דאָס בילד, וואָס איך האָב לעצטנס געמאָלט, איז אַ טייל פֿון אַ סעריע מיטן נאָמען „געהיים‟. דער קאָנצעפּט האָט אינספּירירט עד רײַנהאַרט, וואָס האָט געמאָלט גאַנצע לײַוונטן אויף שוואַרץ. בײַם ערשטן בליק זעט אויס דאָס מאָלערײַ אין גאַנצן שוואַרץ, אָבער אַז מע קוקט אַ פּאָר מינוט אויפֿן לײַוונט, שטייענדיק פֿון פֿאָרנט, פּאַסן זיך צו די אויגן, און מע קען זען קוואַדראַטן פֿון פֿאַרשידענע שאַטירונגען פֿון שוואַרץ.
רײַנהאַרט האָט געזאָגט, אַז ווער ס׳גייט פֿאַרבײַ זײַן מאָלערײַ און קוקט זיך ניט גוט אינעם בילד זאָל ניט פֿאַרדינען דעם זכות צו זען דעם געמעלס שיינהייט. נאָר די, וואָס גיבן אָפּ די צײַט און לייגן צו קאָפּ, קאָנען זען, אַז ס׳איז אַ שיינע זאַך. אויפֿן זעלביקן שטייגער האָב איך געפֿאַרבט דעם לײַוונט אויף אַ וואַרעמען שוואַרץ. איבער דער גאַנצער מאָלערײַ שטייט דאָס וואָרט „יהוה‟ אין אַ קאַלטן בלויען־שוואַרץ. מע קען עס אפֿשר ניט זען אויפֿן ערשטן בליק, פּונקט אַזוי ווי ס׳איז אָפֿט שווער צו זען השם. אויב מיר לייגן אָבער אַרײַן די צײַט, וועלן מיר אים יאָ געפֿינען. נאָר די, וואָס קוקן זיך גוט אײַן און גיבן אָפּ די צײַט וועלן אים זען.
בײלע־נחמה בערגער סאָלאָד וווינט אין באַלטימאָר מיט אירע עלטערן, ברודער און שוועסטער. זי לערנט זיך אינעם „שלמה שעכטער שול אויפֿן נאָמען פֿון קריגער‟ אינעם 5טן קלאַס און שרײַבט לידער אויף ענגליש און ייִדיש. זי איז 11 יאָר אַלט.
קום צו
פּּערפּּל־שמערפּל־בערפּל־ערפּל־לערפּל!
מיט די פּערפּעלע בײמער און די פּערפּעלע בלומען
און די פּערפּעלע אוגערקעס און די פּערפּעלע פּאָמידאָרן.
און די מענטשן װאָס זאָגן נישט „אױ סאַראַ װעלט!“,
זײ זאָגן, „אױ סאַראַ פּערפּל־שמערפּל־בערפּל־ערפּל־לערפּל!“
און דערנאָך דאַרפֿן די מענטשן אַ טרונק װאַסער
װײַל דער נאָמען פֿון זײער פּלאַנעט איז אַזױ לאַנג
װײַל דער מענטש װאָס האָט געגעבן דעם פּלאַנעט זײַן נאָמען
האָט נישט ליב געהאַט קורצע זאַכן
האָט ער געגעבן דעם פּלאַנעט אַ לאַנגן נאָמען אַזױ װי
פּערפּל־שמערפּל־בערפּל־ערפּל־לערפּל.
טאַניאַ פּאַנאָוואַ האָט זיך געלערנט ייִדיש אין פּעטערבורג און מאָסקווע אין רוסלאַנד, אויף זומער פּראָגראַמען אין תּל־אָבֿיבֿ און אין „ייִוואָ‟ און האָט אויך אָנטייל גענומען אין דער ייִדיש־וואָך. זי אַרבעט אויף דעם „ייִדישן קאָרפּוס”, און לערנט און פֿאָרשט אויס ייִדיש.
עס עקזיסטירט שוין אַ יאָר דער ייִדישער סעמינאַר אין דער „מאָסקווער הויכער שול פֿון עקאָנאָמיע”. אַ פּאָר לערער און אַ גרופּע סטודענטן האָבן זיך צונויפֿגענומען צו פֿאַרברענגען מיט ייִדיש אַזוי, ווי מען קען. מיר זײַנען אַלע לינגוויסטן, עטלעכע פֿון אונדז האָבן זיך פֿריִער געלערנט ייִדיש, און מיר האָבן געלערנט די אַנדערע. דער הויפּט־ציל איז צו פֿאַרבעסערן און פֿאַרגרעסערן דעם “ייִדישן קאָרפּוס” (web-corpora.net/YNC) און אויך צו נוצן אים אין לינגוויסטישע שטודיעס.
עס זײַנען דאָ אַ פּאָר פּראָיעקטן, וואָס האָבן דעם ציל צו פֿאַרגרעסערן דעם קאָרפּוס. ערשטנס, לייענט מען פּשוט די דיגיטאַליזירטע טעקסטן און מע קאָריגירט די טעותן. ס׳איז אַ גוטע אַרבעט — מע זעצט זיך אַוועק און מע לייענט סתּם אינטערעסאַנטע ייִדישע ביכער!
די אַנדערע אַרבעט איז צו שאַפֿן אַ דיאַלעקטישן קאָרפּוס מיט לעקציעס און אינטערוויוען. דער קאָרפּוס וועט אויך זײַן זוכטבאַר פֿאַר פֿאַרשידינע לינגוויסטישע פּיטשעווקעס. צו שאַפֿן אַזאַ קאָרפּוס דאַרף מען צוהערן זיך און פֿאַרשרײַבן אַ סך רעקאָרדירונגען. ס׳איז אַוודאי אַ גרויסע און טשיקאַווע אַרבעט. צוזאַמען מיט אַ גרויסער הילף פֿון אונדזערע חבֿרים איז שוין טאַקע אַרויס אויף דער אינטערנעץ אַ טייל פֿון דער גרויסער קאָלעקציע; און מיר וועלן צוגעבן נאָך מער און מער טעקסטן. אויב איר האָט רעקאָרדירונגען, וואָס מען האָט שוין טראַנסקריבירט, אַדרבא, שיקט זיי אונדז! די לינגוויסטן וועלן אײַך זײַן זייער דאַנקבאַר!
אַז מע גיט צו נײַע טעקסטן צום קאָרפּוס, דאַרפֿן זיי אַלע זײַן אָנגעשריבן לויט די ייִוואָ־כּללים. דעריבער מוז מען קאָריגירן נישט לויט די כּללים, לויט וועלכע מע האָט לכתּחילה געשריבן די טעקסטן. אַ גרופּע סטודענטן מאַכן אַ פּראָגראַם, וואָס וועט עס טאָן. אַזוי וועט דער קאָרפּוס באַקומען אַ סך נײַע טעקסטן, למשל, די וואָס זײַנען געדרוקט אין ראַטן־פֿאַרבאַנד.
אויף דעם סעמינאַר רעדן מיר אויך וועגן אונדזערע טעאָרעטישע פֿאָרשונגען אין ייִדיש. די תּלמידים פֿאָרשן היסטאָרישע ענדערונגען אין ייִדישער גראַמאַטיק, למשל, ווי אַזוי עס פֿונקציאָנירן די לשון־קודש־שטאַמיקע ווערבן (מורא האָבן, ממשיך זײַן אא׳׳וו). מען קען, אפֿשר, דערקענען, ווען און ווי אַזוי אַזעלכע ווערטער זײַנען געקומען אין ייִדיש און וועלכע פֿון זיי עקזיסטירן אָן אַ ווערב.
אַ טייל סטודענטן פּרוּוון צו געפֿינען אַן אָרט פֿאַר ייִדיש אויף דער וועלט־מאַפּע פֿון ווערטלעכער טיפּאָלאָגיע. עס מיינט, אַז פֿאַרשיידענע שפּראַכן האָבן פֿאַרשיידענע באַגריפֿן, וואָס שפּיגלען זיך אָפּ אינעם שפּראַכס וואָקאַבולאַר. אַזוי האָבן די סטודענטן געפֿאָרשט, ווי אַזוי עס “רעדן” די חיות אויף ייִדיש. זיי מיאַוטשען, בילן, הירזשען און וואָס נאָך נישט! מע האָט געזוכט אַזעלכע ווערטער אין ווערטערביכער, אין ליטעראַטור און אַוודאי געפֿרעגט בײַ ייִדיש־רעדערס. ס׳איז טשיקאַווע, אַז ס׳איז אַ מאָל מעגלעך צו באַניצן אַזאַ ווערב, רעדנדיק וועגן אַ פּאַרשוין.
און עס זײַנען פֿאַראַן נאָך פֿראַגעס, אויף וועלכע די ייִדישע גראַמאַטיקעס ענטפֿערן נישט. למשל, פֿאַרוואָס שטעלן זיך צוזאַמען די ווערטער אַזוי, און נישט אַנדערש אין אַזעלכע ווערטער־קאָמבינאַציִעס ווי “ביכער־צענטער” אָדער “געבורטסטאָג”? וואָס איז דער אונטערשייד צווישן “דאָך”, “דען” און “זשע” און ווי אַזוי באַנוצט מען זיי? אַז מע זאָגט אַ רעפֿלעקסיוון ווערב, צי מיינט מען “זיך אַליין” אָדער “יעדער איינער”? ווי אַזוי זײַנען די רוסישע ווערבן אַדאָפּטירט געוואָרן אין ייִדיש? ווען זאָגט מען “אַרום” און ווען “אַרומעט”? און אַזוינע פֿראַגעס גאָר אָן אַ שיעור!
אַזעלכע פּראָבלעמען פֿאָרשן אויס די סטודענטן, באַנוצנדיק די ייִדישע גראַמאַטיקעס, לינגוויסטישע אַרטיקלען אויף פֿאַרשיידענע שפּראַכן, און אויך די אוצרות פֿון דער אינטערנעץ. אַחוץ אונדזער ייִדישן קאָרפּוס, באַנוצן זיי “אודות”, דעם קאָרפּוס פֿון אַלט־ייִדישע טעקסטן, רפֿאל פֿינקלס דיגיטאַלע טעקסטן און אַנדערע קאָלעקציעס.
כּדי צו באַשטעטיקן די רעזולטאַטן און צו געפֿינען נײַע ענינים, פֿאָרן מיר קומענדיקן זומער אין בעסאַראַביע (מאָלדאָווע) צו רעדן מיט די ייִדיש־רעדנדיקע מענטשן דאָרטן. אַלע סטודענטן האָבן שוין אַ דערפֿאַרונג אין אַזאַ מין אַרבעט מיט אַנדערע שפּראַכן. מיר וועלן שאַפֿן פֿרעגבויגנס, רעדן מיט די מענטשן און רעקאָרדירן זיי.
און אַזוי איז עס, אַז אַ שיינע גרופּע יונגע ייִדישיסטן איז געבוירן געוואָרן אין מאָסקווע. אַחוץ דעם סעמינאַר און לינגוויסטישע קאָנפֿערענצן און אַנדערע אַקאַדעמישע געשעענישן, באַזוכן מיר אויך אַמאַטאָרישע היימישע פֿאַרבעטונגען. דאָרטן האָבן מיר זיך באַפֿרײַנדט מיט אַנדערע ייִדיש־ליבהאָבערס פֿון מאָסקווע.
אַ מאָל קומט מען זיך צונויף, כּדי צו זינגען אויף ייִדיש, אַ מאָל צו לייענען, אַ מאָל צו שמועסן און צו שפּילן אין קאָרטן און אַ מאָל סתּם צו פֿאַרברענגען. און דאָס איז דאָך דווקא היימיש! מען קומט צו עמעצן אין דער היים, געניסט מען סײַ פֿון טיי מיט לעקעכער און סײַ פֿון דער ייִדישער שפּראַך. אויב איר וועט זײַן צופֿעליק אין מאָסקווע, קומט צו גאַסט! ס׳איז דאָך תּמיד דאָ אַ ייִדיש ווינקל אין מאָסקווע.
פֿרידאַ וויזעל איז אויפֿגעוואַקסן אינעם סאַטמאַרן שטעטל „קרית־יואל‟, אין אַ משפּחה פֿון 15 קינדער. זי האָט זיך געלערנט אין די סאַטמאַרער מיידל־שולן און ווי עס פֿירט זיך אין סאַטמאַר, האָט זי חתונה געהאַט צו 18 יאָר. ווען זי איז געווען 21 יאָר אַלט, האָט זי אָנגעהויבן אַ בלאָג, וואָס האָט פֿאַר איר אַנטפּלעקט אַ גרעסערע וועלט, און אַ נסיעה, וואָס האָט זי, סוף־כּל־סוף, דערפֿירט צו דעם, וואָס זי איז אַוועק פֿון דער קהילה. הײַנט וווינט פֿרידאַ מיט איר זון אין „ראָקלאַנד‟־קאַונטי, ניו־יאָרק. זי האָט געגרינדעט אַ טור־פֿירמע „באַזוכט חסידים‟, וווּ זי פֿירט אָן מיט טורן פֿון וויליאַמסבורג.
קינסטלערישע דערקלערונג:
איך האָב ליב קאַרטונען. איך צייכן זיי, ווײַל זיי זענען אַן אופֿן ווי אַזוי איך קען זיך טיילן מיט מײַנע סאָציאַלע קאָמענטאַרן און אויסדריקן אָבזערוואַציעס וועגן דער געזעלשאַפֿט פֿון וואַנען איך בין געקומען, און וועגן דעם פּראָצעס פֿון פֿאַרלירן די חסידישע וועלט, אָן דעם וואָס איך זאָל זיך באַציִען קריטיש אָדער ביטער צו איר. איך האַלט, אַז דער הומאָר איז אַ וווּנדערלעכער מיטל צו באַרירן סענסיטיווע טעמעס, ווײַל מענטשן קומען זיך צוזאַמען דורכן לאַכן; און ווען מיר נעמען ניט אָן אַזוי ערנסט פֿאַרשיידענע פּראָבלעמען, קענען מיר קוקן אויף זיי פֿון אַ ווײַטערער פּערספּעקטיוו. איך צייכן אויך, אָבער, פֿאַר זיך אַליין, ווײַל די קאַרטונען העלפֿן מיר צו לאַכן, ווען עס ווערט מיר שווער; דורך זיי געפֿין איך נײַע קוקווינקלען פֿאַר שווערע טעמעס.