לייזער בורקאָ שרײַבט פֿאַרן „פֿאָרווערטס‟ און רעדאַקטירט דעם בלאָג „עונג־שבת‟. ער איז זייער צופֿרידן, וואָס ער וווינט אינעם „ייִדיש־הויז‟ אין דער בראָנקס און ניט אין דער דירה אין מינעסאָטע.
די געגנט „דינקיטאַון‟ געפֿינט זיך אין דער שטאָט מינעאַפּאָליס לעבן דעם אוניווערסטעט פֿון מינעסאָטע. דאָרט שוויבלט און גריבלט מיט סטודענטן און סטודענטקעס, מיט ברודערשאַפֿטן און שוועסטערשאַפֿטן („פֿראַטערניטיס‟ און „סאָראָריטיס‟ בלע׳׳ז), און מיט די פֿאַרשיידענע אָרעמע־לײַט און ליידיק־גייערס, וואָס קענען זיך ניט דערלויבן צו וווינען ערגעץ שענער. די פּראַכט פֿון „דינקיטאַון‟ איז דער אַזוי־גערופֿענער „דינקידאָום‟, וואָס מיט זײַן קופּאָל דערמאָנט ער אין אַ וויכטיקן רעגירונג־ אָדער געריכט־בנין, כאָטש אינעווייניק געפֿינען זיך בלויז ביליקע עס־ און טרינק־פּלעצער.
אין „דינקיטאַון‟ האָב איך געוווינט אַן ערך זעקס וואָכן, אויפֿן בוידעם פֿון אַן אַלט הויז, צוזאַמען מיט נאָך דרײַ מענטשן אין באַזונדערע צימערן. מיר האָבן זיך געטיילט מיט איין קיך און מיט איין וואַשצימער. ווי איך געדענק, האָט מײַן צימער געקאָסט דרײַ הונדערט דאָלאַר אַ חודש דירה־געלט, וואָס אַפֿילו דעמאָלט וואָלט מען אין ניו־יאָרק ניט געקענט געפֿינען אַ מויזלאָך פֿאַר אַזאַ סומע. אונטן האָבן געוווינט די סטודענטן און סטודענטקעס, וואָס האָבן מער געהוליעט ווי שטודירט. איין מאָל, אַרויפֿגייענדיק צו מײַן צימערל, איז געשטאַנען אויף די טרעפּ אַ ריזיקע פֿאַס ביר, טאָמער עמעצער לײַדט, נעבעך, פֿון דורשט. מיט די סטודענטן האָבן אויך געהויזט עטלעכע גרויסע הילכערס, אַזוי גרויס ווי יענע פֿאַס ביר, כּדי די ערד זאָל ציטערן אונטער די פֿיס, ווען זיי שפּילן מוזיק.
אָט בין איך אַ בת־מלכּה מיט דיקע שוואַרצע לאָקן
די מאַמע האָט דאָך, אָבער, פֿאַרגעסן ווי צו שפּילן:
„באַגנוגן זיך, דו שוטהטע, מיט דײַנע האָר די ברוינע!‟
די שוועסטער האָט רחמנות — הייצט אָן איר אַלטע פּלויקע
דערצו נעמט זי פֿון ערגעץ אַ פֿאַרבל פֿאַרן שמינקען.
מיט יאָרן שפּעטער, טענהט די דאָקטאָרשע, אַ קפּדן,
אַז „באָדן זיך אין אָוונט — פֿון היסטעריע אַ סימן‟!
נאָר באָדן זיך אין אָזערע, בײַ נאַכט, איך און שושנה
מיר הייבן אויף די אויגן אַזש צו דער שטערן־בינע
עס שפּיגלען אָפּ די פֿאַלבן פֿון הויט אירער די שטראַלן.
זי פֿאָרט אַוועק שוין ווידער, די באַן פֿאָרט אָפּ פֿון האַרלעם
איר דלאָניע ווערט אַ הילע פֿאַרן קיניגל, מײַן האַרצן
און איך האָב מורא טאָמער פֿאָרט מײַן האַרץ מיט אויף דער רײַזע
נאָר איצט פֿאַרשטיי איך ענדלעך דעם בענקענישס אַ לערע,
אַז יעדער איינער וווינט דאָך אין זעלבן הויז צוזאַמען —
געבויט פֿון האָר און הויט און בלוט
די ערד, דער גוף, דאָס וואָרט.
גאַנץ אָפֿט קומט מען אַרײַן צו מיר אין ביבליאָטעק מיט אַזאַ בקשה: „מײַן עלטער־זיידע האָט געהייסן משה כּהן פֿון רוסלאַנד. אפֿשר קענט איר אַ זוך טאָן אין קאָמפּיוטער און געפֿינען זײַן ביאָגראַפֿיע?”
נו, הלוואַי וואָלט עס געווען אַזוי פּשוט.
דער אמת איז, אַז דאָס געפֿינען אינפֿאָרמאַציעס וועגן די זיידע־באָבעס (שוין אָפּגערעדט פֿון די אור־אבֿות) איז ניט אַזוי לײַכט, און בײַ ייִדן קען עס זײַן ספּעציעל קאָמפּליצירט. פֿון די פֿריִערדיקע דורות בלײַבן אָפֿט מאָל זייער ווייניק באַווײַזן — אי צוליב דעם, וואָס מען האָט דעמאָלט ניט געלעבט מיט אַזוי פֿיל דאָקומענטן און טעכנאָלאָגיע ווי איצט, אי דערפֿאַר ווײַל מענטשן זענען אַרומגעפֿאָרן, אַמאָל אומלעגאַל, און ניט געזאַמלט אַזוי פֿיל חפֿצים ווי הײַנט. דערצו זענען די ייִדן היסטאָריש גערודפֿט געוואָרן: אין טייל לענדער האָט מען געמאַכט אַ תּל פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג און ניט געלאָזט פֿון איר אַפֿילו סימנים.
אָבער ניט געקוקט אויף די אַלע שוועריקייטן, זענען פֿאַראַן מערערע רעסורסן הײַנט, וואָס קומען צו ניץ, אַז מע וויל אויספֿאָרשן דעם ייִחוס.
הערט ווי שמערקע קאַטשערגינסקי רעדט אין מאָנטרעאַל. מײַ 1953:
פֿאַראַכטאָגן איז אויסגעפֿאַלן 61 יאָר זינט דער פּטירה פֿון שמערקע קאַטשערגינסקי ז׳׳ל אין אַן עראָפּלאַן־קראָך אין אַרגענטינע. ווי אַ קינד, בין איך געווען ממש פֿאַרכאַפּט מיט די לידער פֿון שמערקע קאַטשערגינסקי, דער ווילנער פּאָעט, פּאַרטיזאַנער און עטנאָמוזיקאָלאָג, וואָס האָט נאָך דער מלחמה געזאַמלט די לידער, וואָס מע האָט געזונגען אין די געטאָס און לאַגערן איבער גאַנץ אייראָפּע.
ווי אַזוי קומט עס, פֿרעגט איר מסתּמא, אַז אַ קליין קינד אין פֿילאַדלעפֿיע אין די 1990ער יאָרן זאָל וויסן פֿון שמערקע קאַטשערגינסקי און זײַן ראָלע ווי אַ קולטור־טרעגער און פּאַרטיזאַנער אין דער ווילנער געטאָ? אויף איין פֿוס: צו אַכט יאָר האָט מען מיך אַרײַנגענומען אין אַ יוגנט־כאָר, וואָס האָט געזונגען אויף אַ חורבן־הזכּרה. צווישן די ייִדישע לידער האָט מען געזונגען קאַטשערגינסקיס „יוגנט־הימען‟ און מע האָט מיך געבעטן צו זינגען סאָלאָ. וואָכן לאַנג האָב איך דאָס ליד רעפּעטירט בײַ זיך אין דער היים מיטן טאַטן, ווײַל לויט מײַן קינדערישן שׂכל האָב איך געמיינט, אַז אַפֿילו דער קלענסטער טעות בײַם זינגען וואָלט געקענט חרובֿ מאַכן די גאַנצע צערעמאָניע (דאָס וואָס די חזכּרה איז געווען אַ צערעמאָניע פֿון כּמעט 3 שעה און דאָס ליד איז געווען נאָר אַ קליינטשיקער טייל דערפֿון, איז מיר ניט אײַנגעפֿאַלן).