וואס זאלן עלטערן טוען ווען זייערס א קינד פאסט נישט אריין אין דעם חסידישער ״סיסטעם״? ער וויל זיך נישט צוהאלטן צו וואס זיין קהילה פארלאנגט. וויאזוי זאלן זיך עלטערן באציען צו א מיידל וואס וויל יא א נישט־כשר׳ער סמארטפאון?
דאס איז א ברענענדיגע פראגע אין די היינטיגע חסידישע גאס. עס זענען דא יונגע בחורים און מיידלעך וואס וויבאלד זיי פאסן זיך נישט אריין אין די חסידישע קהילה, ווערן זיי דערווייטערט אינגאנצען פון זייער שטוב, און צומאל אינגאנצען פון יידישקייט. זיי גייען צום סוף אויף א וועג וואס זיי אליין ווילן נישט, נאר האבן שוין נישט קיין ברירה.
צום אלעם ערשטן איז דער כלל וואס אלע חסידישע מדריכים און אויסגעהאלטענע חינוך עקספערטען לערנען: די משפחה — ברידער, שוועסטער, טאטע און מאמע — דארפן ארויסווייזען פארשטענדעניש און גרויס ליבע צו די קינדער, אַפֿילו אויב זיי פירן זיך אויף קעגן די תורה. א קינד בלייבט א קינד, מען מוז העלפן און שטיין זייט ביי זייט מיט אן אייגן קינד, אייביג און אלעמאל.
איך וואלט איינגעטיילט די קינדער אין פיר קאטעגאריעס:
1] מענטשן וואס ווילן זיין מער פריי, נישט אזוי אין א „באקס‟, ארויסגיין קוקען א מואווי, זען די נייעס, האבן א סמארטפאון, זיין מער אויסגעמישט און נענטער צו די סעקולערע וועלט.
2] מענטשן וואס ווילן נישט היטען די געזעצען פון די תורה, האבן צופיל פראגעס אויף גאט און אויף דער תורה. זיי גלייבן נישט, זענען נישט גרייט צו היטען שבת, צו עסן כשר, נאר זיך פירן אינגאנצען ווי א סעקולער מענטש.
דער אופן ווי מע באציט זיך צו די צוויי מינים מענטשן דארף זיין אנדערש.
ביי די מענטשן פון דער ערשטער קאטאגעריע, די וואס ווילן זיין אנדערש ווי זייערע עלטערן אבער דאך היטען די געזעצען פון די תורה, דארפן די עלטערן זיך צוגעוויינען דערצו, אננעמעם דאס לעבן פון זייער קינד אזוי ווי עס איז, פונקט ווי די אנדערע קינדער פון זייער שטוב, אפילו ער איז נישט ווי די עלטערן ווילן. יעדער מענטש איז אן „עולם מלא‟, א וועלט פאר זיך, עס איז נישט מעגליך אריינצווינגען א קינד הונדערט פראצענט וויאזוי די עלטערן ווילן, ספעציעל אין די היינטיגע וועלט ווען אלעס איז אפען און קינדער האבן די מעגלעכקייט אויסצואוויילן ווי צו פירן זייער לעבן.
צו דער צווייטער קאטאגריע דארף דער צוגאנג זיין: יא, זיי זענען זיכער א טייל פון די פאמיליע. אבער די קינדער מוזען אויך פארשטיין אז אויב ווילן זיי זיין א טייל פון זייער פאמיליע, טארן זיי נישט גרינגשעצן די תורה ווען אנדערע הערן, זיי טארן נישט לאכן פון דעם חינוך וואס די עלטערן גיבן פאר די אנדערע קינדער. עס איז דא א חילוק פון נישט גיין אין דעם וועג וואס דער טאטע וויל, ביז צו זיין אן אפענער מחוצף צו די עלטערן.
אויב זיי ווילן נישט היטען שבת, טארן זיי עס נישט מאכן אין קעגנווארט פון די עלטערן. אויב זיי ווילן עסן נישט כשר, אדער ארויס גיין מיט א מיידל, טארן זיי עס נישט מאכן אויף א וועג וואס וועט וויי טון די עלטערן. חסידישע משפחות פלאגן זיך אנהאלטען א חינוך פון תורה און מצוות, זיי גיבן אוועק זייער א סך דערפאר, איז עס נישט מער ווי יושר, מען זאל עס רעספעקטירן. זאלן זיי עס מאכן אויף א וועג וואס די משפחה וועט עס נישט זען פאר די אויגן.
3] די דריטע קאטאגאריע איז א סיטואציע ווען עס איז דא א פראבלעם אינדערהיים. אמאל איז די אטאמספער נישט „געזונט‟ אין שטוב, עס פעלט שלום בית. אמאל איז די משפחה אויסטערליש ארעם. אמאל האבן די עלטערן שלעכטע מידות. אמאל איז דאס קינד באלעסטיקט געװארן דורך די עלטערען אדער דורך א צווייטן אין שטוב. דאס קינד האט דורכגעלעבט א טראומע. אמאל איז די גאנצע שטוב אראפ פון די רעלסן צוליב א נישט־געזונט קינד, אמאל איז איינע פון די עלטערן נישט געזונט. דאן דארף מען האבן פרעסיאנאלע הילף. דאס איז א „מסכת‟ פאר זיך.
4] די פערטע קאטאגאריע ווען דאס קינד איז אנגעווייטיגט אויף זיין פאמיליע, צי אויף איינעם פון די חסידישע קרייזן, גיסט ער אויס זיין כעס אויף יעדן איינעם וואס איז א חסיד. ער לויפט ארום צו די מעדיא און מאכט א „טשאלענט‟ פון אלע פריער דערמאנטע גרופעס; מאכט עס קלינגען װי יעדער איז שולדיג. ער נוצט אויס דעם אומגליק פון זיין פריוואטן לעבן, צו נעמען נקמה אויף יעדן חסיד. ער שרייט אז דער חינוך פון צענדליגער טויזענטער חסידישע קינדער טויג ניט, ווען סך הכל איז עפעס נישט געווען בסדר מיט אים פריוואט.
א בחור אדער מיידל וואס געהערט צו דער פערטער קאטאגאריע, זאגט דאך אפען אז ער זאגט זיך אפ פון דער חסידישער קהילה, ער וועט אלעס טון אין דער וועלט וואס עס זענען אין זיינע מיטלען אויפצואווייזען אז די חסידים זענען נישט נארמאל, דערפאר דארף ער אויך פארשטײן אז די חסידים זענען אים גארנישט שולדיג! ער קען נישט דערווארטען צו געניסן פון דעם לעבן פון א חסיד, פונעם לעבן פון א חסידישער קהילה מיט אלע טובות וואס עס קומט דערפון, ווען ער גיסט אויף זיי פעך און שוועבל.
זאל השם געבן אלעמען געזונט, פרנסה און א סך נחת.