „גדרים‟ ביי סאטמאר איז אז א ווידעא פילם איז פסול, דאקעגן „סליידס‟ (רוקענדיגע בילדער) איז יא כשר. א פיינער גדר, צו איז דאס אבער פשרהלאז? פארוואס זאל מען אזוי אננעמען?!

שטעלט זיך ארויס אז די סאטמארער גדרים זענען נישט מער ווי פשרות נוסח סאטמאר פארשלייערט מיט אן עגא-מאניאקישער הייליגער הילע!

נו, אויב אזוי, אז אפילו אין זייערע אייגענע יסודות זענען זיי נישט עפעס אזוי פשרה’לאז, אין וואס באשטייט די סאטמארער פשרהלאזיגקייט?

דער ענטפער וועט מוזן זיין:

„נישט מאכן פשרות מער װי דער סאטמארער פירערשאפט ערלויבט מפשר צו זיין!‟

באמערקונג: איך בין מיט דעם ארטיקל נישט אויסן חלילה אוועק צו מאכן דעם גאנצן קהילת סאטמאר אלס א קהילה פון אידן יראים ושלמים וועלעכע היטן זייער מסורה פאר זיך מיט אן ערנסקייט. איך וויל בלויז עפענען די אויגן קעגן דער לצנותדיגער פראפעגאנדע־מאשין זיך צו גרייסן, און מיט א ביטול אוועקמאכן די אויסגעהאלטנקייט פון אנדערע קהילות יראים ושלמים וועלעכע געבן זיך אוועק פארן אלטן אידישקייט לויט זייער מסורה מיט נישט ווייניגער ערנסטקייט און הארעוואניע ווי די סאטמארער קהילה.


דער סעזאָן פֿון תּשובֿה פֿאַר דער „הוצאת זרע לבֿטלה‟

The Season To Repent For the Spilling of Seed

פֿון א פרומען חסיד

Yehuda Blum

שובבי”ם! א סקרוך און ציטער גייט דורך ביי אונז חסידים אין די ביינער, װען מיר האלטן שוין ווידער ביי שובבי”ם, כאטש מיר האָבן בלויז דרײ חדשים צוריק געענדיגט תשובה טון. דאַרף מען אָבער פרעגן: האבן מיר בכלל אויף וואס תשובה צו טון?

קודם, פאר די װאָס ווייסן נישט, מײנט שובבי”ם די וואכן פון די פרשיות ש’מות, ו’ארא, ב’א, בש’לח, י’תרו, מ’שפטים (אינעם סעקולערן קאלענדאר איז דאס ארום יאנואר און פעברואר) — און היי יאר, צוליב דעם וואס ס׳איז אן עיבור יאר (מיר האָבן צוויי מאנאטן אדר אנשטאָט איינעם) — קומען צו נאך 2 וואכן. אין יענע וואכן, האָבן געלערנט טײל מקובלים, איז גרינגער תשובה צו טון אויף די הארבע עבירות פון הוצאת זרע לבטלה (װען עס קומט אומזיסט ארויס דער זוימען פון א מאן), וואס ווערט אפט גערופן דער „חטא הידוע‟, דער באַקאַנטער זינד, אדער מידת יוסף.

פאַר װאָס מידת יוסף? עס ווערט געברענגט פֿון חז”ל אז ווען די ווייב פון פוטיפר האט געוואלט שלאָפן מיט יוסף הצדיק האט ער זיך קוים געקענט איינהאלטן, זענען ארויסגעקומען פון אים צוויי טראפן זוימען אומזיסט, ווערט עס גערופן אויף זיין נאמען… און אפשר צוליב דעם האבן די גאר עקסטרעם־פרומע קרייזן טאקע אנגעהויבן רעדן אויך צו די פרויען וועגן דעם אין די הייליגע שובבי”ם טעג. פֿאַר װאָס די פֿרויען? „װײַל א פרוי האט ליידער צוגעברענגט יוסף צו די הארבע עבירה,‟ קען זיין.

אבער לאמיר אריינטראכטן א מינוט, וואס איז באמת שובבי”ם? ווי אזוי האבן די טעג אויסגעזען אמאל? און ווי אזוי זעט דאס אויס היינט?

שובבי”ם אמאל, בעת די צייטן פונעם אריז”ל - ביז ת”ש:

אין די מוסר ספרים דערמאנט מען דעם חטא הידוע און אין די חסידישע ספרים ווערט עס אויך דערמאנט אבער מען זעט כמעט נישט אז מען זאל האבן געמאכט א גאנצן עסק פון די שובבי”ם טעג. יא, מען פלעגט אפשר אויפשטיין זאגן תהילים פרייטאג פארטאג’ס אדער שבת צופרי, אבער מער פון דעם, ווי למשל האַלטן דרשות וועגן דעם, אדער פייערדיגע שלש סעודות דבר תורות איז נישט געזען און געהערט געווארן. און אוודאי פאר פרויען האט מען קיינמאל נישט גערעדט דערפון.

די יאָרן װען מע האָט תּשובֿה געטאָן דערפֿאַר אין די שובבי”ם טעג זענען געווען צעטיילט אין צװײ קאטאגאריעס.

  1. רוב רבנים און רבי’ס נאך דער צווייטער וועלט־מלחמה האבן בכלל נישט גערעדט פון דעם. אדרבה, זוכט אין זייערע ספרים, וועט איר נישט טרעפן קיין רמז פון דער זאך בכלל, און פון שובבי”ם בפרט.

  2. דאכט זיך אז נאר אין קלויזענבורג און סאטמאר וואס, ווי באקאנט, האבן די ביידע נאכגעמאכט איינער דעם צווייטן מיט א סך זאכן (אין סאטמאר איז אפשר נאכמער געווען די התעוררות, די אויפוואכונג צו תשובה, ווי אין קלויזענבורג) האט מען געמאכט גאר גרויסע באקאנטע שובבי”ם דבר תורות באגלייט מיט ביטערע געוויינען פון תשובה און חרטה, און נאך היינט ביי זייערע נאכפאלגער’ס פראבירט מען דאס נאכצומאכן, אבער עס איז ווייט נישט די זעלבע.

עס איז דא א פאלק’ס ווערטל, אז אמאל נאכדעם וואס דער סאטמאר רבי ז”ל האט געוויינט און אויפגעוועקט דעם עולם וועגן די הארבע עבירה וואס ער האט גערופן דעם חטא הידוע, האט א תמימות’דיג בחור’ל געפרעגט א מיטל יעריגן איד: „וואס איז דער חטא הידוע וואס דער רבי רעדט אזוי שטארק קעגן דעם?‟ האט דער איד געעפענט אויף אים א גרויס מויל מיט אויגן און געפרעגט: „דו ווייסט נישט? דאס איז דאך די באוואוסטע הארבע עבירה פון ציוניזם …‟

שובבי”ם היינט, אנהייבנדיק פון די תש”ס יארן, זינט 2000, איז עס אויך צעטיילט אין 2 קאטאגאריעס.

  1. די עבירה פון זרע לבטלה ווערט כמעט נישט דערמאנט - אפשר נאָר בײַ דער יוגנט אין די חדרים, דורך עקסטרעם פרומע מנהלים און רעדנער’ס. חוץ דעם איז דאס געטוישט געווארן אויף לערנען און חזר’ן הלכות נדה. זעט אויס אז די עיקר הײנט אין די שובבי”ם טעג איז געווידמעט דעם איבערלערנען די הלכות פון נידה. אזוי איז געווארן איינגעפירט אין אלע חרדי’שע קרייזן, (װייל אין די ספרים ווערט בכלל נישט דערמאנט וועגן לערנען הלכות נידה אין די וואכן). קומט אויס אז זרע לבטלה איז שוין לויט דעם בכלל נישט קיין עבירה היינט, ווייל קיינער רעדט שוין נישט פון דעם. פאַרקערט: ווען געװיסע רבנים רעדן טיילמאל יא צו די פרויען אז מיט זייער אזוי גערופענע „נישט געהעריגע צניעות’דיגע קליידונג‟ ברענגען זיי צי די מענער וואס קוקן אויף זיי צו הארבע עבירות - ווייסט כמעט קיינער נישט וואס זיי רעדן …

  2. גאר א סך פון די פרומע קרייזן, בעיקר פון די אינגערע לייט, גייען בכלל נישט צו די שיעורים פון הלכות נידה וואס ווערט ארגאנאזירט אומעטום, צוליב דעם וואס זיי זענען שוין מיד צו הערן די פרישע פרומקייטן וואס וואקסט ווי שוואמען נאך א רעגן, און ווערט פון יאר צו יאר צוגעלייגט דורך די רבנים מיטן ציל צו האלטן דעם יונגן דור מער פרום און ערליך ווי די פריערדיגע דורות. באמת טוען זיי אויף פונקט דאס פארקערטע. אפֿילו פאר זיך אליין לערנען זיי נישט יענע הלכות, במילא ווייסן זיי נישט וואס מען טאר נישט; זײ װײסן נאר וואס מען מעג …


די ליבאַוויטשער און סאַטמאַרער רביס: גאָר אַנדערע שיטות

Lubavitch and Satmar Rebbes: Opposite Worldviews

פֿון זלמן חסיד

Wikimedia/Forverts Montage

דעם פארגאגענעם חודש, חודש כסליו, האבן חסידים ביי די צוויי גרעסטע קהילות אין ברוקלין געפראוועט צוויי גרויסע „ימים טובים‟.

דאס ערשטע איז י״ט כסלו [19 טאג אין כסלו] — דער טאג וואס דער ערשטער ליבאוויטשער רבי, רבי שניאור זלמן זצ״ל פון ליאזנא, ווייסרוסלאנד [1749 - 1812] איז באפרייט געווארן פון תפיסה און דערביי ניצול געווארן פון טויט. מיט דער גאולה פונעם רבין איז דאס א חג הגאולה פארן גאנצען דרך החסידות פון בעל שם טוב זצ״ל.

אין דעם טאג וועלן זיך חסידים אנטון די שבת׳דיגע קאפאטעס, מען וועט מאכן א פארברענג לאנגע שעה׳ען, טרינקען וואדקע, און אפילו ווערן בגילופנ׳דיג, רעדן „חסידות‟, חזרן די גרונדפרינציפן פון חב״ד. די הימנע פון חב״ד איז דאס „ליד פון 4 פעלערס״ [ארבע בבות], דאס וועט מען נישט זינגען אבי ווען, נאר ווען א חתן - כלה גייען אונטער די חופה, אדער אין דעם יום טוב.

דער צווייטער יום טוב איז כ״א כסליו, 21 טאג אין כסליו, דער טאג וואס דער ערשטער סאטמארער רבי, רבי יואל טייטלבוים זצ״ל פון סאטמאר, רומעניע [1887 - 1979] איז באפרייט געווארן פון די נאצישע נעגל ביים צווייטן וועלט קריג קיין שווייץ. דאס איז א יום טוב פאר צענדליגער טויזענטער יידן וואס גייען אין דעם וועג פון פשרה׳לאזער יידישקייט: סיי ביי די חסידים פון רבי אהרן סיי ביי די חסידים פון רבי זלמן־לייב

אין דעם טאג וועט קינד און קייט זיך פילן דערהויבן. יינגלעך וועלן קומען אין חדר שבת׳דיג, מיט ווייסע העמדער. קליינע קינדערלעך וועלן אהיימברענגען א בילד פון א באן — א זכר פונעם נס וואס עס איז געשען ווען די באן איז באפרייט געווארן. אלע סאטמארער קהילות וועלן פייערן דעם אווענט צוזאמען מיט זייערע טויזענטער אנהענגער, און חזרן די גרונדפרינציפן פון סאטמאר. מען וועט זינגען דאס באקאנטע ליד פון דעם טאג: „חסדי ה׳ כי לא תמנו‟.

די צוויי גרויסע חסידישע רביים אין אמעריקע, רבי יואל טייטלבוים און רבי מנחם מענדל שניאורסאון, זענען ווייט פון „דעם זעלבן‟ סארט. זייערע קהילות זענען אנדערש איינע פון דער אנדערער, סיי ביי מענער סיי ביי פרויען.

ליבאוויטש זענען די וואס צעשפרייטן דעם דרך הבעל שם טוב. ביי די סאטמארער איז דאך נישט דא קיין דרך הבעל שם טוב. דער סאטמארער רבי שרייבט: עס איז פארגעסן געווארן אינגאנצען דער דרך.

דאס ווערטעל גייט: חסידות האט געלעבט בלויז איין טאג. ווייל אז י״ט כסלו [19 טאג אין כסלו] איז חסידות אויסגעלייזט געווארן, און כ״א [21] איז עס שוין אונטערגעגאנגען נו, ווי לאנג האט עס געלעבט? בלויז איין טאג!

דאך, איז דא גרויסע ענליכקייטן אין די צוויי פערזענליכקייטן.

ביידע פירער זענען געווען „ריזן‟, חכמים, גאונים וואס אלע קוואלן פון תורה איז געווען אפן פאר זיי.

ביידע זענען געווען אנדערש ווי אלע אנדערע רביס, דערמיט וואס ביידע האבן נישט געדארפט קיין געלט. דער ליבאוויטשער רבי האט נישט נהנה געווען פון קיין געלט, דער סאטמארער רבי וואס מען האט אים יא געגעבן א סך געלט, האט אלעס פארטיילט פאר ישיבות מוסדות און פריוואטע צדקות פאר יידן.

אבער דאס מערסטע וואס זיי האבן געענדעלט איז דערמיט וואס ביידע זענען די זיילן פון חסידות אין אמעריקע. ביידע זענען געווען געטרייע מנהיגים, אנגעוואנדען אלע כוחות צו דערהייבן תורה, אוועק שטעלן יידישקייט אין דער „טריפה׳נער‟ אמעריקע. א דאנק זיי זענען דא צענדליגער טויזענטער פרומע יידישע משפחות וואס רעדן א היימישן געשמאקן יידיש.

דער ליבאוויטשער רבי האט גענומען אויף זיך צו צעשפרייטן יידישקייט צווישן די ברייטע מאסן אמעריקאנער יידן. מיטן כח החסידות האט ער אריינגעשיינט אין יידן וואס זענען זייער ווייט פון תורה. ער האט אנגעצינדען אין זיי א פונק פון יידישקייט, אמונה. דערפאר וועט איר טרעפן א „בית חב״ד‟ אין אלע עקן אמעריקע. אין יעדן פארווארפן ווינקעל ווי ס׳איז קוים דא א ייד, איז דארט דא א בית חב״ד.

דער סאטמארער רבי האט גענומען אויף זיך פונקט א פארקערטע גאנג, ער האט זיך אפגעלאזט פון דער וועלט, ער האט קיינמאל נישט געוואלט משפיע זיין אויף אנדערע, נאר זיך קאנצעטרירט, אז פרומע יידן זאלן זיין אינגאנצען פרום, הונדערט פראצענט מקיים זיין די תורה און אירע מצות. אפהיטען די געזעצען פון די תורה „בקלה כבחמורה‟ די גרינגסטע און די שווערסטע.

מע קען בעסער פארשטיין דעם חילוק מיט א משל.

ווען עס ברעכט אויס א פייער, אויב קען מען עפעס ראטעווען פון דעם הויז איז זיכער גוט. אויב דער פייער שטארקט זיך און באדראעט שוין צו פארברענען אלע שכנות׳דיגע הייזער, וועט מען דאס ערשטע זיך אנשטרענגען מיט אלע כוחות צו ראטעווען די הייזער ארום, דורך גיסן וואסער אז דער פייער זאל זיך נישט אריבערכאפען צו די אנדערע הייזער. ערשט נאכדעם וואס די הייזער ארום זענען פארזיכערט, וועט מען פרובירן ראטעווען וואס עס לאזט זיך פונעם ארום.

דאס איז געווען די שיטה פון סאטמאר. די ערשטע אויפגאבע איז אכט געבן אויף זיך אליין, דאס פייער פון דער פרייער גאס זאל זיך נישט אריינכאפן אין דער פרומער געגענט. ערשט דערנאך קען מען טראכטן פון ראטעווען אנדערע.


לאָמיר לערנען די בראשית סדרות דורך ייִדישע גלײַכווערטלעך

Learning Genesis Through Yiddish Expressions

פֿון יהושע כהנא

Yehuda Blum

בראשית יארן: אז בראשית מיינט די ערשטע טעג פונעם וועלטבאשאף איז דעריבער פאסיג אזוי צו באטיטלען יעדן אנהייב פון א באוועגונג אדער איבערפלאנצונג:

„אין די בראשית יארן פונעם רבי’ן אין אמעריקע…‟ 

ס’איז געווען תוהו ובוהו: א שטארקע איבערקערעניש 

תוהו ובוהו טייטשט דער רבי אויס ווי וויסט און פוסט. איידער דער אויבערשטער האט באשאפן די וועלט איז געווען אן איבערקערעניש, האט גאט צוזאמענגענומען די וואסערן, אויפגעהאנגען די זון, און געמאכט ארדענונג אויף דער וועלט. ווערט א כאאס אין א לאנד זאגט מען:

„די מלחמות האבן געמאכט אן איבערקערעניש, ס’איז געווארן תוהו ובוהו.‟

עס זאל זיין בכי טוב: ס’זאל זיין מיט מזל און הצלחה 

ביים וועלטבאשאף ווערט דער דריטער טאג באצייכנט ווי כי טוב, גאר גוט, דאס זעט מען נישט ביי די אנדערע טעג פון באשאף. דינסטאג באקומט דערפאר דעם שם פון א מזלדיגן טאג. א פרימארגן ווערט אנגערופן בכי טוב, א מזלדיגע צייט. א הצלחהדיגער ווינטש ווערט אויך באטיטלט בכי טוב.

„דער אייבערשטער זאל העלפן ס’זאל זיין בכי טוב און מיט א סך מזל.‟

פון אדם הראשון’ס צייטן: אור אלטע פארשטויבטע זאכן 

וויבאלד אדם הראשון איז דער ערשטער מענטש, איז זיין תקופה א סימבאל פון די פריערדיגסטע פארגעסענע צייטן.

„אוי, דער שטריימל איז דאך פון אדם הראשון’ס צייטן.‟

„אַאַאַ, דאס איז געווען ווען איך בין נאך יונג געוועזן, אין אדם הראשון’ס צייטן.‟

ווי אדם הראשון פארן חטא: נאקעט

דער פסוק זאגט אז ביז דער מעשה מיטן עץ הדעת זענען אדם און חוה געגאנגען אן בגדים און זיך נישט געשעמט. איז דאס א שיינער כינוי פאר איינעם „אן בגדים‟ ווי אדם פארן חטא, אדער „אדם נאקעט‟:

„ער האט זיך אויסגעטון די בגדים ממש ווי אדם פארן חטא.‟

„די יונגע לײט ביים ים דרייען זיך אַרום אדם נאקעט.‟

לעבט מתושלח’ס יארן: א גאר אלטער מאן 

לויטן חומש האט מתושלח געלעבט די לענגסטע פון אלע מענטשן: ניין הונדערט מיט דרייסיג יאר. רופט מען א גאר אלטן מאן וועלעכע מאכט א רושם ווי אומשטערבליך, נאך מתישלח:

„דער איד לעבט מתּושלח’ס יארן.‟

א למך: א גולם א שלימזל

למך איז דער וואס האט בטעות דערהרגעט זיין זיידן, ווען ער האט געוואלט שיסן א בעל חי. זעענדיג וואס ער האט אפגעטון האט ער פארבראכן זיינע הענט פאר צער, אבער מיט דער האנט באוועגונג האט ער אומווילנדיג דערמארדעט זיין זון. דאס איז א ריכטיגער למך מיט צוויי לינקע הענט:

„יענקי, פארוואס ביסטו מיר אזא למך?‟

נח מיט זיבן גרייזן: א קורצער זאץ מיט א סך גרייזן

דאס קומט פון אן אלטן וויץ, אז אן עם הארץ שטייט אויס צו מאכן זיבן גרייזן אפילו אויף אזא באקאנט קורץ ווארט וואס פארמאגט נישט מער ווי צוויי אותיות:

„אוי געוואלד, וואס פאר א ספעלינג מיסטעיקס ער האט געמאכט, ממש נח מיט זיבן גרייזן.‟

עס מבול’ט: א שטארקער גאס רעגן

דאס נעמט זיך אודאי פונעם מבול. דעמאלס האט שוין איינמאל געמבולט:

„מאמי, ס’מבול’ט אין דרויסן!‟

אן אלטער תרח: אן אלטער, נאר א שלימזל

תרח מיט זיינע געטשקעס באקומט א נארישן שם אין דער חומש וועלט. די קינדער צעלאכן זיך ווען דער רבי מאלט אפ וויאזוי אברהם האט צו נאר געלייגט זיין אלטן טאטן נאכן צעברעכן זיינע געטשקעס, טענה’דיג ציניש אז די געטער האבן זיך אליינס דערהרגעט איינע די אנדערע:

„ער ווייסט שוין נישט וואס טוט זיך מיט זיך דער אלטער תרח.‟

א ליימענער גולם: א קלאץ, א מענטש וואס רירט זיך נישט ווען מען דארף. 

דאס נעמט זיך פונעם שפאס אויפן מלך סדום, ווען ער איז אנטרינען פון די אויבערהארן מלכים. אין שפיץ פון כדרלעומר איז ער אריינגעפאלן אין איינע פון די סדומער ליימענע גריבער און זיך נישט געקענט ארויסרירן ביז אברהם האט אים געראטעוועט:

„נו, גיב דיך א ריר, פארוואס שטייסטו מיר ווי א ליימענער גולם?‟

סדום געזעצן: פארקרימטע געזעצן 

עס איז קלאר פון חומש אז די סדום’ער זענען געווען פארדארבענע לייט. די גמרא מיט די מדרשים דערציילן מעשיות וואס עס שטעלן זיך די האר פון קאפ, וויאזוי זיי האבן געשאפן קרומע געזעצן, קעגן דעם שוואכן. למשל אז איינער איז געקומען צום שופט אנקלאגן א שלעגער וואס האט פארגאסן זיין בלוט, האט דער שופט גאר געהייסן דעם קרבן באצאלן דעם שלעגער א שכר פארן אפנעמען זיין קראנקע בלוט. רופט מען יעדן קרומען געזעץ נאך סדום:

„דא אין אמעריקע אז מע ארבעט מיט גארנישט קען מען קריגן בענעפֿיטן. ארבעט מען ווי א חמור קען מען בלייבן מיט גארנישט — ממש סדום’ער געזעצן.‟

א סדום בעטל: צופאסן מיט צוואנג צו אומפאסיגע אומשטענדן:

דער מדרש דערציילט אז די סדום’ער האבן זיך איזדעקעוועט אויף די ארעמע געסט וועלעכע זענען פארוואגלט געווארן אין סדום. מען האט זיי ציניש איינגעלאדן צום שלאפן, אבער נישט איידער מען האט אים „צוגעפאסט‟ א בעטל לויט זיין פינקטליכן מאס. איז ער געווען צו קליין האט מען אים ממש מיט פייניקונג אויסגעצויגן, איז ער צו גרויס האט מען אים אפגעהאקט די פיס… רופט מען דעריבער יעדער געצווינגענע איינפאסונג א סדום בעטל:

„צי מען פאסט זיך אריין אין ישיבה אדער שול צי נישט, מוז יעדער בחור/מיידל זיך דארטן אריינפאסן ווי אין א סדום־בעטל.‟

מאכט א מהפיכה: גערודערט, רודערן. דאס נעמט זיך הויפטזעכליך פון דער מהפיכת סדום ועמורה, דאס איבערקערעניש פון סדום:

„ער האט געמאכט א מהפיכה אין שיל.‟

שיכור ווי לוט: אן אנגעטרונקענער שיכור וואס קען נישט שטיין אויף די אייגענע פיס.

לוט ווערט אפגעמאלן אין חדר ווי א שיכור. דער חומש זאגט אז ער האט גענייגט צו וואוינען אין אן ארט מיט א סך משקה, וואס מיינט אין חומש וואסער. מאכט דער רבי שפאס פון לוט, ער האט געזוכט די ריכטיגע משקה. לוט איז נישט אזא פאזיטיווע פיגור; ער וויל גיין אין שלעכטע וועגן, נאר אברהם האלט אים צוריק. לוט פאשעט שאף אין פרעמדע פעלדער, און זיינע פאסטיכער קריגן זיך מיט אברהם’ען, ביז לוט גייט קיין סדום, דער פארדארבענער שטאט. אבער לוטס שיכרות האט אויכעט אן אמת’ן מקור אין חומש, דאס לערנט מען נישט מיט די קינדער, ווייל עס איז עראטיש און געפינט זיך ערשט ביים סוף פרשה. דער פסוק דערציילט אז לוטס טעכטער האבן אנגעשיכורט דעם טאטן כדי צו מאכן מיט אים קינדער. לוט איז טאקע געווארן שיכור אזוי ווייט אז ער האט נישט אין אכט גענומען וואס זיינע מיידן טוען מיט אים:

„ר’ מיכל איז בגילופין, ער איז שיכור ווי לוט.‟

נח איז אַגבֿ אויך געווארן גאר שיכור. אין דעם פאל האט אים אָבער קיינער נישט געצווונגען צו טרינקען, ער האט זיך אליינס מכבד געווען, און זיך נישט געפירט בצניעות זייעדיג אנגעטרינקען. אבער נח ווערט אפגעמאלן אלס א צדיק. דערפאר זאגט מען נישט „שיכור ווי נח‟. 


לאָמיר נישט איבערטרײַבן וועגן הכנסת־אורחים בײַ חסידים

Let's Not Exaggerate About Hasidic Welcoming Of Guests

פֿון יהושע כהנא

Yehuda Blum

איך האב געלייענט וואס מיין חשובער קאלעגע, ר׳ זלמן חסיד, האט געשריבן פארגאנגענע וואך, איבער די הכנסת אורחים ביי די חסידים. ר’ זלמן מאלט אפ א הערליך בילד וויאזוי חסידים מיט ווארימע אידישע הערצער עפענען א טיר פאר געסט, ווער עס פארמאגט נאר א גרויס הויז האט א פלאץ פאר אורחים. אן אורח ווערט אויפגענומען מיטן שענסטן און בעסטן. די נשים צדקניות זענען די וואס פארשטייען אממערסטנס די געסט, און ספעציעל די ווייבערישע געסט, זיי גרייטן צו כסא מיטה שולחן, ציכטיג, היימליך, מיט א שבת לאמפ, קיכעלעך, און כל מיני קרימען, און אלעס וואס מאכט א גאסט שפירן גוט. 

דער שרייבער, ר׳ זלמן, ווייזט אויף דער שטארקייט פון די חסידישע הכנסת אורחים פונעם פאקט אז אזעלעכע חסידישער געגנטער ווי אין ברוקלין אדער אפסטייט פארמאגן קוים האטעלן, טראץ די פילע געסט וואס קומען וואך איין וואך אויס. דאס צייגט אז ביי חסידים ברויך מען נישט קיין האטעלן, נאר מען קען איינשטיין אימזינסט וואו אימער ביד רחבה. אויכעט קען א פרעמדער ליטווישער בחור זיך איינלאדן אויף שבת, א חסיד קוקט נישט אויף ווער און ווען, אז מען קלאפט זיין טיר נעמט ער אריין. און די נשים צודקניות, די לויטערע תמימותדיגע אידענעס, ווי ווייט איז זייער ליבע צו הכנסת אורחים, זיי פארמעסטן זיך גאר ווער עס קען זיין א בעסערער גאסטגעבערין. 

איך אליין אלס חסיד קען מעיד זיין אויף די הערליכע הכנסת אורחים ביי חסידים, בעיקר אין אמעריקע. אן עקרת הבית וועט קיין גאסט נישט אריין נעמען אן א טעלער מיט גרין’ס קיפעלעך, א פאפולער מין ראגעלעך בײ די חסידים אין ניו־יארק, אדער עסטרייכער קיכעלעך, צוגעגרייט ביים ציכטיגן טישל אינעם גאסט שטוב. און א פלאש קאלטע מאראנצן־זאפט (אראנדזש דזשוס) אויף דער זייט. זאל דער גאסט זיין א פשוטער איד אדער אידענע, אפילו א וואנדערדיגער, אין א חסידישער גאסט שטוב שפירט ער זיך ווי א קייסער, כמים קרים על נפש עייפה. ערב שבת פארן זמן קלאפט איינע פון די ציכטיגע קינדער ביים טיר מיט א פילן טעלער טועמיה, פרישע קוגל און פערפל און אנדערע שבתדיגע געריכטן וואס מע טיילט אויס ביי חסידישע היימען פאר ליכט בענטשן. 

מען קען זאגן אז דער גאסט אויפנאמע סטאנדארט גייט אזוי ווייט, אז טאמער האט די באלעבאסטע נישט די מעגליכקייט דאס צוצושטעלן “ווי עס פאסט” וועט זי האבן שוועריקייטן מיטן אויפנעמען דעם גאסט. אזוי אבער איז דער חסידישער הכנסת אורחים הפלא ופלא.

איך וויל אבער אביסל פאררעכטן און שטעלן אויפן פלאץ טייל פון ר׳ זלמן’ס שטעלונגען כלפי חסידישע הכנסת אורחים.

קודם כל איז דער סטאנדארט פון וואס ער רעדט בעיקר אין אמעריקע, און טאקע בעיקר אין אפסטייט. מען קען אפשר אויכעט צולייגן אנטווערפן אויף אביסל אן אנדער אופן (די דירות דארטן זענען מערסטנס גרויס). אין ארץ ישראל און אפילו ענגלאנד איז דער הכנסת אורחים קולטור געווענדליך נישט מיטן זעלבן רחבות. עס איז אבער אינטרעסאנט אז ביי די מער קנאישע אדער כניאקישע קרייזן וועט מען בדרך כלל זען א גרעסערער וואכזאמקייט און ברייטקייט אין דעם ענין פון הכנסת אורחים ווי ביי די איבעריגע חסידישע קרייזן, גלייך ווי דער ענין פון צדקה, כאטש עס פעלן נישט קיין הערליכע הכנסת אורחים ביי אנדערע חסידים.

צווייטנס, הכנסת אורחים אויף שבת איז אן אלוועלטליכע אידישע זאך, נישט עקסקלוסיוו צו דער חסידישער געמיינדע. דאס זעט מען ביי ליטוואקעס נישט ווייניגער ווי ביי גערער חסידים. דאס זעלבע ביי מאדערן ארטעדאקס אדער כל מיני ספרדים למינהם. אין כמעט יעדער שיל אין די וועלט, אז עס קומט אריין א פרעמדער איד צום דאווענען פרייטאג צונאכטס, וועט דער רב אדער גבאי אים איינלאדן אדער פארזארגן א פלאץ פאר א שבת סעודה. טאמער רופט מען פריער וועט יעדער טרעפן א מקום פאר שבת סיי צו עסן סיי צו שלאפן. דאס איז ביי כמעט אלע אידן בלי יוצא מן הכלל. רוב אידן פרייען זיך אויפצונעמען א שבת גאסט. 

אפילו האבן א גאסט וואס נייטיגט זיך אין אן אכסניה פאר א וויילע איז זייער נפוץ בתפוצות, לאוו דווקא ביי חסידים, און אפילו לאוו דווקא ביי ארטאדאקסן. דאס אידיש הארץ, צי איז דאס א פרומער צי איז דאס א פרייער, איז איינגעפלאנצט מיט א געפיל פאר הכנסת אורחים, און אוודאי — ווען דער גאסט איז א איד. און ווער רעדט אז דאס איז א באקאנטער, פאר א באקאנטן וועט דאך יעדער ארענטליכער מענטש אפילו ביי אנדערע עטנא-רעליגיעזע גרופעס זיך קימערן. אן אייגענעם וועט מען באזארגן. 

אבער לאמיר צונעמען דער מהות און די באדינגונגען פון די גלארייכער חסידישער הכנסת אורחים. לאמיר מאכן סדר אין דעם ענין.

אנטשולדיגט פארן גיין אזוי דירעקט, איך גיי נישט דא אוועקנעמען די קרעדיט וואס קומט די ווארימע גאסטגעבערינס, אבער לאמיר ברענגען דעם נושא צו א ריכטיגער גלייכגעוויכט. דער קלאסישער הכנסת אורחים ביי חסידים איז נישט דער סארט הכנסת אורחים פאר היימלאזע אידן אדער קרעציגע אורחי פורחי שלעפערס פון ווייס איך וואו. אודאי זענען אלס דא גוטע אידן וואס האבן שטענדיג אן אפענער טיר פאר יעדן, דאס איז אבער נישט די סטאנדארט. א געווענדליכער היימישער הכנסת אורחים איז דער סארט שבת הכנסת אורחים, וואס ווי געזאגט איז עס נפוץ ביי אלע אידן אין דער וועלט. 

א צווייטער סארט הכנסת אורחים איז ביי משפחה שמחות אדער ביים עולה רגל זיין צום רבי’ן. מע בעט ביי די שכנים אריינצונעמען זייערע געסט — אדער די קרובים און באקאנטע לאַדן זיך אליין איין. דאס איז בעיקר אן אויסטויש, היינט קומט א משפחה צו מיר בחינם; קומענדיגער מאל גייען מיר אומזינסט צו יענעם, אזוי ארבעט עס אין דער סיסטעם. 

א דריטער הכנסת אורחים איז משפחה באזוכן. חסידים נעמען געווענדליך אויף משפחה ביד רחבה.

דער פערטער סארט הכנסת אורחים איז פאר באדערפטיקע, אידן און אידענעס וואס קומען לצרכי רפואה, ווייל זיי זענען קראנק און קומען זיך היילן ביי א געוויסן שפיטאל. דאס פאסירט דורך די ארגאניזירונג פון וואוילטעטיגע עסקנים און עסקנות. עמיצער א כלל טוער דרייט אן א שטיקל ווינט פון הכנסת אורחים פאר פאציענטן געסט, און די נשים צדקניות ווערן שנעל נתעורר, טוען א „מצוה‟, גלייך ווי זיי האבן אינזין א נאמען ביים חלה נעמען צוליב אן עסקנותטע. אויכעט איז דא אן אפענע טיר פאר בעלי און בעלת תשובות, צו א ווארימער היימישער לעכטיגער אידישער היים (כל זמן יענער קלערט נישט זיך משדך צו זיין מיט אונז…) און אמאל אויך פאר א ישיבה בחור אדער סעמינאר מיידל. 

פאר געסט פון ארץ ישראל, די משולחים, וועלעכע קומען קלייבן געלט איז נאך דערווייל נישטא די עסקנות, די סארט געסט וועלן דערווייל נישט געניסן פון אן אכסניה מיט גרין’ס קיפעלעך, זיי וועלן מוזן שלאפן אינעם הקדש פונעם גוטיטשקער פון שטעטל

לאמיר מסביר זיין די סיבה פארוואס עס זענען נישטא קיין גרויסע האטעלן אין חסידישע געגנטן. עס קומען דאך נישט דארטן סתם פרעמדע באזוכער. בארא פארק אדער וויליאמסבורג פארמאגן נישט קיין „אייפל טורעם‟ ווי פאריז אדער די „ראקי בערג‟. יעדער וואס קומט איז דא פאר א משפחה שמחה, שטאפיר איינקויפונג — איינקויפֿן שטאף, קליידונג און איינריכטונגען פאר חתן כלה, אדער עולה לרגל זיין. אייגענע קומען צו אייגענע. אן אויסטויש. אנדערש ווי אנדערע געגנטן וואו מענטשן קומען באזיכן די גרויסע שטאט. א פרעמדער ערל גייט דא נישט קומען און אז יא וועט ער נישט טרעפן אן אכסניה מיט עסטרייכער קיכעלעך.

דער גאסטגעביגקייט אפילו פאר פרומע אידן האט אבער אויך גבולים. אויף צו געניסן פון דעם וואונדערלעכן הכנסת אורחים דארף מען פארמאגן אייגענעם שטח גלייך ווי דער אמעריקאנער געזעץ לויטעט איבער מעקסיקאנער באזוכער. קומט אן א אידל און זאגט ער האט נישט קיין היים אין דער וועלט, וועלן א פאר גוטהארציגע אידן דארפן זוכן א מקום ביי א פאר גוטיטשקעס, און דאן נאך א וואך אדער חודש צוויי, טאמער האט ער נאך נישט געטראפן דעם וועג ארויס וועט מען אים מיט שיינעם מרמז זיין אז עס איז צייט צו זוכן ארבעט מיט אן אייגענער וואוינונג. אינצווישן וועט די עקרת הבית אויסדברנען צו אלע אירע טעלעפאן שמועסערקעס איבער דעם גאסט וואס איז „נאך אלץ דא‟.

א סך חסידים וועלעכע פארמאגן גרויסע טעכטער אדער יונגע בחורים און יונגלעך, וועלן מחמת עניני צניעות מקפיד זיין נישט ארייננעמען פרעמדע מענער אין שטוב צום איבערנעכטיגן. 

לאמיר אבער זיך האלטן מיטן פאזיטיוון איינדרוק אויפן חסידישן פאלק. חסידישער הכנסת אורחים איז פארט שיין. 

 


ווי זעט אויס הכנסת אורחים בײַ הײַנטיקע חסידים?

How Do Hasidim Host People In Their Homes Today?

פֿון זלמן חסיד

Yehuda Blum

אין בארא־פארק און וויליאַמסבורג זענען דא ווייניק האטעלן ווײל — ווי עס פירט זיך ביי יידן — זענען חסידים אפט מקיים די מצוה פון הכנסת אורחים, פון ארייננעמען א גאסט אין שטוב. היינטיגע צייטן ווען אלעס אין דער וועלט האט זיך געביטן, האט זיך אבער די מצוה אויך געביטן, און ביי חסידים אויך.

אמאליגע צייטן ווען יידן זענען געפארן מיט פערד און וואגן פון איין שטאט צו דער אנדערער, פון איין שטעטל צו די אנדערע, אדער ווען סתם וואנדערער זענען געפארן אן קיין שום ציל, איז מען איינגעשטאנען אין א קרעטשמע.

גלייך ווען א ייד איז אנגעקומען אין א קרעטשמע איז ער געווען א באהאלפענער! די פרוי, די עקרת הבית, די טעכטער און זין, זענען אלע געווארן איינגעשפאנט אין די מצוה פון הכנסת אורחים. מען האט אויפגענומען דעם ייד מיט צוויי רעכטע הענט, אים זאפארט געגעבן א ווארימע טיי און א געלעגער וואו צו שלאפן. האט ער געהאט געלט האט מען אים געגעבן א בכבוד׳דיגע שטוב, און אז נישט — איז ער געשלאפען בײם אויוון, ווי עס איז כאטש געווען ווארים און היימיש.

אגב: לויט דער מסורה ווערט דערמאנט אז פרויען טוען די מצוה מער ווי מענער. מיר געפינען אין תנ״ך [ספר מלכים], אז ווען אלישע הנביא איז איינגעשטאנען ביי א חשובע פרוי, האט די פרוי געזאגט פאר איר מאן: „הנה נא ידעתי כי איש אלקים קדוש הוא עובר עלינו תמיד‟, איך דערקען וואס פאר א הייליגער מאן איז ער דער נביא „אלישע‟. גיט די גמרא צו פארשטיין: ״מכאן שהאשה מכרת באורחים יותר מן האיש״, א פרוי האט א בעסערן חוש צו דערקענען וואס פאר א סארט גאסט איז ער, מער פון א מאן. זי כאפט גלייך אויף צי איז דער גאסט אן ערליכער מאן, אדער נישט.

די גמרא פארציילט אויך, אז די ווייב פון דעם גרויסן תנא ״מר עוקבא״ האט געהאט מער זכותים ווי איר מאן. פארוואס? האט זי אליין געגעבן צו פארשטיין איר מאן: „ווייל איך בין אין שטוב און איך גרייט אן און גיב גלייך עסן פארן גאסט!‟

גיט א טראכט: צענדליגער טויזענטער חסידים פון דער גאנצער וועלט פארן צו גאסט אין דער גרויסער „יידישער‟ ניו יארק אויף שמחות, פאר ביזנעס, באזוכן די משפחה, אדער סתם זיך אומקוקען. די דרייצנטע עוועניו אין בארא פארק איז די גרעסטע טוריסטן־פלאץ פאר פרומע געסט פון אויסלאנד, און ווערט אפילו גערופען ביי חסידים: ירושלים דאמעריקא. מיט דעם אלעם עקסזיסטירן דארט אבער בלויז צוויי קליינע האטעלן! און בדרל־כלל שטייען דארט איין בלויז יענע מענטשן וואס ווילן נישט איינשטיין ביי אנדערע, עס איז זיי ליבערשט צו זיין אליין.

דאס זעלבע אין וויליאמסבורג וואו עס זענען אויך דא בלויז צוויי קליינע האטעלן, און אין מאנסי, מאנרא, זענען בכלל נישטא קיין יידישע האטעלן. פארוואס איז דאס? ווייל אלע יידישע טירן זענען אויפן פאר יעדן ייד און זענען אומזיסט.

אין דער חסידישער מאנסי, קרית יואל, זענען דא שיינע גרויסע הייזער, איז נישט קיין חידוש אז מען וועט ארייננעמען א גאסט. מענטשן האבן ספעציעלע צימערן אין קעלער און אויפן ערשטן שטאק כדי אנדערע זאלן דארט קענען איינשטיין אומזיסט.

עס איז געווארן אן אינטערסאנטע מנהג אין די לעצטע יארן, אז ליטווישע בחורים פון לייקוואוד, ניו דזשערסי, קומען צו פארן אויף א שבת אין מאנסי און אין מאנרא, זען וויאזוי חסידישע רביים און חסידישע יידן פראווען א שבת, א יום טוב. קומען זיי א גאנצע גרופע פון צען אדער צוואנציג בחורים. האב איך געפרעגט איינעם פון זיי, ווי אזוי געפינט איר א יידישע משפחה וואס זאל אייך אויפנעמען אויף שבת? זאגן זיי מיר: „מיר האבן נישט קיין אדרעסן. מיר בלעטערן פשוט דורך דעם טעלעפאן בוך פון יידישן מאנסי — מאנרא. מיר קלייבן אויס עטלעכע נומערן, קלונגען אן און פרעגן, קען איך איינשטיין ביי אייך?‟ מען מאכט פאר זיי אויף די טויערן, מען גרייט זיי צו א שטוב פון אלעם גוטן, צו עסן און שלאפן באקוועם.

אין וויליאמסבורג און אין בארא פארק איז א נאטירלעכע זאך, אז פארמעגליכע מענטשן וואס בויען זיך א הויז, וועלן אויך צוגרייטן א הכנסת אורחים שטוב. עס איז ספעציעל געגרייט פאר א גאסט אויף א הויכן ניווא, מיט אלע בעקוועמליכקייט וואס א מענטש קען נאר חלום׳ן ווייל חסידישע פרויען נעמען אין באטראכט אלץ וואס א גאסט דארף האבן, מיט מאדערנע מעבל, און אלעס וואס מען דארף, ווי: עסן, טרינקען, קאווע, קוכן, צוויי ליכט לכבוד שבת, א שבת לעמפעל אין שלאפצימער, אפילו א בעכער וויין, הבדלה-געצײג, אן אייגענעם בית הכסא, אלע סארט שמירעכצן און זאלבען, זייפן און שאמפוען. עס זענען דא ערטער וואו ס׳איז ממש דא א קאנקורענץ צווישן די פרויען ווער עס קען בעסער צוגרייטן!

נו, זאָג מיר: מי כמוך ישראל — ווער איז געגליכן צום יידישן פאלק?


וואָס באַטײַט ליפּאס תּשובֿה טאָן פֿאַר די אַראָפּ־פֿון־דרכניקעס?

What Does Lipa's "Return" Mean For Those Off the Derech?

פֿון יהושע כּהנא

Wikimedia

א פריידיגער התרגשות’דיגער געפיל האט ארומגענומען א סך היימישע מוזיק ליבהאבער און מחנכים. ליפא שמעלצער, דער אמאליגער צולאזענער שטערן, איז צוריק! ליפא שמעלצער וואס איז געווען די בשורה פון חסידישע רעוואלוציע, האט איינגענומען א רואיגקייט, מער נישט די רעוואלוציאנערע מלבושים, מער נישט די צינישע רעדעס אויפן געוועב. ווי א וואויל קינד איז ער צוריקגעקומען צום היימישן מקור, גייט געקליידעט אין שווארצן, רעדט מיט שעצונג וועגן די רבנים און וועגן זיין מסורה.

דאס איז א נצחון פאר היימישקייט. אפילו אזעלעכע וועמען עס פלעגט ליפא’ט מוזיק קיינמאל נישט אינטערעסירן, זענען יעצט באגייסטערט פון זיין תשובה.

ליפא איז פון שטענדיג אן געווען א דראונג פאר דער חסידישער עדה ווייל ער האט שטארק צוגעצויגן די יוגנט. פון זיינע ערשטע טעג איז ער געווען א גייסט פאר יוגנטלעכער חוצפה, די נייעסטע צילאזענסטע מוזיק און געזאנג וואס ער האט אריינגעברענגט, צינישע גראמען און קולות, און טאקע מיט א היימישן אידיש און לשון הקודש, אלץ מיט א גייסט פון דורך־ברעכן גרענעצן.

למשל, ער זינגט אפ א שנעל טעמפישע מעלאדיע אויף די פארכטיגע ווערטער „ותשובה ותפילה וצדקה‟, וואס יעדער זאגט אין שיל אום ימים נוראים מיט א הארצרייסנדיקער געשריי. אויף אנדערע ווערטער פון תשובה אדער טהרה האט ער צוגעפאסט מעלאדיעס וועלעכע פארמאגן א שמעק פון גויאישער ראמאנטישקייט, די סארט וואס מען הערט אומווילנדיג אין א באן סטאנציע. אנדערע מנהגים און געפירעכצער וואס זענען פארהייליגט ביי היימישע אידן, אזויווי כפרות און עין הרע, האט ער אפגעמאלן ווי סתם פֿירעכצן אן א באטייט, גלייך ווי די אמאליגע משכילים פלעגן טון.

עס האט אויסגעזען ווי ליפא האט נישט קיין גבולים, ער האט זיך געשאפן ריזיגע קרייזן אנהענגער פון יונגע לייכטזיניגע בחורים און אויכעט מיידלעך. מיט די יארן האט ער זיך אפגעשיידט פון זיין היים קהילה ניו סקווירא און געווארן א פרייער פויגל. זיינע פארשטעלונגען האבן שטענדיג געטראגן א רעוואלוציאנעלער כאראקטער פול מיט לייכטזיניגקייט און שפאט. א בילד פון זיין פנים איז געווארן דער סימבאל פון חסידישער „ניו איידזש‟.

מיט די יארן אבער, האט זיך אונטער ליפא’ס לעבנס לוסטיקער ענערגיע אנגעזען סימנים פון ביטערניש און צעפארנקייט. זיין געזאנג, קליידונג און געפירעכץ איז געווארן ארויס פון פראפארציע, עס האט זיך אזוי דערקייקלט אז מען האט שוין באלד מער רחמנות געהאט איף אים ווי זיך געשראקן פון אים. א דרואונג איז ער אבער געבליבן, געפרעדיגט אויפן געוועב מאדערנקייט, און פרץ גדר זיין אין אלטע אידישע מנהגים. ער האט זיך אליין א נאמען געגעבן „א חסיד מיט א טוויסט‟, עס האט אט אט אויסגעזען ווי ער ווערט פון די שלוחי א.ט.ד. (אראפ פון דרך געמיינדע).

נאר פלוצלינג, האט דער אמאליגער מחוצף זיך דערקייקלט פון דער „טונא בייגל רבי‟ (א כינוי פאר געוויסע ניו־יארקער חסידישע יוגנט וואס נאר זיי ליגן און עסן) און זיך אריינגעגליטשט אין „אונזערע הענט‟ אן קיין שאס. מיט א ווייכקייט בויגט ער זיך צו די אנגעזארגטע מחנכים און רבנים. „ו’החזרינו ב’תשובה ש’לימה ל’פניך איז ר”ת לבוש!‟ שרייט ער אויס מיט זיין נייער תשובהדיגער אויסזען.

עס איז א געפיל פון ערהוילונג, כבוד פאר אונזער באזעצנקייט. איז דען דא א גרעסערע דידן נצח, א גרעסערער זיג אנטקעגן דעם צולאזענעם יוגנט? די טונא־בייגל, די ליידאקעס זענען אצינד לעקיש מיט די צינג אינדרויסן. וואס? ליפא איז פרום?? די גאנצע טונא בייגל האוקעס פאוקעס איז צובלאזן.

נאך דא אזעלעכע וואס שרייען אז מען זאל דעם ליפאן נישט אננעמען, ער האט פארלוירן צוטרוי, אבער זיין צוציונג כוח, זיין טאלאנט, צוזאמען מיט זיין תשובה אויסזען, מאכט נאך אלעם א רושם.

לעומת זאת איז עס א שטיקל פאטש אין פנים פאר די OTD (אראפ פון דרך) געמיינדע. הייסט עס, עס איז היינט פשוט נישט מעגליך זיך צו האלטן OTD? און אז יא, מוז מען צוריקקומען? אט האבן מיר שוין געמיינט אז מיר באקומען דעם קוראזשפולן זינגער צו אונז, צו זיין פאר אונז א מוסטער, און יעצט… פארמאגט טאקע דער שווארצער לבוש אזא צויבער?

דער אמת איז, אז יא, דער שווארצער לבוש מיט זיין קולטור פארמאגט א צויבער, א צוציאונגס קראפט. דערין ליגט סטאבילקייט, סטאטוס, און א תמימות, א פאפולערער פיגור אין שווארצן געניסט פון א סך כבוד און חשיבות.

אן אפגעפארענער פון דער אנדערער זייט איז א שווער געשעפט, עס איז ארויס פון משפחה, פון אלטע געזעלשאפטן, ארויס פון ווירדן און געוואוינהייטן צו וואס מען איז כאטש טיילווייז באהאפטן.

ליפא’ס צוריקקער איז אבער פארט נישט קיין מוסטער פאר א געווענדליכן א.ט.ד., פארוואס?

קודם כל, איז ליפא קיינמאל נישט געווען אן א.ט.ד.. יא, ער איז געווארן צעלאזט, געווארן א שטיקל היפי, אנגעפייפט די חרדישע הייליקייטן, אפילו געפרעדיגט קעגן פרויענס אפשערן. מיט דעם אלעם, האט ליפא זיך אבער קיינמאל נישט אויסגעשלאסן פון ארטאדאקסיע. מיט די אלע משוגענע לבושים איז ער שטענדיג געגאנגען א קאפל, אפילו א שטריימל, זיך געהאלטן מיט זיין משפחה, און געוואוינט צווישן היימישע אידן. בסך הכל פאר געציילטע חדשים האט ער אראפגענומען די פאות, בפרהסיא געהאלזט פרויען ווי עס איז נוהג ביי מאדערנע אידן, ווי א קולטורעלע אויסדרוק פון ידידות. ער איז געגאנגען אין קאלעדזש, דאס איז טאקע רחוק פון חסידישקייט, אבער פארט נישט אומארטאדאקסיש.

ליפא איז צוריקגעקומען, אבער נישט קיין ניו סקווירא, נישט קיין וויליאמסבורג, אויכעט נישט אין די היימישע געגנטער אין מאנסי אדער בארא פארק. ער האט זיך באזעצט אין פאמאונא, ווייט פון אן איינגעצוימטן פלאץ. זיינע קינדער זענען שוין אטאמאטיש איינגעפלאנצט אין דער מאדערנער וועלט.

צווייטנס, ליפא איז געגאנגען צוריק צו א פלאץ וואו עס לוינט זיך אים באמת צו זיין, סיי פינאנציעל און סיי סאציאל. ליפא ציט זיין חיונה ביי די חרדים, דארטן ווערן זיינע טאלאנטן אממערסטנס אפגעשאצט.

הייסט עס, ליפאס „צורוקקומען‟ באשטייט בסך הכל דערפון וואס ער האט נאכגעלאזט פון זיין רעוואלוציענערן עקזאטישן אויסזען. ער האט געקראגן א געוויסע צוגעלאזנקייט. אבער קיין מחלל שבת איז ער פריער נישט געווען און א געוויינטליכער פאלגעוודיקער חרדי איז ער נישט געווארן.

איך וועל עס אבער נישט אוועקמאכן, עס ווייזט אויף א פראבלעם אינערהאלב די א.ט.ד’ניקעס. טראץ די צענדליגער טויזנטער אט”ד’ניקעס וואס געפינען זיך ארום דער וועלט, סיי אפענע סיי באהאלטענע, האט זיך אבער נאך נישט געפארעמט א מהלך אויף וואס עס זאל זיך לוינען צו פארלאזן דעם דרך. די אראפ־פון־דרך’ניקעס זענען צעווארפן און גלייכגילטיג, ניטא קיין איין צייטונג דערווייל וואס טוט פרעזענטירן זייער געמיינדע. נישט אין ענגליש, נישט אין יידיש, נישט אין עברית. וועבזייטלעך און קערפערשאפטן זענען דא, אבער ווי מען זאגט אין אידיש „שוואכע מעשיות‟.

דער אפיציעלער אויסרייד מצד די אט’ד’יעקער איז: „נו, אזוי איז עס אין דער פרייער וועלט.‟

דאס איז אבער לדעתי א נארישער ארגומענגט, כאילו אראפ פון דרך דארף צו זיין עפעס א שאך שפיל אדער ספארט. קען זיין אז מען זעט נעבעך איין אז ס’איז ביטער, האט מען עס פארוואנדלט אין א כאילו ספארט. איז עס דען? איז דאס די סיבה פארוואס מענטשן פאלאזן אידישקייט, די טראדיציע און משפחה?

„מען גייט ארויס ווייל מען וויל זיך אליינס אויסקלויבן אן אייגענע וועג, און נישט אויף זיך איינצושליסן אין א קיבוץ.‟ דאס איז נאך א פוילער תירוץ וואס מען הערט. מיט הונדערטער יארן צוריק זענען מענטשן וועלעכע זענען מיד געווארן פון די באגרעניצונגען פון זייער לאנד, אנטלאפן קיין האלאנד און אמעריקא צו זייער פרייהייט. אלע פליטים, פרייהייט ליבהאבער, האבן זיך אבער פאראייניגט אין קהילות און גרופעס אויף דעם פרייעם באדן.

דער ערשטער באקאנטער אטעאיסט, דער גריכישער פילאזאף „אפיקורס‟ טאקע דער נאך וועמען אלע אומגלויביקע ווערן אנגערופן אין אידיש, ער פלעגט זאגן צו זיינע אנהענגער: „דערפאר וואס עס איז נישטא קיין באַלוינונג און שטראָף נאכן טויט, זאל מען פראבירן הנאה צו האבן פון דער וועלט ווי ווייט מעגליך‟ און די גרעסטער הנאה אויף דער וועלט, האט אפיקורס געהאלטן איז, „זיך פאראייניגן אין גרופעס און געניסן פון א געמיינזאם לעבן.‟

היסטאריקער זאגן אז אפיקורס איז דער פיאנער פון אויפשטעלן פארזאמלונג־הייזער אין שטעט אין שטעטלעך. מען זאגט אז די שילן און קלויסטערס זענען שפעטערע גילגולים פון אפיקורס’עס פארזאמלונג־הייזער. (פאר אים איז געווען בלויז איין רעליגיעזער צענטער וואו מע האט געקענט עולה רגל זיין). די רעליגיעזע אינטערעסן און מאכט אינטערעסן האבן ווירקליך דעם געדאנק אויסגעניצט צום שלעכטן.

פון דעסט וועגן איז דער מוסטער א געזונטער. 

ווי זאגט דער חכם: „מיט צופיל פרייהייט וועט מען צעבלאזט ווערן!‟ 


פֿאַר וואָס לויפֿט אַ חסיד?

Why Are Hasidim Always In a Hurry?

פֿון זלמן חסיד

Yehuda Blum

ווי א חסיד גייט, איילט ער זיך. אין שול לויפט ער. ווי דער אלטער חסידישער ליד גייט: ״וואס טוט א ייד אין גלות? ער לויפט אין מקוה, ער לויפט אין שול דאווענען!״. צו דער ארבעט גייט ער אויך מיט שנעלע טריט. ווען מען רופט אים אויף א מיטונג, וועט ער אנקומען אין איילעניש, די לעצטע מינוט, מיט „די נשמה אין די הענט‟. ווען מען זעט א חסיד מערקט מען גלייך אז ער גיט נישט קיין עסקטרע בליק אין ערגעץ, ער לויפט שנעל צו זיין ציל.

דאס ווערטל גייט: „א חסיד קומט אן די לעצטע מינוט‟. די וועלט זאגט אז אין יעדן ווערטל ליגט א שטיקל אמת.

דער געדאנקענגאנג פון א חסיד איז אינגאנצען אנדערש ווי א וועלטליכער מענטש. זיין גוף און נשמה איז ממש א צווייטע סארט. עס ליגט אין זיין קאפ גאנץ אנדערע זאכן וואס עס ליגט פאר א דורכשניטליכן מענטש.

וויפיל מאל טראכט א מענטש אז ער איז אויף דער וועלט בלויז א קורצע צייט? ער מוז עפעס צוגרייטן אויפן עולם הבא. וויפיל מאל קומט אויס צו טראכטן פארן מענטש פון גן עדן, גיהנום, במשך פון א מעת לעת?

צו פארשטיין א חסיד דארף מען וויסן אז ער טראכטן דערפון הונדערטער מאל א טאג. דאס איז זיין „ציל‟. יא, ער ארבעט, מאכט געשעפטן, פארדינט געלט, לויפט ארום איינקויפן פאר זיין גרויסע געבענטשטע פאמיליע. דאס מאכט ער זייער שנעל, עס איז פאר אים ווי ער שלעפט שווערע פעק און מען וויל דערפון „פטור‟ ווערן וואס שנעלער. ער וויל שוין זיצן רואיג און הנאה האבן פונעם לעבן, וואס הייסט ביי אים רוחניות. בלויז העכערקייטן פארנעמט זיין ציל. דערפאר ביים דאווענען דריי מאל א טאג, ביי זיין תורה־שיעור, וועט ער זיך נישט איילן. ביי א גמילות חסד פאר א חבר, ביי פארברענגען מיט זיינע עלטערן און פאמיליע, וועט ער זיין רואיג. חוץ דעם וועט ער אייביג לויפן און זיך נישט אומקוקן אויף די גאנצע וועלט מיט אירע איבער זיבן ביליאן מענטשן. ער טראכט פשוט נישט פון זיי. דערפאר לויפט ער אייביג. ווי מען פלעגט זאגן אין קאצקער חסידות: עס איז נישט כדאי אויף דער וועלט צו געבן אפילו א קרעכץ דערויף. ווי עס זינגט זיך דער חב״ד׳צקער תנועה׳לע: „עס איז דאך אלץ הבל הבלים, אין עוד מלבדו‟.

זיכער איז נישט יעדער חסיד אזוי, אבער איך שטעל זיך אויפן פונדאַמענט פונעם געדאנק פונעם חסידישן לעבן.

דאס קען אבער אויך ברענגען א שלעכטע געוואוינהייט, וואס מען דארף זיך היטן דערפון. ווען א חסיד קומט צווישן נישט־אידן, קען ער א מאל אראפקוקען מיט ביטול, זיי גרינגשעצן, וויבאלד לויטן פארשטאנד פונעם חסיד געהערן זיי דאך נישט צום תכלית באשאף פון דער וועלט. אלעס איז דאך בלויז צוליב דער תורה, נו, פארוואס דארף איך בכלל זיך רעכענען מיט אנדערע באשעפענישן? קען זיך מאכן ביים חסיד אז עס פעלן אים די פשוטסטע כללים פון מענטשהייט! צום ביישפיל, ווען מען שטייט אין לאנגע רייען ערגעץ ארייצונגיין, וועט ער זיך אריינשטופן צו זיין דער ערשטער, נישט זיך רעכענען אז אנדערע שטייען דא פאר אים.

ווען מען קוקט דערויף מיט אן אמתער אויג און תורה׳דיגער פארשטאנד, וועט מען גלייך איינזען ווי נישט גערעכט דאס איז. דער גרויסע תנא רבי עקיבא לערנט אין מסכת אבות (פ״ג מי״ד) „חביב אדם שנברא בצלם אלהים‟ - דער מענטש - א ייד צי א גוי - אין דער וועלט איז געליבט, וויבאלד ער איז באשאפען געווארן מיטן געשטאלט פון גאט. „חיבה יתירה נודעת לו שנברא בצלם‟ - א ספעציעלע ליבשאפט איז דא פארן מענטש, וויבאלד ער איז באשאפען געווארן מיטן געשטאלט פון השם אליין. אין ספר „תורת כהנים‟ געפינען מיר, אז דערפאר שטייט אין חומש ויקרא, אשר יעשה אותם „האדם‟ וחי בהם - דער מענטש וואס טוט זיין פליכט, וועט לעבן. שטייט „האדם‟, נישט קיין כהן לוי ישראל, אויך נישט קיין ייד, נאר בלויז „א מענטש‟. ווייל א סעקולערער מענטש, אויב טוט ער זיין פליכט, איז ער חשוב פאר גאט פונקט ווי דער כהן גדול! די משנה לערנט: כל מה שברא הקב״ה בעולמו לא ברא אלא לכבודו - אלעס וואס גאט האט באשאפען אין זיין וועלט קומט דערפון ארויס כבוד פאר גאט. דאס נעמט אריין יעדער באשעפעניש און אוודאי אויך א גוי.

עס איז שוין לאנג דא קריטיג קעגן חסידים פון די לופטליניע קאמפאניעס, אז חסידים רעכענען זיך נישט מיט די מינימאלע כללים וואס א מען פארלאנגט ביים פליען. פאראן חסידים וואס זענען אין דעם הינזיכט שוואכער פון סתם מענטשן, די פלי מאנשאפט באקלאגט זיך אז זיי מוזן הייסן חסידים עטליכע מאל זיך אוועקזעצן אין דער צייט וואס אנדערע זיצן שוין. דאס קומט אפשר צוליב דעם וואס דער חסיד טראכט פון זיין ציל, פון רוחניות און תורה, זיין קאפ איז נישט פארנומען מיט די פארמאלע מענטשליכע כללים. אבער דאס איז נישט קיין תירוץ צוליב דעם זאל מען אים אנקוקן ווי א „בריאה‟ וואס האט נישט קיין מענטשליכקייט!

טאקע ווייל ער איז א חסיד, דארף ער מער אכט געבן זיין אויפפירונג זאל ברענגען א קידוש השם, מען זאל אנווייזן אויף אים, ווי איידל ער פירט זיך, און מיט מענטשליכקייט.


ווי חסידים שיידן זיך אָפּ פֿונעם גוייִשן אַרום

How Hasidim Keep Themselves Apart From The Gentiles

פֿון יהושע כּהנא

Yehuda Blum

ווי א חסידישער יינגל האט מען אין אונז אריינגעבאכעט אז מיר דארפן זיין וואס מער אנדערש פונעם גוי, סיי מיט קליידונג און סיי מיטן געפירעכטס. און וועלעכער קליידונג איז גויאיש? אלעס וואס חסידים זאגן אז עס איז גויאיש, למשל דדשינס הויזן/קליידל, געפאסט העמעדל (טי שערט), א גויישער קאסקעט (cap), און בגדים מיט כל מיני לאגאס. די סארט בגדים זענען וועלטליך, פראסט, זיי פארגויאישן דעם קאפ. ביי פרויען וועט עס זיין אן ענין פון צניעות. פאר די זעלבע סיבה וועלן טייל זיך אפהאלטן פון געבן אדער זיך רופן מיט גאסישע צונעמען. פאראן חסידים וואס וועלן נישט צולאזן מען זאל רופן זייער יאסאלע, משהלע, בערעלע, רבקהלע און גיטעלע מיט די גאסיש־קלינגענדיקע צונעמען — יוסי, מוישי, בערי, רבקי, גיטי. 

דאן איז פאראן די מער קלאסישע גויאישקייט, די מאדערנע בגדים: א קורץ רעקל, קראוואטל, א מאדערן שייטל, פערפומען, אדער סיי וואס עס שמעקט מאדערן. דא דארף מען שוין זיין א מבין אין היימישקייט צו פארשטיין וואס עס איז מאדערן אדער נישט, ווייל אפשר איז הויזן אויך מאדערן? אויף דעם האט מען אבער מחליט געווען אז נישט. און אפשר איז א בלוי געשטרייפט רעקל, אפילו א לאנגע, אויך מאדערן? אויף דעם איז טאקע פאראן אן אויפמערקזאמקייט, דערפאר וועלן א סך חסידים טראגן בלויז שווארצע רעקלעך, דאס איז שוין פון לאנג נמנו וגמרו אז מיט שווארצן איז מען אויף א זיכערער חסידישער באדן, סיידן עס רעדט זיך פון די נאדווארנע רבי’ס וואס ביי זיי איז א גלאנציג קאלירפול בעקיטשע א הייסער רעבישער ענין.

און וואס טוט זיך מיט די מאדערנע קעשענעס, און קנעפלעך? וועט טאקע אן עכטער חסידישער איד, א ובחוקותיהם לא תליכו’ניק, טראגן א חסידישער רעקל, וואס ווערט פארקויפט ביי „דזשי ענד דזשי‟ און אנדערע חסידישע בגדים געשעפטן, גלייך מיט די „באלעבאטישע‟ רעקלעך. אזא רעקל פארמאגט דאך שיפע קעשענעס, און קנעפלעך באדעקט מיט סחורה גלייך ווי די קנעפלעך פון א בעקיטשע. די חסידים פון כניאקישן קולטור — די וואָס האלטן זיך פארצײטיש פרום — וועלן מודה זיין אז ווען וועלט וואלט געווען וועלט וואלט א חסידישער איד נישט געגאנגען אין געקנעפלטע מלבושים, נאר מיט בענדלעך אדער העקעלעך. שריים דערפון זעט מען טאקע ביים לבוש פון די רעבישע פרינצן: די סטראקעס וואס ווערן געקנעפלט מיט זילבענע העקעלעך. 

עכט חסידישע שיך פון כניאקישן חדר, פארמאגן נישט קיין קנעפלעך, און אפילו נישט קיין בענדלעך. בענדלעך שטאמט פון די מתחדשים — די דייטשלעך (פארצייטישע נעמען אויף די מאדערנע אידן) און זענען אויכעט ספארטיוו. אן עכט חסידישער שפאנט נישט ווי אן ערל מיט פסיעות גסות, מיט פעסטע טריט, און גוטע שיך. ער גייט מיט א געבראכנקייט און קרענקליך, דאס איז שוין מער אידישליך. 

ביי די יינגלעך, ביז די בר מצווה מעג מען גיין אנגעטון לויט די באקוועמליכקייט: קאלירטע בגדים, געאייגנט לויט די וועטער. די מוטער קליידעט זיי געווענדליך, וועלן זיי ווערן געקליידעט לויטן ווייבערישן געשמאק. כניאקן וועלן אבער נישט צולאזן קורצע ערמל און הויזן, אדער ספארטיווע קאלירפולע העמעדלעך; די פאות קענען נישט זיין צו קורץ, אדער מיט דזשעל, און דאס קאפל קען נישט זיין צו קליין. א כניאקיש קאפל דארף באדעקן דאס רוב קאפ. אין סאטמאר זעט מען א גרויסן אונטערשייד צווישן די „בעסערע‟, מער אויסגעפּוצטע קינדער, און די פון כניאקישע עלטערן.

ווי איר זעט איז דא א חילוק צווישן די “מילדע חסידים” וואס לאזן אריין א ביסל מאדערנקייט אין זייער לבוש, דאס רופט זיך „באלעבאטיש‟ (נישט אויסצומישן מיטן אנדערן טייטש פון „באלעבאטיש‟ וואס מיינט פארמעגלעך) און “כניאקישע חסידים” וואס האלטן אן אויפמערקזאמען אויג אויף פראסטקייט. למשל א באלעבאטישער איד וועט צולאזן א האנט זייגער אדער מאדערנע ברילן; פאר כניאקן זענען זיי צו באלעבאטיש.

אין ווייבער שיל עקזיסטירט נישט דאס ווארט כניאקיש. דארט איז אלעס אונטערן שלייער פון צניעות. מאדערן ביי א פרוי מיינט פשוט ווייניגער צניעותדיג. 

און וואס איז דאס א גויאיש געפירעכץ? 

דאס איז גלייך צו לבוש און נעמען, אן התנהגות וואס איז פראסט-גאסיש, אדער מודערן, איז אפגעפרעגט. אבער אויכעט דא איז די ליניע נישט קלאר. מיטהאלטן די זומער וואקאציע וואכן איז כשר, אפילו ביי די כניאקישע געמיינדעס, מה שאין כן ווינטער וואקאציע איז שוין אומהיימיש און גויאיש, דא וועט זיך זען א חילוק צווישן מענער און ווייבער. ביי דער פרוי ווערט פרומקייט געמאסטן לויט צניעות, וועט גויאישקייט דארט נישט אזוי געפילטערט ווערן, זיי מעגן זיך ענדעשער אביסל פארגויאישן מיט לשונות העמים; מיט א געבורטס טאג מזל טוב; מען גייט נישט אזוי פיל אין שיל; און אז מען דארף זיך מער פארען מיטן רעאליטעט פון לעבן, פארגוישט מען זיך מער. זיי האבן טאקע צניעות באגרעניצונגען וואס מענער האבן נישט, אבער צוליב דעם וואס די מצווה פון שמירת עיניים געהער נישט צו דער פרוי האבן זיי מער פרייהייט ארום צו קוקן וואס טוט זיך ארום.

אום זומער וואקאציע וועלן רוב חסידישע מענער מסכים זיין זיך צו קליידן פראקטיש. מען דארף זיין גאר פאנאטיש צו שפאצירן איבער די שווייצער בערג מיט די שמונה בגדים. נייעס פון די וואלן איז מותר לכל הדעות, אבער נישט פון ספארט. צייטונגען זענען גע’כשר’ט געווארן דורך די רבנים אין די סאמע פרימסטער וויליאמסבורג אין די צייטן פון ר’ יואליש, כל זמן די צייטונג איז אין היימישן אידיש. אן עכטער כניאק וועט זיך אבער אפהאלטן פון אינהאלט געדרוקט אויף גרויסע זשורנאליסטישע צייטונגען. קאקא־קאלא איז א גויאישע משקה, אבער עס איז מותר לכל הדעות (מיט א הכשר) ביי יעדן שבת טיש. וואס שייך א קען (פושקע) קאקא־קאלא איז א שאלה. פאפסיקלס, אייזקרים און שאקאלאדן איז לכתחילה נאר פאר פרויען און קינדער. א מאן מיט זעלבסרעפעקט וועט זיי נישט עסן ברבים סיידן ביי א שמחה. א כניאק ווידער וועט זיי באטראכטן פאר תאוודיג און מאדערן, ער וועט זיך אפהאלטן דערפון אפילו בחדרי חדרים. 

די שולע יאר ביי די מיידלעך הייבט זיך אן לויט דעם גויאישן קאלענדער צוזאמען מיט די גויאישע שולעס פון די שקצים און שיקסעס. אינטערעסאנט איז וואס דאס מסכים זיין צו פארן אין א פליגער, אין אן עראפלאן, איז אין דער אמתן א מין אונטערגעבן זיך צו א טאטאלער גויאישער קולטור. ווען א חסיד פארט מיטן פליגער, אויסער די שמירת עניים פראבלעם, איז ער ארומגערינגלט מיט שטיקער גויאישקייט און מאדערנקייט. מע גייט אריין אינעם פליפעלד, מיט אלע פערפומען און קולות פון אויסגעפוצטע נשים, מען האלט מיט טאטאל גויאישע אנווייזונגען און סטאטוטן, מען זיצט אינעם פליגער לעבן געפוצטע גוים און גויעס, מען ווייקט זיך צווישן זיי, מען שמעקט די טריפענע מאכלים, די פליגער שוועסטער זענען אונזערע פארזארגער און טעלעוויזיע צאנגט פאר די אויגן. עס האט מיר שטענדיג גע’חודוש’ט וויאזוי מען לאזט חסידים זיך אזוי צו פאר’גוי’אישן מיטן פליגער ווען מע פליט צוליב נישט לעבנסוויכטיגע סיבות. מען האט זיך, ווייזט אויס, צוגעוואונט דערצו, און עס איז כשר לכל הדעות. 

צום שלוס: די היימישע פילטער פארמאגט טאקע לעכער און זייטיגע עפענונגען, און פון א ווינט קען אפילו דער בעסטער פילטער נישט צוריקהאלטן, אבער ווי נישט ווי, זעט מען אן אונטערשייד צווישן די ביידע זייטן פונעם פילטער. די אינעווייניגסטע זייט איז פארט מצליח צו האלטן א שטארק היימישער אטמאספערע און אייגנארטיגער אידענטיפיקאציע, אויף וואס יעדער קען מעיד זיין אז טראץ די גויאישקייט איינברעכונגען איז ער א היימישער איד, כניאקיש צי באלעבאטיש, א בריה בפני עצמו.


גראַדואַנטן פֿון חסידישע מוסדות האָבן הצלחה אין לעבן

Hasidic School Graduates Lead Successful Lives

פֿון בן ציון אדלער

Yehuda Blum

[אַן אָפּרוף אויפֿן עדיטאָריאַל, „דער חסיד וואָס דערוועגט זיך צו קריטיקירן די חינוך־סיסטעם‟

איך האב נישט געלייענט דעם בוך „ותינוק ללמוד ספר‟ פון קטלא קניא. אבער ווי לאנג צענדליגער טויזענטער חסידישע קינדער זענען אויסגעשורה׳ט יעדן איינציגן טאג פונעם שול-יאר, צו גיין אין שול; ווי לאנג טויזענטער מאמעס און טאטעס שיקן, מיטן פרייען ווילן, זייערע קינדער אין די חסידישע שולן; ווי לאנג די קהילה מעמבערס צאלן מיליאנען דאלערן פון זייער אפגעשפארטע האראוואניע פאר שכר לימוד, דארף איך נישט איבערצייגן קיינעם ווי גוט איז אונזער שולסיסטעם. די פאקטן רעדן פאר זיך אליין.

מיר האבן רשות אויפציען אונזערע קינדער פונקט ווי מיר ווילן און פארשטייען אויב שטימט עס מיט די געזעצען פון אונזער לאנד.

די חסידישע שולסיסטעם גיט ארויס שווערע צענדליגער טויזענטער קינדער א יאר. זייער א קליינע פראצענט דערפון געהערן צו די גרופע פון „אפגעפאָרענע‟ חסידים וואס טרעפן זיך אינעם וועכנטלעכן „טשאָלנט קלוב‟, א קינד קען ציילן אויף די פינגער וויפיל… נאך ווייניגער געהערן צו דער גרופע צו וואס „קטלא קניא‟ געהערט.

פון דער צווייטער זייט וואקסט יערליך א גאנצער דור חסידים, וואס אלע פון זיי רעדן א געשליפענעם ענגליש, פירן ביזנעס אויף אלע שפראכן אריינגערעכנט ענגליש, גרויסע חשבון־פירער, וואס קענען גיט מולטיפּליקאַציע, עקאָנאָמיק. זיי ווערן ב״ה מיליאנערן. אנדערע וואקסן אויס בני תורה, לערנען תורה אין די טיעפעסע סוגיות הש״ס. פון ווי נעמט זיך אזא ליגן אז חסידישע יידן קענען נישט איבערגעבן קיין קורצן גמרא־שיעור? האט איר דאס נאכגעקוקט? קענט איר דאס באשטעטיגן?

זייט ווען איז אן עוולה צו זיין „אויפגעקלערט‟ און אריינקוקן און אן „אַרטסקראָל‟ כּדי צו העלפֿן?? און זייט וויסן אז אין רוב סאטמארער שטיבער און אין „אלע‟ סאטמארער בתי מדרשים, איז עס בכלל נישט דא צו געפינען!

מוזיק??? אפשר גיט איר א בליק אין אייער אפטיילונג: „עונג שבת‟ פון דזשארדין קוציק, וועט איר אייך איבערצייגן וויפיל חסידים קענען עס יא.

וויסענשאפט? ערקלערט ביטע וואס עס מיינט. ווער עס האט נאר אויפגעמאכט א גמרא ווייסט אליין וויפיל וויסענשאפט, מאטעמאטיק, רעכענען, מעסטן, חשבון, קויפן און פארקויפן, ארכיטעקט, מסחר, היסטאריע, אלע חכמות פון דער וועלט טרעפט מען דארט.

צום ביישפיל, רוב חסידים וואס בויען הייזער, זענען די בעלי מלאכות חסידים אליין! פון אנהייב ביזן סוף. דיזיינערס, שאפן פערמיטס (דערלויבעניש), עלקטערישאנס, פלאמערס, פֿאַרבער, הארדווער, די קיך, כלים אין שטוב. אלעס מאכט מען און ווערט פארקויפט ביי חסידישע סוחרים!

מיר ווייסן נישט ווי אַזוי עס פֿונקציאָנירט די אַמעריקאַנער דעמאָקראַטיע? נאך א גלאטן ליגן! יעדעס קליין קינד וואס הערט אויס די אפשאצונגען אויף די „קול מבשר‟ ליניעס, אדער לייענט די גרויסע צייטונגען, ווייסן פינקטליך אלע חלקים פון אמעריקאנער דעמאקראטיע, און האט אויך זיין מיינונג. אז איר ווייסט נישט, מוז איך אייך פארציילן אז „קול מבשר‟ האט זייער א סך צוהערער! און חסידישע צייטונגען האבן זייער א סך ליינערס!

פארוואס פארגינט מען פאר אלע ענגלישע אויסגאבען זאלן האבן פינקטליך אפטיילונגען, אפהאנדלונגען, רעקלאמעס פון „קאַרס, אַפּאַראַטן, וואַקאַציעס און רעסטאָראַנען, ווער עס מאַכט מער געלט בײַ וועמען, שטאָטישע לשון־הרעס.‟ נאר חסידים טאר נישט רעדן דערפון!
דרך אגב: איך ווייס נישט ווי „קטלא קניא‟ דרייט זיך, מיט וועמען ער קומט צונויף, אבער איך דריי זיך אין סאטמארער בתי מדרשים, ווי עס געפינט זיך די גרעסטע צאל יונגע חסידים. איבעראל רעדט מען פון תורה, יראת שמים, גוטע מדות, פון גמילות חסדים, און טאקע פון ביזנעס אויך. קיינמאל הער איך נישט רעדן פון די אויבענדערמאנטע.

נאך א פראגע. אין דעם ארטיקל זאגט איר: אז עס געפעלט אייך דאס בוך, „ווייל איר האט פֿאָרט געוואָלט הערן אַ באַריכט פֿון אַן אינעווייניקסטן‟. איז דאס דער איינציגעסטער „אינעווייניקסטער באריכט‟ וואס איר קענט לייענען? יעדער מוסד גיט יעדע צייט ארויס „אינעוויינקיסטע באריכטן‟, פובליקאציעס וואס באריכטן זייערע שולסיסטעם. אויך קען מען עס זען וואך איין וואך אויס, אין די דריי גרויסע וואכן־צייטונגען: „די צייטונג‟, „דער איד‟, „דער בלאט״. אלע שרייבן קלאר וואס עס גייט פאר און אונזער שולסיסטעם. איר דארף עס נישט לייענען פון א באהאלטענעם מחבר וואס ניצט אַ פּסעוודאָנים און איז נישט פארלאזלעך.

מען וועט נישט טרעפן ביי די טירן פון אונזער שולסיסטעם קיין פאליציי מיט געווער, קיין שיסערייען, קיין גע׳אסר׳טע נארקאטיקס, קיין סעקסועלע פראבלעמען. עס קומט אויך נישט ארויס פון אונזער שולסיסטעם קיין פארברעכער און גנבים. טא ווי איז דעם שרעקלעכן מצבֿ פֿון די לימודי־חול ווי עקאָנאָמיק, קונסט, מוזיק, וויסנשאַפֿט וואס איר רעדט דערפון?

מיין וואונדער איז, וויאזוי גלייבט מען יעדן וואס קומט קריטיקירן אונזער סיסטעם, מען נעמט עס אן פאר „גוט געלט‟ ווען עס איז בלויזע ליגנעט, ״שקר ווי דער עבודה זרה״.

ביי יידן איז דא א כלל: חכמה בגוים תאמין (מדרש איכה) „עס איז דא קלוגשאפט צווישן די גוים‟. וועל איך זאגן וואס די קלוגע גוים האבן עדות געזאגט אויף דער יידישער שולסיסטעם. דער מדרש פארציילט: די גרעסטע קלוגע צווישן די גוים זענען געווען „בלעם הרשע‟ און „אבנימוס הגרדי‟. ווען מען האט זיי געפרעגט וואס קענען מיר טוען אונטערברענגען כלל ישראל? האבן זיי געענטפערט: גייט אריין אין זייערע בתי מדרשים [אין דער יידישער שולסיסטעם]. אויב טרעפט איר ווי די קליינע קינדער לערנען תורה, וועט איר זיי נישט קענען רירן.


די זון און די וואָלקנס — וואָס מיינען זיי טאַקע פֿאַר אונדז?

The Sun and the Clouds – What Do They Represent For Us?

פֿון יהושע כּהנא

YEHUDA BLUM

די זון ווערט שטענדיג אפגעמאלן אלס דער סימבאל פון שיינקייט און האפענונג. „דו ביסט שיין ווי די זון‟, „דער האט א ליכטיגע צורה, ווי די זון‟, אונזער משה רבינו’ס פנים ווערט דאך צוגעגליכן צו דער זון. וועגן האפענונג זאָגט מען: „די זון וועט נאכאמאל אויפשיינען פאר דיר‟.

ווירקליך, וואו עס איז די זון איז דא שיינקייט. א זוניגער טאג איז שענער ווי א פארוואלקענטער טאג. א זוניגער לאנד איז שענער ווי א פארוואלקענטער לאנד. ווי שיין איז א זון איבער א ים ברעג מיט די צום הימל אויסגעצויגענע פאלמענביימער. ווי שיין איז א הויז מיט א דאכפענסטער, אדער א ריזיגער גלעזענער וואנט אינעם קיך פון א באלבאטיש הויז וואָס פירט צום גארטן פון וואו די זון שטראלן שיינען פריידיג אויפן קאווע־שאל אדער דעליקאטעסן פונעם גביר’ס פרישטיג. 

Read more


װי פּראַװען חסידים די לעצטע טעג סוכּות?

How Do Hasidim Celebrate the Last Days of Sukkos?

פֿון זלמן חסיד

Yehuda Blum

װי גײט דאָס יידישע ווערטל: „גיי לערן מיט א גוי ברטנורה‟. ברטנורה איז א פירוש אויף משניות פון רבי עובדיה פון איטאליע (פונעם פראווינץ בערטינאָראָ) אין יאר 1440–1450, וואס יעדער ייד פלעגט לערנען, אבער פאר א גוי איז עס געווען זייער ווייט צו פארשטיין. א צווייטער ווערטל איז: ווי קומט א „יוון‟ אין די סוכה? א גוי וועט נישט פארשטיין װי א ייד פארברענגט געשמאק אכט טאג אין זיין סוכה׳לע.

דאס קען געזאגט ווערן ווען א נישט־באקאנטער באטראכט א חסיד אין די טעג פון הושענא רבה - שמחת תורה. ער איז אנגעווארמט, ארומגענומען מיט א פלאם פייער, אזש עס גייט ארויס פון אים א פארע…. אבער אנדערע װעלן נישט פארשטיין פארוואס.

לאמיר עס אביסל צעלייגן אויף קליין געלט…

הושענא רבה פארנאכט איילט זיך דער טאטע מיט זיינע קינדער אין שיל, מען קויפט די הושענות־בינטליך פאר יעדן פון דער משפחה, קליין און גרויס, יעדעס בינטל א צען דאלער. נאך מעריב לייענט מען אין א ספר תורה גאנץ סדר דברים ביז „וזאת הברכה‟. מען גייט אהיים מאכן די סעודה, און דערנאָך צוריק אין שיל אויסזאגן גאנץ תהלים. עס איז שוין לאנג נאך חצות לילה, ווען מען לייגט זיך שלאפן.

צופרי גײט מען אין שיל צו די תפלות, מען שרייט „הושע נא‟, מען בעט בײ גאט ער זאל שיקן רעגן און גוטע השפעות אויף א גאנץ יאר. אויב דאווענט מען ביי א רבין, קענען די תפילות דויערן ביז 1-2 נאכמיטאג. ווען מען קומט אהיים עסט מען די סעודה, וואס די אשת חיל האט שוין געגרייט, מען גיט א „קינדל‟ – א ספעציעלן טארט געמאכט מיט ניס און האניק, ווייל מען עסט נישט קיין ניס פון ראש השנה ביז הושענא רבה. דערנאָך כאפט מען אפשר א דרימל, מען מוז זיך שוין גרייטן צו שמיני עצרת.

נאכן ליכט־צינדן גייט דער טאטע צוריק אין שיל אריין, די קינדער אויסגעפוצט און באצירט ביי זיין זייט. אלע האבן ספר ־תורה׳ליך און שיינע פענדלעך. נאך מעריב הייבט זיך אן די שמחה פון טאנצען די זיבן הקפות. ביי גרויסע רביס טאנצט מען פיר - פינף שעה אין א ריי, א סך מאל ציט זיך עס אריין ביז 1 ביינאכט. אז מען קומט אהיים עסט מען די סעודת יום טוב. מען איז אויסגעשוויצט, טרינקט מען דאן א סך קאלטע געטראנקען. ווי זאגט מען דאן: גיט סאדע צום טיש, עס זאל שניידן אין מויל פון קעלט.

קוים איז מען איינגעשלאפען דארף מען לויפן אין בית המדרש צופרי, מען בענטשט גשם, מען בעט גאט זאל שיקן רעגן פאר די תבואה און פרוכט. נאך דער סעודה, קוים מען כאפט א דרימל, שטייט מען אויף און מע געזעגענט זיך מיט דער סוכה מיט שיינע לידער. לויפט מען שוין ווייטער אין שול אריין צו שמחת תורה ביינאכט, די הקפות איז א סך לענגער, פרייליכער און לעבעדיגער ווי די ערשטע נאכט.

ביי די הקפות קומען די פרויען אויך אין ווייבער שול, מיידעלעך אויך, אפילו די גאנץ קליינע, שטיפן זיך צו זען ווי זייערע טאטעס־זיידעס, טאנצען מיט דער תורה. די יידן זענען פארשוויצט, פארסאפעט, פארמאטערט, עס גיסט זיך שווייס ווי א ברונעם וואסער. אויב ווערט מען נתרגש, מע פֿילט זיך גערירט, גיסן זיך הייסע טרערן, ווי שטארק פרייט זיך א ייד די נאכט! ער זעט גארנישט, נאר דעם פארמעט פֿון די ספר־תורה’ס און הייליגע אותיות – נאך אלץ די זעלבע תורה פיר טויזנט יאר אין גלות, נאך דעם וואס די גרעסטע „מבינים‟ און „חכמים‟ האבן פארויסגעזאגט: יידישקייט וועט אינטערגיין, אויפגעטוישט ווערן, איז זייער נבואה נישט געלונגען! מיר האלטן נאך אלץ אן די זעלבע תורה פון אמאל, יעדעס מצוה, יעדער אות איז גאנץ, נישט אפגעקראצט אפילו א האר.

ביי די הקפות וועלן זיידעס – וואס האבן מיטגעלעבט די נאצי לאגערן און געמיינט אז עס איז שוין עק וועלט…. און אויך די גבאים פון די בתי מדרשים – פארטיילן פאר די קינדער זיסע נאשערייען. מען וועט מאכן א ראד האלטנדיק די הענטעלעך פון די קינדערלעך און זינגען: עס איז בעסער צו לערנען די הייליגע תורה מער ווי דאָס גאַנצע גאלד און זילבער! [טוב לי תורת פיך מאלפי זהב וכסף, תהלים קיט].

אין א סך בתי מדרשים, ספעציעל ביי די יעקישע קהילות, וועט מען שמחת תורה מאכן אן אויסנאם, פרויען מעגן אריינקומען אין די שילן, שטיין ביי די זייט און זיך מיטפרייען. אבער רוב חסידים זענען מקפיד אז די מחיצה זאל זיין הונדערט פראצענט פארמאכט.

דער שפיץ פון דער שמחה איז אבער שמחת תורה צופרי. דאן איז די העכסטע צייט פון יאר. מען טאנצט מיט די טליתים איבער די אויגן, אן אויפהער. מען זינגט שעה׳ן לאַנג מיט לעבעדיגע פרייליכע לידער לכבוד דער תורה, רוב מענער זענען ממש פארשיכורט פון שמחה.

ביי חסידים, ספעציעל אין חב״ד, וועט מען טאקע דאן זיך צולאזן, טרינקן וויסקי, וואדקע, ביז מען ווערט עכט בגילופין׳דיג…. אנדערע וועלן נישט לאזן טרינקען ביי די הקפות. חסידים פלעגן זאגן: מען דארף ווערן שיכור פון די הקפות, נישט פון בראנפן. נו, וועט מען טרינקן ערשט ווען מען קומט אהיים, ביי דער נאכמיטאג סעודה.

נאכן טאנצן איז יעדער עולה אויף דער תורה. קינד און קייט באקומט אן עליה. דער װאָס באַקומט אן עליה ביים פארטיגן די תורה רופט מען דעם חתן תורה, און דער עולה װאָס הייבט אן די תורה ווערט גערופען חתן בראשית. ביידע יידן סערווירן דערנאך פאר די מתפללים א קידוש מיט קוכן, הערינג, מזונות, וויין און משקה.

ביי דער יום טוב סעודה איז דער מנהג צו עסן „די גוטע קרויט‟ אדער ווי מען רופט עס – האלעבצעס. איי איז דאס געשמאק!

די פרויען װאָס גרײטן צו די אלע סעודות הײבן דאָס אפט אָן נאָך זומערצײט. די האָלעבצעס גרײט מען צו אין די נײן טעג פאר תשעה־באב. פאר װאס? מען עסט דאן נישט קיין פלײש; װאשן װעש טאר מען נישט, רוימען אין שטוב אויך נישט, האָט מען צײט צו גרייטן אויף יום־טוב און דאן שטעלט מען אלץ אין פריזער. קומט דער יום־טוב, דאַרף מען עס בלויז אנווארעמען און גרייטן צום טיש.

די דריי טעג הושענא רבה - שמיני עצרת - שמחת תורה ברענגט דער משפחה רוחניות׳דיגע שפייז פאר די נשמה, אויף א גאנץ יאר.


כעמקעס שופֿר

Chemke's Shofar

פֿון יהושע כּהנא

Yehuda Blum

געווען א ייד, כעמקע (נחמיה) האט מען אים גערופן. א סך צרות האט ער געהאט, נישט קיין מזל, נישט קיין פרנסה, א פארשטארבענע ווייב רח”ל, נישט קיין קינדער נעבעך. 

א שעמעװדיגער איז כעמקע געווען, נישט געוואלט זיין קיינעמס רחמנות, האט ער קיינעם נישט דערציילט זיין מצב און האָט תמיד געהאַט א שמייכל צווישן לײַטן. דער מצב איז אבער נישט בעסער געווארן.

פון צייט צו צייט פלעגט ער דאווענען אין ר’ קלמן שותק’ס שטיבל. ווער איז דער ר’ קלמן שותק? וואס איז דאס זיין שטיבל?

דאס איז געווען א שטיבל פון עובדים, מענטשן וואס פארשטייען ר’ קלמן’ס דרך, זענען שטיל, טוען וואס מען דארף טון, רעדן וואס מען דארף רעדן, דאווענען מיט די כוונות וואס מען דארף צו דאווענען. ר’ קלמן, דער „רבי פונעם שטיבל‟, איז געווען נאך שטילער און פארמאכטער װי אַלע אַנדערע מתפּללים. דערפאר האט מען אים גערופן שותק (שווייגעדיגער).

ר’ קלמן איז נישט געווען באקאנט אויף דער גאס, אבער די וואס האבן געהערט פון אים האבן געוואוסט אַז מען רעדט דא פון אן איש פלאות, א בעל סוד, און מער פון אלעם – א חכם מחוכם. זיין שטיבל האט זיך געפונען אין א פארשטיפט געסל. בלויז מתפללים וואס ניצן מער דעם קאפ ווי דאס מויל האבן דארטן געדאוונט, זיי זענען דווקא נישט געווען פון געגנט, געקומען צוגיין זענען זיי אפילו א שעה צייט.  

אפילו פרייטיג צו נאכטס האט זיך געשפירט ווי א רעווא דרעווין, א שטארקער ערנסטקייט און געשפאנטקייט האט געהערשט, דער שטיבל איז געווען ווי אויף אן אנדער װעלט. 

אז כעמקע איז איבער א שעה מהלך געקומען צוגיין אין דעם שטיבל האט ער זיך אוודאי אריינגעפאסט דארטן. גײט ער טאקע אהין אויך אום שמחת תורה. פאסירט איינמאל, ביים זינגען דעם מפי אל, כאפט אן נחמיה’ן עפעס א פלאם פייער, א כמו אטאקע, ער צעשרייט זיך אויף אן אומגעווײנדליכן שטייגער, האקט אויף דער בימה, אַז די אדערן אין פנים ווייזן זיך ארויס. 

נאך דער גאנצער שמחה תורה צערעמאניע ווינקט אים ר’ קלמן אריין אין זיין פריוואטן שטיבל:

„שמחת תורה איז א בחינה פון יום כיפור - מורמלט ר’ קלמן אונטער די וואנצעס - יום כיפור רייסט מען איין מיט תחנונים, שמחת תורה מיט שמחה. אז יום כיפור ענדיגט מען מיט א בלאז שופר איז נישט מער ווי רעכט אז מען זאל טון די זעלבע אום שמחת תורה, איז נעם’זשע, ר’ נחמיה, א שופר און בלאז א תקיעה שברים תרועה תקיעה.‟

נו, אז ר’ קלמן הייסט, גייט כעמקע צום עמוד, נעמט ארויס דעם לאנגן שופר פון ר’ קלמן, און בלאזט אינעם ליידיגן שטיבל.

„איי כעמקע, אזעלעכע תקיעות, אזעלעכע תקיעות. מענטשן מיינען אז א שופר איז א ימים נוראימדיגע זאך, נישט אמת, א שופר איז דאס אמת’ער קול פונעם מענטשנס הארץ, פון דער נשמה.

„כעמקע, איך ווייס אז דו קענסט נישט רעדן פון וואס עס גייט פאר. א איד דארף אבער שרייען, דער שופר וועט שרייען פאר דיר! פון היינט אן, ווען עס טוט דיר עפעס וויי נעם דעם שופר און בלאז! דער שופר איז גאטס קול, מפי אל יבורך ישראל. 

כעמקע דער שעמעוודיגער, אבער א מאמין אין ר’ קלמן, האט געפאלגט, גאנץ שנעל האט ער באקומען א צונאמען כעמקע דער בלאזער. אינמיטן די נאכט ווען עס האט אים געקוועטשט דאס הארץ האט ער גענומען דעם שופר. אינמיטן גאס, גייענדיג צום בית המידרש, אז דאס הארץ האט אים וויי געטון האט ער געגעבן א לאנגן בלאז.

„כעמקע איז אראפ מדעתו,‟ האט מען געשמועסט אין גאס. כעמקע האט קיינעם נישט דערציילט וואס ווי ווען. עס האט נישט געהאלפן קיין געבעטן פון ידידים; ווען דאס הארץ איז געווארן קאלומוטנע, האט ער געבלאזן.

כעמקע איז נישט א מעת לעת’דיגער יושב בית המדרש, ער פלעגט ארומפארן פאר געשעפטן. איז ער אנגעקומען קיין מיניאפולעס, מינעסאָטע. זיצט ער ביי א זיצונג, דאס הארץ גיט אים א קוועטש, גייט ער ארויס אינעם קארידאר און בלאזט.

שטייען צענדליגער ערלים אינעם קארידאר פאר’חודיש’ט און פארטומלט זיך צוקוקענדיג ווי דער בהלה’וועטער געשטאלט מיט פארמאכטע אויגן פייפט דעם הארן. ווי פארשטייט אן ערל אן אידישן תקיעה?!… זיי זענען טאקע געבליבן פֿאַרװוּנדערט.

דאס איז נאך גאנץ מילד געוועזן. מאכט זיך אבער אמאל כעמקע האט זיך געדארפט שטעלן פארן געריכט צוליב אן איבעריאגעניש (ספידינג). אזויווי דער שופט באשולדיגט אים, נעמט ער ארויס דעם שופר ווי ער שטייט און גייט, און פייפט אריין א תקיעה שברים תרועה.

עפעס א קוריאזע חוצפה… “וואס באדייט אזא געפירעכטץ אינעם געריכט?” פאדערט דער דערשטוינטער ריכטער בייז.

“געערטער שופט! א רבי’ן האב איך א הייליגן און א קלוגן, האט ער מיר באפוילן צו פייפן ווען דאס הארץ איז מיר באטריבט, און טאקע תיכף ומיד, איך טאר זיך נישט פארזוימען צו לאזן דאס הארץ זאמלען ווייטיג. טאמער יא, דאן וועט דער שופר אטאמאטיש בלאזן פאר מיר ווי אן אלארעם, אבער אך און וויי צו ווארטן ביז דעמאלס.

“הא הא הא, האסטו דאס אויספראבירט אז דו גלויבסט דערין?”

“איך וויל נישט איינשטעלן, הער ריכטער…

דער שופט האט זיך צעלאכט מיט די אנוועזנדע, און כעמקע האט שוין געדארפט באצאלן . נו, א גוי וועט צו א יללה פון א אידישן שופר נישט פארשטיין.

אבער דער אמת איז אז אפילו זיינע היימישע אידישע ברידער האבן די תקיעה אטאקעס נישט געקענט משיג זיין. ווי קען מען דען פארלאנגען פון א געוויינטליכן איד צו פארשטיין א שופר בלאזעריי אין א נאסן שבט טאג אזוי אינמיטן דערינען? נאר ר’ קלמן’ס א תלמיד פארשטייט אז א איד דארף טון וואס ער האט צו טון און מען פרעגט נישט קיין קשיות.

האט די גאס כעמקען טאקע אנגעקוקט ווי נישט ביים זינען, אבער אים איז מיט יעדער בלאז דאס הארץ גוט געווארן


קריטיק פֿאַרן אופֿן װי חסידים זענען מחנך זייערע קינדער

Criticism of the Way Hasidim Educate Their Children

פֿון בן ציון אדלער

Yehuda Blum

אין רעאקציע צום בריוו פון א. לייענער. ווי ער פרעגט: צי ברויך מען זאגן ליגענס פאר די וועלט אז „אלעס איז גיט‟.

אין מיין ארטיקל האב איך נישט געשריבן, צי דער חסידישער חינוך טויג; צי די קינדער׳ס עתיד ווערט באראבעוועט; צי עלטערן האָבן דאָס רעכט צו שיקן די קינדער אין װעלכן מוסד זײ װילן. איך האב זיכער נישט געזאגט אז „אלעס איז גוט‟ ביי חסידים. אייביג איז דא װאָס צו פארעכטן. ווי זאגט מען: משיח איז נאך אלץ נישט געקומען…. איך האב זיך בלויז באצויגן צו טרוקענע פאקטן, און וויאזוי איך האלט מען דארף זיך אומגיין מיט קינדער וואס גייען אראפ פונעם דרך.

אבער אויב שוין יא, וועל יא עפעס שרייבן דערוועגן.

קודם א שמועס וואס איך האב לעצטנס געהאט מיט א סעקולערן מאן. א נישט־יידישער מענטש האט ער זיך פאראינטערסירט אינעם חסידיש לעבן. שטעלט ער מיר א פראגע: פון וואס שעפט א חסידישע משפחה חיות? עס פעלט אייך אזויפיל פון וואס א דורכשניטליכער „סעקולערער‟ מענטש האט. איר לעבט פארן יידישן גלויבן, יידישע תורה, שווערע געזעצן. דאס איז אייך זייער שווער!

מיין ענטפער צו אים איז געווען אזוי:

א הנאה און תענוג האט מען, אויב מען קומט אן צו זיין ציל. דאס הייסט, אויב איינער האט א געוויסע ציל און שטרעבן, און ער דערגרייכט עס, איז די שמחה גרויס. ספעציעל אויב מען האט זיך זייער געפלאגט, ביז מען קומט אן דערצו, איז די שמחה און הנאה נאך גרעסער.

די גרעסטע שמחה און תענוג פון א חסיד איז: זיין א גוטער ייד. אפשר זעט עס אויס פאר א סעקולערן מענטש איבערגעטריבן. א סך וועלן טענה׳ן, אַז געװיסע חסידים ווילן פארלאזן די חסידישע וועלט, נאר ווערן אריינגעצווינגען דערצו. ספעציעל יונגע פרויען און יונגעלייט ווערן אריינגעצויגן נאך איידער זיי קומען צום „ריכטיגן שכל‟, האבן חתונה יונגערהייט, און קענען זיך בכלל נישט פארשטעלן צו לעבן „אין דרויסן‟.

ווער עס קען די חסידישע וועלט, ווייסט, דאס איז ווייט פון אמת! די גרעסטע מערהייט פון חסידים ווילן זייער לעבן אַזוי װי עס איז און ווילן עס נישט אויפגעבן פאר קיין שום געלט.

ווען מען איז יונג, וועט א בחור און מיידל נישט וועלן עפעס אנדערש, נאר קענען וואס מען לערנט אין סקול - חדר.

ווען ער ווערט אלט אכצן - ניינצן יאר, וויל יעדער בחור און מיידל טרעפן א שידוך.

נאך דער חתונה איז די גרעסטע שמחה און הנאה פון דעם פרישן פּאָרל: צו האבן א קינד.

דערנאך איז די גרעסטע שמחה און הנאה, צו טרעפן א פרנסה, יעדער זיין פאך וואס אים געפעלט.

א טאטע-מאמעס גרעסטע הנאה איז, צו געבן א פרומען חינוך פאר זייער יונגעל און מיידל, זיי זאלן האבן א ״הכשר״ אויף זייערע סמארטפאנ׳ס, אלע קינדער זאלן גיין אנגעטון פרום און צניעות׳דיג. די חסידישע רביים און מנהיגי קהלות פירן צענדליגער טויזענטער חסידישע משפחות, פירן איין תקנות, שטעלן אויף „פריוואטע‟ מוסדות התורה. לויט זייער אפשאצונג וואס פרום און עהרליך מיינט, טראגט יעדער רב הונדערט פראצענט אחריות אויף זיין מוסד אז דער חינוך זאל זײַן גוט! יעדער ראש המשפחה האט זיך זיין אויסוואל צו וועלכע שול ער וויל שיקן זיינע קינדער, צו וועלכע קהילה ער געהערט.

ווען מען קומט אן צו די דאזיגע צילן, איז דאס א חסידס גרעסטע הנאה. ער שפירט זיך גליקלעך און צופרידן.

ביז דא איז געווען מיין שמועס. יעצט צום פינטל.

א. לייענער שרייבט: „קיין איין חסידישער רב זאגט נישט אז אונזער מוסדות האבן יא א געהעריגן חינוך.‟ דער ענטפער אויף דעם: כמעט אלע חסידישע מוסדות החינוך אין ברוקלין שטייען אונטער א רבי א רב – א הויפט פון חסידות, אדער א תורה׳דיגע קערפערשאפט. יעדער רב אדער רבי, נעמט הונדערט פראצענט אחריות אויף זיין מוסד אז עס זאָל געבן די תּלמידים א געהעריגן חינוך. נו, פארוואס פעלט אויס צו שרייבן אזא ליגן?

מיר נעמען אן קריטיג מיט אפענע ארעמס. יעדער מאנטאג און דאנערשטאג הערן מיר מוסר דרשות פון רבנים. מיר לערנען אלע סארט מוסר - ספרים, רייד פון די נביאים וואס קרטיקירן אונז ביטערליך.

צי אונזער חינוך סיסטעם דארף „תיקונים‟?, זיכער איז דא א פלאץ צו מאכן בעסער, מער עפעקטיוו, און זיך לערנען פון די טעותים. די מנהלים, מחנכים און געטרייע עסקנים זיצן טאג טעגליך אויף מיטינגען כדי צו פארבעסערן און פארשענערן דעם חינוך פֿון אונזערע קינדער. קריטיג מוז מען הערן פון יעדען און אויב עפעס טויג נישט זענען די חסידים די ערשטע צו הערן און צו פאררעכטן. אבער צו מאכן תיקונים ווילן די טויזענטער טאטעס פון די קינדער אננעמען בלויז פון א „תורה׳דיגע אויטאריטעט‟, נישט פון עטליכע יחידים וואס ווילן איבערדרייען א גאנצע מוסד פון טויזענטער טאטעס און קינדער! ארויפצווינגען אויף זיי זאכן וואס זיי ווילן בכלל נישט.

יעדער רב און תורה׳דיגער אויטאריטעט [אריינגערעכט הרב יששכר כ״ץ, און הרב יואל אשר לאבין] האט א רעכט אויפבויען מיט בלוט און שווייס אן ערליכן מוסד לויט זיין ציל, יעדער טאטע האט א רעכט אהין צו שיקן זיינע קינדערלעך. זאלן זיי לייגן גרינגערע תקנות, און פרובירן צוציען צו זיך תלמידים און תלמידות. ווען זיי וועלן אנקומען צום ״ציל״ וועט עס אויך פאר זיי זיין די גרעסטע שמחה און הנאה.


צי ברויך מען זאָגן ליגנס פֿאַר דער וועלט אַז „אַלעס איז גוט‟?

Should We Be Lying to the World That "Everything Is Fine"?

פֿון א. לייענער

Yehuda Blum

איך שרײַב דעם בריװ װי אַ רעאקציע צום פֿאָרװערטס־אַרטיקל, „קינדער וואָס באַשליסן צו זײַן אַנדערש ווי די עלטערן‟.

דער בעל הגדה באשרייבט פיר מינים קינדער וואס זענען אנדערשט פון זייערע עלטערן. איך וויל זיך בעיקר באציען צו דעם לעצטן קינד, נעמליך דער וואס טענה’ט קעגן אונזער חסידשן חינוך פאר די דערויסנדיגער וועלט. דאס הייסט ער דערציילט ‘סודות פון גאנץ בראד’ אדער ‘וואשט אונזערע שמוציגע וועש פאר די ברייטער גאס’. הקיצור מען פויקט אויס אונזערע פנימיותדיגע פראבלעמען פאר פרייע אידן אדער גוים חלילה וחס, בעיקר באדערט אים דאס אז אונזערע מוסדות החינוך, אלגעמיין נאר פאר די אינגלעך, האט נישט קיין געהעריגער קאריקולעם צו מחנך זיין זיי פאר’ן לעבן.

דאס איז נישט אינגאנצען אמת, און אפילו אויב יא טאר מען דאס נישט טאן לויט אים. - אויף דעם ארויף וועל איך איינטיילן מיין ענטפער אויך אין פיר טיילן:

1) יעדעס קינד איז אנדערש פון זיינע עלטערן, די שאלה איז נאר צו בעסער אדער ארגער. איך װי א זיידע, טאטע, קינד און אייניקל, דאס הייסט איך לעב צווישן זעקס לעבעדיגע דורות, קען עדות זאגן אז די קינדער ברוך ה’ טוישן זיך על פי רוב נאר צום גוטן, פארקערט ווי דער שרייבער זעט צום שלעכטן. איך וועל פרובירן געבן איין דוגמא.

מיין באבע איז בכלל נישט געגאנגען צו קיין אידישען בית חינוך, נאר א האלבן טאג אין גויאשען פובליק סקול, און דער אנדער האלבן טאג געהאלפן אין שטוב. מיין אייניקל דאס מיידעלע קען בעסער הלכות שבת, הלכות צניעות און נאך טעגליכע קריטיש וויכטיגע הלכות, און די חומש, - פון מיין זון וואס קען שולחן ערוך און די ישיבה’ישע מסכתות סוגיות ווי א בריסקער רב….

2) איך װײס פֿון צוויי רבנים, פירות פון חסידישן חינוך, וואס זיי שרייען אז אונזער חינוך צום לעבן דארף א פארבעסערונג. איינער, הרב יששכר כ”ץ שליט”א, א קרית יואל סאטמאר תלמיד, האט סמיכה פונעם סאטמערען פוסק הדור אין אמעריקע, דער קארלסבורגער רב שליט”א ר’ יחזקאל ראטה פון בארא פארק מלפנים סאטמאר בארא פארק הויפט דיין און אויך א גרויסער חסידישער מקובל וואס איז אנגענומען איבער די גארער וועלט און פארהייליגט ביי יעדן פרומען איד; ווי אויך דער גרויסער משפיע און שריפטשטעלער הרב יואל אשר לאבין שליט”א, אויך א סאטמער תלמיד פון וויליאמסבורג, וואס שטאמט פון די גרעסטע רבישע משפחה, שטארק אנגענומען און פארהייליגט ביים אונגערישן סאטמערן געזעלשאפט; ‘זידיטשוב’. הרב לאבין שליט”א האט היינט אן אייגן קהילה אין לעיקוואוד און שרייבט גאר השקפה ארטיקלען איבער תורה און אידישקייט, אין אזאלכע סאטמערע פאפולערע מאגאזינען ווי ‘שטערן’ און ‘מאמענט’ און נאך.

אמת, מ’קען טרעפן חסרונות אויף יעדן רב, אז ער פארטרעט נישט גענצליך אייער גענויער פארעם פון אידישקייט, לויט אייער רבי און חסידות. אבער קיין איין חסדישער רב זאגט דאך נישט פארקערט פון זיי אז אונזערע מוסדות האבן יא א געהעריגען חינוך.

3) צי ברויך מען זאגן ליגענט פאר די וועלט איבער דעם פראבלעם, „אז אלעס איז גוט‟? - כדי נישט צו מאכן א חילול ה’? אפשר יא. אפשר נישט. דערווייל שרייען בלויז די צייטונג שרייבער, און אפאר עסקנים ווי ר’ אהרן בנציון ווידער און ר’ חיים דוד דעסער אזוי. זיי זענען דאס היפך דעת תורה. זיי זענען באצאלטע שכירי חרב וואס שרייען פאליטישע געדרייטע סטעיטמענטס וואס קוקט אויס ווי זיי פארלייקענען דאס מציאות. אז איינער וועט זיי פערזענליך פרעגן איבער דעם צו ס’איז א פראבלעם וועלן זיי אלע מודה זײַן אז אונזער חינוך דארף א תיקון. איך האב זיי געפרעגט. זיי געבן מיר אוודאי נישט קיין רשות נאכצוזאגן אלעס וואס זיי האבן מיר געזאגט. - הרב ר’ משה דוד נידערמאן שליט”א, דער הויפט עסקן און אנגענומענער שתדלן פונעם סאטמערן ציבור שוין זינט פופציג יאר, אדער הרב ר’ חיים דוד צוויבל שליט”א דער אנפירער פון אמעריקאנער אגדות ישראל. - זיי שרייען נישט פאר די וועלט, אז מיר ברויכן נישט קיין תיקון, זיי זאגן בלויז אז זיי פארעכטן דעם מצב, און אלעס וועט זיין גוט לעתיד… איך בין דן לכף זכות הרב ווידער און הרב דעסער אז זיי האבן זיכער א דעת תורה אז מען מוז זאגן ליגענט פאר די מידיע כדי צו מאכן א קידוש ה’.

4) לענין, זאגט מען נאך פון רבינו הקדוש מסאטמאר, אונזער ערשטער רבי ר’ יואל טייטלבוים זכותו יגן עלינו, לגבי זיינע פראטעסטן פאר די וועלט קעגן ציונות, „אז עס טוט וויי, שרייט מען!‟ - אויף אים האבן אלע רעליגיעזע ציונים ווי אויך די אגודה חסידות’ער אויך געשריגן אז ער מאכט א חילול ה’… - דאס אז מיינע קינדער ווערן באראבאוועט זייער לעבן, זייער עתיד, זייערע דורות, ווייל חז”ל זאגן ‘כל שאינו מלמדו אומנות מלמדו ליסטות’ דאס הייסט ‘ווער עס לערנט נישט זיין זון קיין פרנסה דער לערנט אים רויבעריי’ - דאס טוט מיר זייער וויי! איבערהויפט ווען די מוסדות פארלאנגען ביטער שווערע תקנות ווי זייערע פילטערס אויף מיינע טעלעפאנען, און נאך פרומע קאפריזן. יעדן טאג נייע גזירות ווי למשל די פרויען מאדעס אויב טוישט זיך עס וויאזוי מיין ווייב טוט זיך אן די סטייל, - שיקן מיר די מוסדות אהיים נייע סטראשעניקעס ווי מיינע קינדער ווערן זייער שטעקענעס אז מען ווארפט זיי ארויס. דאס קומט שוין נאך דעם ווי זיי מאכן הונדערטער מיליאנען רעגירונג’ס פראגראמען פון פאליטיקער וואס דארפן אונזערע בלאק-שטימעס פון טויזענטער שטימען אויף איינמאל. - בנוסף וואס איך צאל ביטער טייערע שכר לימוד.

איך וויל ענדיגען דעם אפרוף מיט אן ארגומענט וואס דער שרייבער האט נישט בארירט אבער אסאך ליטווישע און אנדערע פרומע אידן האבן טענות צו מיר, הלמאי אויב געפעלט מיר נישט וואס די פירער פון מיינע קינדער’ס מוסדות טוען מיט מיינע קינדער פארוואס שיק איך אהין מיינע קינדער? וועל איך ענטפערן: איך בין א חסיד, נאר איך בין בעל הבית אויף מיין קינד’ס מנהל און מלמד. ווייל איך צאל טייער שכר לימוד. איך האלט אז דאס איז דער בעסטער חינוך פאר מיין קינד פון אנדערע אלטערנאטיוון. איך האב א רעכט צו ארבייטן פאר מיין קינד’ס מוסד פארבעסערונג. - און נאר איך אלס פאטער האב אזא רעכט! קיין איין צייטונגס שרייבער קען דאס נישט אוועק נעמען פון מיר!


קינדער וואָס באַשליסן צו זײַן אַנדערש ווי די עלטערן

When Children Choose A Different Path From Their Parents

פֿון בן ציון אדלער

Yehuda Blum

וואס זאלן עלטערן טוען ווען זייערס א קינד פאסט נישט אריין אין דעם חסידישער ״סיסטעם״? ער וויל זיך נישט צוהאלטן צו וואס זיין קהילה פארלאנגט. וויאזוי זאלן זיך עלטערן באציען צו א מיידל וואס וויל יא א נישט־כשר׳ער סמארטפאון?

דאס איז א ברענענדיגע פראגע אין די היינטיגע חסידישע גאס. עס זענען דא יונגע בחורים און מיידלעך וואס וויבאלד זיי פאסן זיך נישט אריין אין די חסידישע קהילה, ווערן זיי דערווייטערט אינגאנצען פון זייער שטוב, און צומאל אינגאנצען פון יידישקייט. זיי גייען צום סוף אויף א וועג וואס זיי אליין ווילן נישט, נאר האבן שוין נישט קיין ברירה.

צום אלעם ערשטן איז דער כלל וואס אלע חסידישע מדריכים און אויסגעהאלטענע חינוך עקספערטען לערנען: די משפחה — ברידער, שוועסטער, טאטע און מאמע — דארפן ארויסווייזען פארשטענדעניש און גרויס ליבע צו די קינדער, אַפֿילו אויב זיי פירן זיך אויף קעגן די תורה. א קינד בלייבט א קינד, מען מוז העלפן און שטיין זייט ביי זייט מיט אן אייגן קינד, אייביג און אלעמאל.

איך וואלט איינגעטיילט די קינדער אין פיר קאטעגאריעס:

1] מענטשן וואס ווילן זיין מער פריי, נישט אזוי אין א „באקס‟, ארויסגיין קוקען א מואווי, זען די נייעס, האבן א סמארטפאון, זיין מער אויסגעמישט און נענטער צו די סעקולערע וועלט.

2] מענטשן וואס ווילן נישט היטען די געזעצען פון די תורה, האבן צופיל פראגעס אויף גאט און אויף דער תורה. זיי גלייבן נישט, זענען נישט גרייט צו היטען שבת, צו עסן כשר, נאר זיך פירן אינגאנצען ווי א סעקולער מענטש.

דער אופן ווי מע באציט זיך צו די צוויי מינים מענטשן דארף זיין אנדערש.

ביי די מענטשן פון דער ערשטער קאטאגעריע, די וואס ווילן זיין אנדערש ווי זייערע עלטערן אבער דאך היטען די געזעצען פון די תורה, דארפן די עלטערן זיך צוגעוויינען דערצו, אננעמעם דאס לעבן פון זייער קינד אזוי ווי עס איז, פונקט ווי די אנדערע קינדער פון זייער שטוב, אפילו ער איז נישט ווי די עלטערן ווילן. יעדער מענטש איז אן „עולם מלא‟, א וועלט פאר זיך, עס איז נישט מעגליך אריינצווינגען א קינד הונדערט פראצענט וויאזוי די עלטערן ווילן, ספעציעל אין די היינטיגע וועלט ווען אלעס איז אפען און קינדער האבן די מעגלעכקייט אויסצואוויילן ווי צו פירן זייער לעבן.

צו דער צווייטער קאטאגריע דארף דער צוגאנג זיין: יא, זיי זענען זיכער א טייל פון די פאמיליע. אבער די קינדער מוזען אויך פארשטיין אז אויב ווילן זיי זיין א טייל פון זייער פאמיליע, טארן זיי נישט גרינגשעצן די תורה ווען אנדערע הערן, זיי טארן נישט לאכן פון דעם חינוך וואס די עלטערן גיבן פאר די אנדערע קינדער. עס איז דא א חילוק פון נישט גיין אין דעם וועג וואס דער טאטע וויל, ביז צו זיין אן אפענער מחוצף צו די עלטערן.

אויב זיי ווילן נישט היטען שבת, טארן זיי עס נישט מאכן אין קעגנווארט פון די עלטערן. אויב זיי ווילן עסן נישט כשר, אדער ארויס גיין מיט א מיידל, טארן זיי עס נישט מאכן אויף א וועג וואס וועט וויי טון די עלטערן. חסידישע משפחות פלאגן זיך אנהאלטען א חינוך פון תורה און מצוות, זיי גיבן אוועק זייער א סך דערפאר, איז עס נישט מער ווי יושר, מען זאל עס רעספעקטירן. זאלן זיי עס מאכן אויף א וועג וואס די משפחה וועט עס נישט זען פאר די אויגן.

3] די דריטע קאטאגאריע איז א סיטואציע ווען עס איז דא א פראבלעם אינדערהיים. אמאל איז די אטאמספער נישט „געזונט‟ אין שטוב, עס פעלט שלום בית. אמאל איז די משפחה אויסטערליש ארעם. אמאל האבן די עלטערן שלעכטע מידות. אמאל איז דאס קינד באלעסטיקט געװארן דורך די עלטערען אדער דורך א צווייטן אין שטוב. דאס קינד האט דורכגעלעבט א טראומע. אמאל איז די גאנצע שטוב אראפ פון די רעלסן צוליב א נישט־געזונט קינד, אמאל איז איינע פון די עלטערן נישט געזונט. דאן דארף מען האבן פרעסיאנאלע הילף. דאס איז א „מסכת‟ פאר זיך.

4] די פערטע קאטאגאריע ווען דאס קינד איז אנגעווייטיגט אויף זיין פאמיליע, צי אויף איינעם פון די חסידישע קרייזן, גיסט ער אויס זיין כעס אויף יעדן איינעם וואס איז א חסיד. ער לויפט ארום צו די מעדיא און מאכט א „טשאלענט‟ פון אלע פריער דערמאנטע גרופעס; מאכט עס קלינגען װי יעדער איז שולדיג. ער נוצט אויס דעם אומגליק פון זיין פריוואטן לעבן, צו נעמען נקמה אויף יעדן חסיד. ער שרייט אז דער חינוך פון צענדליגער טויזענטער חסידישע קינדער טויג ניט, ווען סך הכל איז עפעס נישט געווען בסדר מיט אים פריוואט.

א בחור אדער מיידל וואס געהערט צו דער פערטער קאטאגאריע, זאגט דאך אפען אז ער זאגט זיך אפ פון דער חסידישער קהילה, ער וועט אלעס טון אין דער וועלט וואס עס זענען אין זיינע מיטלען אויפצואווייזען אז די חסידים זענען נישט נארמאל, דערפאר דארף ער אויך פארשטײן אז די חסידים זענען אים גארנישט שולדיג! ער קען נישט דערווארטען צו געניסן פון דעם לעבן פון א חסיד, פונעם לעבן פון א חסידישער קהילה מיט אלע טובות וואס עס קומט דערפון, ווען ער גיסט אויף זיי פעך און שוועבל.

זאל השם געבן אלעמען געזונט, פרנסה און א סך נחת.


װאָס װעט זײַן אויב די צען פֿאַרלוירענע שבֿטים קערן זיך אום?

What Would Happen If the Ten Lost Tribes Suddenly Appeared?

פֿון יהושע כּהנא

Yehuda Blum

מיר זענען צוגעוואוינט צו באטראכטן די עשרת השבטים, די צען פארלוירענע שבטים, װי א פארכאפנדיקע באבע־מעשה, פארהוילענע ברידער אונטערן רעגנבויגן, די שפיץ פאדעם צו דער גאולה שלימה אויף יענער עק וועלט. 

עס איז געשמאק צו ליינען מיסטעריזע מעשיות איבער זיי, עס רייצט דער נייגער צו הערן עפעס א גרוס פון זיי, אפילו א צעבראכענער, אז מען האט געטראפן שפירן פון “אונזערע ברודער” (אוי ווי נאסטאלגיש און הארציג) ערגעץ וואו. 

האב איך צו זיך אמאל געקלערט, וואס טוט מען אויב פלוצלינג קריכן זיי ארויס פון אונטער די מיסטעריעזע הרי חושך, זיי ברעכן דורך דעם סמבטיון און קומען קיין ארץ ישראל? 

לויטן חשבון, טאמער ציילט יהודה און בנימין 14 מיליאן, דארפן צען שבטים ציילן כאטש 5 מאל אזויפיל… 

פאר די וואס זענען נישט אזוי באקאנט מיט די עשרת השבטים מעשה, אט איז זי אין קורצן: 

אין די צייטן פון תנ”ך איז ארץ ישראל געווען צעטיילט אין צוויי קעניגרייכן, דרום און צפון. דער דרום’דיגע האט געהייסן מלכות יהודה. שבט בנימין האט זיך אנגעשלאסן אין זיי. דער צפון’דיגער האט געהייסן מלכות אפרים, אדער מלכות ישראל, די קעניגרייך פון די צען אנדערע שבטים.

ויהי היום, דער קעניג פון אשור האט איינגענומען דאס לאנד פון די צען שבטים און רוב פון אירע איינוואוינער זענען פארטריבן געווארן איבער ווייטע בערג. ריזיגע הויפענעס פון די שבטים זענען פארשווינדן געווארן ווי אין וואסער. די איבערגעבליבענע האבן זיך אויסגעמישט מיט די מענטשן פון יהודה.

במשך אלע יארן האבן טיילן פון אונזערע אידן זיך באזעצט אין ארץ ישראל, אמאל דעם דרום און אמאל דעם צפון. אונזערע אידן זענען די וואס האבן אויפגעשטעלט די נייע ציונישע מדינה. 

הכלל, ריקן זיך פלוצלינג אן צענדליגע מיליאנען מענטשן פון ווייס איך וואו, און זאגן: “אט זענען מיר די פארלוירענע ברידער, פון דן, זבולון, אשר, יששכר, נפתלי און אפרים. ארץ ישראל איז אייערס?! אבער אויכעט אונזערס!”

אוי ואבוי… פון א זיסער באבע־מעשה וואלט זיך אנטוויקלט א פאליטיק, אפשר אפילו א מלחמה. וואלטן מיר זיי נישט צוריק פארשיקט צום סמבטיון און ווייטער הייס מתפלל געווען “ובאו האובדים מארץ אשור והנדחים בארץ מצרים”? (א טאג וועט קומען, וועלן אפיר קומען די פארלוירענע פון דעם לאנד אשור און די פארשטיפטע אינעם לאנד מצרים).

דאס איז שוין נישט קיין העטעך פעטעך, שווארצע שבטים, פאלאשן פון עטיאפיע, איבו’ס פון ניגעריע, זיי קומען קיין ארץ ישראל און טענה’ן אז זיי זענען פון שבט דן און גד. אויב אזוי, טענהן זיי, איז ארץ ישראל פונקט אזוי זייערס. די רבנות האלט אז זיי האבן נישט גענוג באווייזן אז זיי זענען ריינע בני ישראל. צום מזל פון דער מדינה, האבן די יעניגע א קנאפן כוח צו מאכן פראוואקאציעס. די פאליטישע מאכט פון דער אידישער מדינה ליגט אין די הענט פון אונזערע סארט אידן, אז אונזערע פאליטיקער זענען מחליט אז יא איז יא, אז ניין איז ניין.

האב איך אריינגעקלערט, לאמיר שוין זאגן אז עס באווייזט זיך אז די יעניגע זענען פונקט אזוי היסטאריש כשר’ע בני ישראל ווי אונזערע אידן, צי האבן זיי א תביעה אויפן לאנד פונקט ווי אונז? 

לאמיר אריינטראכטן אויף וואס איז די תביעה געבויט. דערויף וואס גאט האט צוגעזאגט דאס לאנד פאר אלע קינדער פון יעקב?! דאס איז א שטיקל טענה, טאמער איז מען רעליגיעז. די מדינה טענה’ט אבער אז אונזער רעכט צום לאנד איז מכח היסטאריע, און דאס פארמאגן מיר גאנץ שטארק, מיר האבן א קלארע געשיכטע אינעם לאנד שוין טויזנטער יארן לאנג.

קענען די צוריקגעקומענע זיך פארגלייכן צו אונזער היסטאריע? 

איז אזוי, די שבטים ראובן און גד האבן אפילו לויטן תנ”ך קיינמאל נישט פארמאגט קיין טעריטאריע אין ארץ ישראל, זיי האבן אין ארץ ישראל נישט געוואלט אריינגיין. אזוי פיל יא, זיי האבן געהאלפן מיטן אייננעמען ארץ ישראל, קומט זיי קרעדיט דערפאר, אבער קיין איינוואוינער פון ארץ ישראל זענען זיי קיינמאל נישט געווען. 

אויך האלב פון שבט מנשה, די בני מכיר, זענען אין ארץ ישראל נישט אריין. זיי קענען אבער פאדערן דעם גולן! לויט דער תורה איז דאס דער לאנד פון האלב מנשה

אבער וואס פארא טענה קענען מענטשן וואס שטאמען פון ראובן און גד האבן? די איבו פון ניגעריע, אז זיי שטאמען פון שבט גד, זאלן זיי גיין צו די יארדענער, דאס איז דאס לאנד וואו שבט גד האט זיך באזעצט.

יעצט לאמיר גיין צו די איבעריגע שבטים. זיי האבן שוין יא פארמאגט טעריטאריע אין ארץ ישראל. קען זיך אבער זייער היסטאריע פארגלייכן צו דער פון די נישט־פארשוואונדענע — אונז אידן? 

זיי, די צוריקגעקומענע, האבן אין ארץ ישראל געוואוינט נאנט צו 700 יאר. דאס איז א גאר לאנגע צייט, אבער מיר אידן האבן אין ארץ ישראל שטענדיג פארמאגט איינוואוינער, א מאל מיט אן אייגענער ממשלה, א מאל אונטער אן אנדערער ממשלה. דורך אונז איז געבויט געווארן א צווייטער בית המקדש, א ממשלה פון חשמונאים, ישיבות און סנהדרין פון ארץ ישראל. צי עס איז געווען צום גוטן אדער צום שלעכטן איז נישט וויכטיק. מיר זענען די וואס האבן די אלע יארן געהאלטן א קשר מיט ארץ ישראל, א פארבינדונג מיט דעם אידישן אידענטיטעט.

דערפאר האבן אונזעריגע אידן א שטארקערער חזקה אויפן לאנד ווי די איבעריגע איזראעליטן.