שובבי”ם! א סקרוך און ציטער גייט דורך ביי אונז חסידים אין די ביינער, װען מיר האלטן שוין ווידער ביי שובבי”ם, כאטש מיר האָבן בלויז דרײ חדשים צוריק געענדיגט תשובה טון. דאַרף מען אָבער פרעגן: האבן מיר בכלל אויף וואס תשובה צו טון?
קודם, פאר די װאָס ווייסן נישט, מײנט שובבי”ם די וואכן פון די פרשיות ש’מות, ו’ארא, ב’א, בש’לח, י’תרו, מ’שפטים (אינעם סעקולערן קאלענדאר איז דאס ארום יאנואר און פעברואר) — און היי יאר, צוליב דעם וואס ס׳איז אן עיבור יאר (מיר האָבן צוויי מאנאטן אדר אנשטאָט איינעם) — קומען צו נאך 2 וואכן. אין יענע וואכן, האָבן געלערנט טײל מקובלים, איז גרינגער תשובה צו טון אויף די הארבע עבירות פון הוצאת זרע לבטלה (װען עס קומט אומזיסט ארויס דער זוימען פון א מאן), וואס ווערט אפט גערופן דער „חטא הידוע‟, דער באַקאַנטער זינד, אדער מידת יוסף.
פאַר װאָס מידת יוסף? עס ווערט געברענגט פֿון חז”ל אז ווען די ווייב פון פוטיפר האט געוואלט שלאָפן מיט יוסף הצדיק האט ער זיך קוים געקענט איינהאלטן, זענען ארויסגעקומען פון אים צוויי טראפן זוימען אומזיסט, ווערט עס גערופן אויף זיין נאמען… און אפשר צוליב דעם האבן די גאר עקסטרעם־פרומע קרייזן טאקע אנגעהויבן רעדן אויך צו די פרויען וועגן דעם אין די הייליגע שובבי”ם טעג. פֿאַר װאָס די פֿרויען? „װײַל א פרוי האט ליידער צוגעברענגט יוסף צו די הארבע עבירה,‟ קען זיין.
אבער לאמיר אריינטראכטן א מינוט, וואס איז באמת שובבי”ם? ווי אזוי האבן די טעג אויסגעזען אמאל? און ווי אזוי זעט דאס אויס היינט?
שובבי”ם אמאל, בעת די צייטן פונעם אריז”ל - ביז ת”ש:
אין די מוסר ספרים דערמאנט מען דעם חטא הידוע און אין די חסידישע ספרים ווערט עס אויך דערמאנט אבער מען זעט כמעט נישט אז מען זאל האבן געמאכט א גאנצן עסק פון די שובבי”ם טעג. יא, מען פלעגט אפשר אויפשטיין זאגן תהילים פרייטאג פארטאג’ס אדער שבת צופרי, אבער מער פון דעם, ווי למשל האַלטן דרשות וועגן דעם, אדער פייערדיגע שלש סעודות דבר תורות איז נישט געזען און געהערט געווארן. און אוודאי פאר פרויען האט מען קיינמאל נישט גערעדט דערפון.
די יאָרן װען מע האָט תּשובֿה געטאָן דערפֿאַר אין די שובבי”ם טעג זענען געווען צעטיילט אין צװײ קאטאגאריעס.
רוב רבנים און רבי’ס נאך דער צווייטער וועלט־מלחמה האבן בכלל נישט גערעדט פון דעם. אדרבה, זוכט אין זייערע ספרים, וועט איר נישט טרעפן קיין רמז פון דער זאך בכלל, און פון שובבי”ם בפרט.
דאכט זיך אז נאר אין קלויזענבורג און סאטמאר וואס, ווי באקאנט, האבן די ביידע נאכגעמאכט איינער דעם צווייטן מיט א סך זאכן (אין סאטמאר איז אפשר נאכמער געווען די התעוררות, די אויפוואכונג צו תשובה, ווי אין קלויזענבורג) האט מען געמאכט גאר גרויסע באקאנטע שובבי”ם דבר תורות באגלייט מיט ביטערע געוויינען פון תשובה און חרטה, און נאך היינט ביי זייערע נאכפאלגער’ס פראבירט מען דאס נאכצומאכן, אבער עס איז ווייט נישט די זעלבע.
עס איז דא א פאלק’ס ווערטל, אז אמאל נאכדעם וואס דער סאטמאר רבי ז”ל האט געוויינט און אויפגעוועקט דעם עולם וועגן די הארבע עבירה וואס ער האט גערופן דעם חטא הידוע, האט א תמימות’דיג בחור’ל געפרעגט א מיטל יעריגן איד: „וואס איז דער חטא הידוע וואס דער רבי רעדט אזוי שטארק קעגן דעם?‟ האט דער איד געעפענט אויף אים א גרויס מויל מיט אויגן און געפרעגט: „דו ווייסט נישט? דאס איז דאך די באוואוסטע הארבע עבירה פון ציוניזם …‟
שובבי”ם היינט, אנהייבנדיק פון די תש”ס יארן, זינט 2000, איז עס אויך צעטיילט אין 2 קאטאגאריעס.
די עבירה פון זרע לבטלה ווערט כמעט נישט דערמאנט - אפשר נאָר בײַ דער יוגנט אין די חדרים, דורך עקסטרעם פרומע מנהלים און רעדנער’ס. חוץ דעם איז דאס געטוישט געווארן אויף לערנען און חזר’ן הלכות נדה. זעט אויס אז די עיקר הײנט אין די שובבי”ם טעג איז געווידמעט דעם איבערלערנען די הלכות פון נידה. אזוי איז געווארן איינגעפירט אין אלע חרדי’שע קרייזן, (װייל אין די ספרים ווערט בכלל נישט דערמאנט וועגן לערנען הלכות נידה אין די וואכן). קומט אויס אז זרע לבטלה איז שוין לויט דעם בכלל נישט קיין עבירה היינט, ווייל קיינער רעדט שוין נישט פון דעם. פאַרקערט: ווען געװיסע רבנים רעדן טיילמאל יא צו די פרויען אז מיט זייער אזוי גערופענע „נישט געהעריגע צניעות’דיגע קליידונג‟ ברענגען זיי צי די מענער וואס קוקן אויף זיי צו הארבע עבירות - ווייסט כמעט קיינער נישט וואס זיי רעדן …
גאר א סך פון די פרומע קרייזן, בעיקר פון די אינגערע לייט, גייען בכלל נישט צו די שיעורים פון הלכות נידה וואס ווערט ארגאנאזירט אומעטום, צוליב דעם וואס זיי זענען שוין מיד צו הערן די פרישע פרומקייטן וואס וואקסט ווי שוואמען נאך א רעגן, און ווערט פון יאר צו יאר צוגעלייגט דורך די רבנים מיטן ציל צו האלטן דעם יונגן דור מער פרום און ערליך ווי די פריערדיגע דורות. באמת טוען זיי אויף פונקט דאס פארקערטע. אפֿילו פאר זיך אליין לערנען זיי נישט יענע הלכות, במילא ווייסן זיי נישט וואס מען טאר נישט; זײ װײסן נאר וואס מען מעג …