Vayter

„געהיים‟

Hidden

פֿון לאה פֿעדער

  • Print
  • Share Share

דאָס בילד, וואָס איך האָב לעצטנס געמאָלט, איז אַ טייל פֿון אַ סעריע מיטן נאָמען „געהיים‟. דער קאָנצעפּט האָט אינספּירירט עד רײַנהאַרט, וואָס האָט געמאָלט גאַנצע לײַוונטן אויף שוואַרץ. בײַם ערשטן בליק זעט אויס דאָס מאָלערײַ אין גאַנצן שוואַרץ, אָבער אַז מע קוקט אַ פּאָר מינוט אויפֿן לײַוונט, שטייענדיק פֿון פֿאָרנט, פּאַסן זיך צו די אויגן, און מע קען זען קוואַדראַטן פֿון פֿאַרשידענע שאַטירונגען פֿון שוואַרץ.

רײַנהאַרט האָט געזאָגט, אַז ווער ס׳גייט פֿאַרבײַ זײַן מאָלערײַ און קוקט זיך ניט גוט אינעם בילד זאָל ניט פֿאַרדינען דעם זכות צו זען דעם געמעלס שיינהייט. נאָר די, וואָס גיבן אָפּ די צײַט און לייגן צו קאָפּ, קאָנען זען, אַז ס׳איז אַ שיינע זאַך. אויפֿן זעלביקן שטייגער האָב איך געפֿאַרבט דעם לײַוונט אויף אַ וואַרעמען שוואַרץ. איבער דער גאַנצער מאָלערײַ שטייט דאָס וואָרט „יהוה‟ אין אַ קאַלטן בלויען־שוואַרץ. מע קען עס אפֿשר ניט זען אויפֿן ערשטן בליק, פּונקט אַזוי ווי ס׳איז אָפֿט שווער צו זען השם. אויב מיר לייגן אָבער אַרײַן די צײַט, וועלן מיר אים יאָ געפֿינען. נאָר די, וואָס קוקן זיך גוט אײַן און גיבן אָפּ די צײַט וועלן אים זען.