פֿרידאַ וויזעל איז אויפֿגעוואַקסן אינעם סאַטמאַרן שטעטל „קרית־יואל‟, אין אַ משפּחה פֿון 15 קינדער. זי האָט זיך געלערנט אין די סאַטמאַרער מיידל־שולן און ווי עס פֿירט זיך אין סאַטמאַר, האָט זי חתונה געהאַט צו 18 יאָר. ווען זי איז געווען 21 יאָר אַלט, האָט זי אָנגעהויבן אַ בלאָג, וואָס האָט פֿאַר איר אַנטפּלעקט אַ גרעסערע וועלט, און אַ נסיעה, וואָס האָט זי, סוף־כּל־סוף, דערפֿירט צו דעם, וואָס זי איז אַוועק פֿון דער קהילה. הײַנט וווינט פֿרידאַ מיט איר זון אין „ראָקלאַנד‟־קאַונטי, ניו־יאָרק. זי האָט געגרינדעט אַ טור־פֿירמע „באַזוכט חסידים‟, וווּ זי פֿירט אָן מיט טורן פֿון וויליאַמסבורג.
קינסטלערישע דערקלערונג:
איך האָב ליב קאַרטונען. איך צייכן זיי, ווײַל זיי זענען אַן אופֿן ווי אַזוי איך קען זיך טיילן מיט מײַנע סאָציאַלע קאָמענטאַרן און אויסדריקן אָבזערוואַציעס וועגן דער געזעלשאַפֿט פֿון וואַנען איך בין געקומען, און וועגן דעם פּראָצעס פֿון פֿאַרלירן די חסידישע וועלט, אָן דעם וואָס איך זאָל זיך באַציִען קריטיש אָדער ביטער צו איר. איך האַלט, אַז דער הומאָר איז אַ וווּנדערלעכער מיטל צו באַרירן סענסיטיווע טעמעס, ווײַל מענטשן קומען זיך צוזאַמען דורכן לאַכן; און ווען מיר נעמען ניט אָן אַזוי ערנסט פֿאַרשיידענע פּראָבלעמען, קענען מיר קוקן אויף זיי פֿון אַ ווײַטערער פּערספּעקטיוו. איך צייכן אויך, אָבער, פֿאַר זיך אַליין, ווײַל די קאַרטונען העלפֿן מיר צו לאַכן, ווען עס ווערט מיר שווער; דורך זיי געפֿין איך נײַע קוקווינקלען פֿאַר שווערע טעמעס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.