אַהרן־וואָלף אייקין מאָס וועט באַלד ווערן 9 יאָר אַלט. ער וווינט אין באַלטימאָר, מערילאַנד. ער האָט ליב ספּאָרט, פֿאַנטאַסטישע מעשׂיות, און די ייִדיש־וואָך. זײַן באַליבסט ייִדיש ליד איז קאַדיע מאָלאָדאָווסקיס „וווּנדער איבער וווּנדער‟.
דער מחבר, אַן אַכט־יאָריק קינד, וואָס וואַקסט אין דער ייִדישיסטישער קהילה „פּריפּעטשיק‟ אין באַלטימאָר, האָט אָנגעשריבן דאָס ליד ווי אַן ענטפֿער אויף מאָריס ראָזענפֿעלדס ליד „דער אָדלער‟, וואָס ער האָט געלייענט צוזאַמען מיט זײַן פֿאָטער, דעם פּראָפֿעסאָר ד׳׳ר בנימין מאָס. דער ערשטער „אָדלער‟ איז אַהרנס שאַפֿונג און דעם צווייטן האָט געשאַפֿן ראָזענפֿעלד.
אַהרן־וואָלף אייקין מאָס
דער קײַזער פֿון דעם פֿייגל־פֿאָלק,
דער מײַסטער פֿון דער לופֿט,
ער איז אַן אָדלער!
דער העכסטער, שטאַרקסטער פֿון די פֿייגל.
מיט אַ שטאָלצן קאָפּ און גרויסע פֿליגלען,
ער איז דער העכסטער אין דער לופֿט.
ער פֿאַרמעסט זיך מיטן ווינט,
און ווען ער עסט, פֿליט ער ווי אַ פֿײַל.
זײַן פֿרײַנט איז פּשוט דער ווינט,
אָבער ער איז אויכעט ווי אַ ברודער.
ער טראַכט פֿון זיך ווי דער בעסטער פֿויגל,
און ער איז, זיכער, אַן אָדלער.
מאָריס ראָזענפֿעלד
וווּ די ריזן־וואָלקן יאָגן
אויבן, אין דעם העכסטן אָרט,
שוועבט דער קײַזער פֿון די פֿייגל,
פֿליט דער גרויסער אָדלער דאָרט.
מיט די שטאַרקע פֿליגל פֿאָכט ער
אין־דער־לופֿטן און ער פֿליט.
עלנטער, אַחוץ די הימלען,
האָט ער קיין חבֿרים ניט.
ווערט ער מיד פֿון שווערע רײַזן,
רוט ער איינזאַם און אַליין
בײַ דעם זוים פֿון טיפֿע וואַסערס
אויף אַ הויכן באַרג פֿון שטיין.
מיט פֿאַראַכטונג קוקט ער אונטן,
שאָקלענדיק זײַן שטאָלצן קאָפּ,
אָפֿט נאָר, ווען אים צווינגט דער הונגער,
לאָזט ער זיך מיט וויי אַראָפּ.
פּעטראַ דזשאָונס איז אַן אַמאַטורע פּאָעטעסע און אַ בעל־תּשובֿה, וואָס האָט ליב טראַדיציע — פֿונעם כינעזישן „קונג־פֿו‟ ביז דער אייגענער ייִדישער קולטור און אמונה.
אַ קלויסטער טורעם
טונקל און מרה־שחורהדיק
ווי די פֿאַרגאַנגענהייט פֿון אָט דעם שטעטל
וואָס וואָלט עס געזאָגט
אויב עס וואָלט געקענט רעדן?
אָבער קיין שיל בלײַבט נישט
אַלטע גאַסן אונטער די פֿיס
צום סוף דערגרייך איך דאָס אָרט
זיבן נעמען קוקן אַרויף אויף מיר
ראַדירט אין מעש, און גילדענע
אויף זיבן שיינע שטיינדלעך
אַ שטיין פֿאַר יעדן וואַרעמען האַרץ
וואָס האָט געלעבט און געחלומט דאָ
איך דעכע און שאָקל זיך אַ ביסל
ווי אַ חסיד אין שטילער תּפֿילה
די גאַס קוקט מיט אומגעזעענע אויגן
בשעת איך קני אַראָפּ זיך בײַ זיי
עלטער־באָבע, עלטער־זיידע,
זיי ווייסן פֿאַר וואָס איך בין דאָ
און עס איז דאָ פֿרייד אַפֿילו אין גריזאָטע…
שפּעטער, ווען די באַן פֿאָרט אָפּ פֿון סטאַנציע
הייב איך אָן צו פֿאַרשטיין דעם אמת
אַז ס׳איז נישט וועגן זיבן שטיינער
אָדער אַפֿילו אָנצינדן זיבן ליכט
עס האַלט אין איין פּשוטער מיצווה
דער אַקט פֿון געדענקען
דערשפּירן אַ שמייכל ערגעץ אויבן
ווי אי הימל אי הימלרוים פֿאַרענדיקן זיך
דער וועגסמאַן אַנטדעקט נײַע ערטער
אָבער צום טײַערסטן זײַנען די
וואָס ווערן אַנטדעקט אין האַרצן
ד״ר רפֿאל פֿינקל, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון קאָמפּיוטער־וויסנשאַפֿט אינעם קענטוקיער אוניווערסיטעט אין לעקסינגטאָן, שפּילט שוין יאָרן לאַנג אַן אָנפֿירנדיקע ראָלע אין שאַפֿן נײַע וועבזײַטן אויף ייִדיש. צווישן אומצאָליקע פּראָיעקטן האָט ד״ר פֿינקל געמאַכט דעם ערשטן ייִדישן ווערטערבוך אויף דער אינטערנעץ און געשאַפֿן אופֿנים ווי אַזוי צו שרײַבן אויף ייִדיש אויפֿן קאָמפּיוטער.
די לעצטע פּאָר יאָר פֿאַרנעמט זיך ד״ר פֿינקל מיטן שאַפֿן אַן OCR־פּראָגראַם, דאָס הייסט, אַ פּראָגראַם וואָס זאָל קענען לייענען אַ סקאַנירטן טעקסט און פֿון דעם שאַפֿן אַ דאָקומענט אויפֿן קאָמפּיוטער, וואָס מע זאָל קענען דורכזוכן און רעדאַקטירן.
לעצטנס האָט ער אַרויפֿגעשטעלט אַלע ווערק פֿון שלום־עליכם, אין אַ פֿאָרעם, וואָס מע קען אַדורכזוכן אַ דאַנק זײַן OCR־פּראָגראַם. אַנשטאָט צו דאַרפֿן טיפּירן יעדן אות, כּדי צו שאַפֿן אַ זוכעוודיקן דאָקומענט, קען מען איצטער סתּם אַרײַנלייגן אַ זײַטל פֿון אַ בוך אין דער פּראָגראַם און באַקומען פֿון אים אַ פֿאַרטיקן טעקסט, וואָס מע קען רעדאַקטירן. דאָס וועט זיכער העלפֿן די וואָס פֿאָרשן די ייִדישע ליטעראַטור, צו געפֿינען פּרטים, נאָך וועלכע מע וואָלט פֿריער געדאַרפֿט גריבלן שעהען לאַנג אין אַ בוך זיי צו געפֿינען אין בלויז אַ פּאָר מינוט.
//www.cs.uky.edu/~raphael/yiddish/searchSholem.cgi
דבֿרה ראָלניק רײַכמאַן איז אַ בראַזיליאַנער ייִדישע טאָכטער און יודאַיִקאַ־קינסטלערין, וואָס וווינט איצט אין היוסטן, טעקסאַס. אירע קונסט־ווערק זענען אינספּירירט פֿון איר בראַזיליאַנער קינדהייט, ווי אויך די ייִדישע קולטור פֿון אירע עלטערן, פּליטים פֿונעם חורבן. אין אויגוסט וועט מען קענען זען אירע מאָלערײַען פֿון ייִדישע שפּריכווערטער בײַם JCC אין היוסטן.
קינסלערישע דערקלערונג: די לעבעדיקע און וואַרעמע קאָלירן פֿונעם טראָפּישן בראַזיל, וווּ איך בין דערצויגן געוואָרן, ווירקן שטענדיק אויף מײַנע קונסט־ווערק. פֿון מײַנע אייראָפּעיִשע עלטערן, וואָס זענען געווען פּליטים פֿונעם חורבן, האָב איך געירשנט אַ לײַדנשאַפֿט צו אַלצדינג ייִדישלעך. ווי אַ גראַדויִר־סטודענטקע פֿון אַרכיטעקטור, האָב איך זיך פֿאַראינטעריסירט מיט ייִדישער קונסט און ייִדישקייט, און די דאָזיקע טעמעס זענען געוואָרן דער פֿאָקוס פֿון מײַן לעבן. סימבאָלן פֿון דער ייִדישער טראַדיציע, די רײַכע אימאַזשן, וואָס זענען פֿאַרבונדן מיטן אַלף־בית, די ייִדישע און העברעיִשע שפּריכווערטער זענען מײַנע הויפּט־קוואַלן פֿון אינספּיראַציע.
מײַנע קונסט־ווערק, באַזירט אויף טראַדיציאָנעלע קוואַלן, דערמאָנען דעם מאָדערנעם ייִד וועגן זײַן פֿאַרגעסענער ירושה. אויב דער עולם ווערט נײַגעריק צו דער ייִדישער קולטור צוליב מײַן קונסט, האָב איך דערגרייכט מײַן ציל.