אַמאָל האָט אין בעלץ געוווינט אַ רײַכער ייִד, אַ סוחר. האָט ער געהאַט אַן איין און איינציקע טאָכטער — אַ שיינהייט, אַ געמאָלטע קראַסאַוויצע. דערצו האָט זי געהאַט אַ ווויל האַרץ און מיט אַ ברייטער האַנט פֿלעגט זי טיילן נדבֿות און געבן אַ סך צדקה.
אַז ס’איז אָבער באַשערט אַ צרה, טרעפֿט זי אויך די רײַכע און ברייטהאַרציקע. איז בײַם סוחר געשטאָרבן דאָס ווײַב און די טאָכטער איז געבליבן אַ יתומה.
אין אַ צײַט אַרום האָט דער סוחר ווידער חתונה געהאַט. די שטיפֿמוטער, ווען זי האָט זיך דערוווּסט, אַז דעם סוחרס טאָכטער טיילט נדבֿות און צדקה מיט דער ברייטער האַנט, האָט זי אָנגעהויבן אַרבעטן מעשׂים. זי איז אַוועק צום מאַן און זיך געקלאָגט פֿאַר אים, אַז דאָס מיידל וועט זיי חרובֿ מאַכן, צעטרענצלען זייער גאַנץ פֿאַרמעגן.
האָט דער סוחר געלאָזט רופֿן די טאָכטער צו זיך און איר אָנגעזאָגט, אַז זי זאָל ניט טיילן אַזוי פֿיל צדקה. די טאָכטער האָט אָבער באַלד פֿאַרשטאַנען פֿון וועמען דער פֿאַרווער קומט אַרויס. זי האָט פֿײַנט באַקומען די קאַרגע שטיפֿמוטער און געמאַכט איר אויף קאַפּויער — צעטיילט נדבֿות און צדקה נאָך מער ווי פֿריִער.
איז די שטיפֿמוטער געקומען צו לויפֿן צום מאַן מיט אַ געוויין און מיט אַ תּנאַי — אָדער זי, אָדער זײַן טאָכטער! — ביידע אונטער איין דאַך קאָנען זיי מער ניט וווינען. די שטיפֿמוטער האָט אַזוי געשריִען און געפּילדערט, אַז ווי גרויס דעם סוחרס הויז זאָל ניט געווען זײַן, זײַנען אירע געשרייען דערגאַנגען אויך צום סוחרס טאָכטער. כּדי ניט שטעלן דעם טאַטן פֿאַר אַ ביטערער ברירה, האָט די טאָכטער אַליין באַשלאָסן צו פֿאַרלאָזן די היים. זי האָט אַרײַנגעלייגט אין אַ זאַק אירע באַליבטע חפֿצים און זיך געלאָזט אין וועג אַרײַן.
אַ ייִד האָט געקויפֿט אַ הויז לעבן אַ קאַטוילישן קלויסטער. און דער גאַנצער ייִשוב, וווּ ער האָט זיך באַזעצט, איז געווען אַ קאַטוילישער. יעדן דאָנערשטיק, ווען די קאַטוילישע תּושבֿים האָבן געגעסן פֿיש, פֿלעגט דער ייִד בראָטן פֿלייש בײַ זיך אין גאָרטן. און דאָס האָט, פֿאַרשטייט זיך, גערייצט זײַנע שכנים. האָבן זיי גענומען אײַנרעדן דעם ייִדן, ער זאָל זיך שמדן, ווערן אַ טייל פֿון זייער געזעלשאַפֿט. סוף-כּל-סוף, האָבן זיי אים אײַנגערעדט. בעת דעם ריטואַל האָט דער גלח אים באַשפּריצט מיטן הייליקן וואַסער און געזאָגט דערצו:
“ביסט געבוירן געוואָרן אַ ייִד. ביסט אויסגעוואַקסן ווי אַ ייִד. אָבער איצט ביסטו אַ קריסט.”
די שכנים האָבן גרינג אָפּגעעטעמט. אָבער דעם קומענדיקן דאָנערשטיק האָט זיך צו זיי ווידער דערטראָגן דער ריח פֿון געבראָטן פֿלייש. גייען זיי צו צו דעם ייִדנס הויז און זעען, אַז ער פּאָרעט זיך מיט אַ שטיקל פֿלייש און זאָגט דערצו:
“ביסט געבוירן געוואָרן אַ קו. ביסט אויסגעוואַקסן ווי אַ קו. אָבער איצט ביסטו אַ פֿיש.”
**
אַ ייִד האָט געקויפֿט בײַ אַ פּויער אַ קו. יענער האָט אים צוגעזאָגט צו ברענגען די בהמה און איז טאַקע געקומען אין אַ טאָג אַרום, אָבער אַליין.
“וווּ איז די קו?” — פֿרעגט דער ייִד.
“זי האָט געפּגרט” — ענטפֿערט דער פּויער.
“אויב אַזוי, טאָ גיב מיר צוריק דאָס געלט, די הונדערט רובל” — פֿאָדערט דער ייִד.
“איך האָב עס שוין ניט. אַלץ איז פֿאַרשיכּורט און צעטרענצלט געוואָרן” — דערציילט דער פּויער.
“טאָ ברענג מיר כאָטש די פּגירה” — בעט אים דער ייִד.
“וואָס וועסטו מיט איר טאָן?” — חידושט זיך דער פּויער.
“זאָרג זיך ניט. כ’וועל מאַכן אַ לאָטעריי” — דערקלערט דער ייִד.
אין אַ צײַט אַרום באַגעגנט דער פּויער דעם ייִדן און פֿרעגט בײַ אים וועגן דער לאָטעריי.
“ס’איז געגאַנגען גאָר ניט שלעכט. איך האָב פֿאַרקויפֿט 500 בילעטן צו צוויי רובל” — באַרימט זיך דער ייִד.
“און קיינער האָט ניט געמאַכט קיין סקאַנדאַל?” — וווּנדערט זיך דער פּויער.
“נאָר איין מענטש איז געווען אויפֿגעבראַכט. דאָס איז געווען דער יחיד, וואָס האָט געוווּנען די קו. האָב איך טאַקע געמוזט אים אומקערן זײַנע צוויי רובל.”