פֿון אַ ישׂראלדיקער קו קען מען, בדרך-כּלל, אָנמעלקן מער מילך איידער פֿון אַ קו אין אַן אַנדער לאַנד. דרום-קאָרעע איז דאָס איינציקע לאַנד, וווּ בהמות קענען קאָנקורירן מיט זייערע שוועסטער אין ישׂראל. בינו-לבינו, זײַנען די ישׂראלדיקע געלערנטע געקומען צו אַ וויכטיקן אויספֿיר: די מילך פֿון אַ זשיראַף איז כּשר.
דער קליי אויף די ישׂראלדיקע פּאָסט-מאַרקעס איז אפֿשר ניט געשמאַקער פֿון אַנדערע קלייען, אָבער זײַן מעלה איז, אַז ער איז כּשר.
אין ישׂראל זײַנען דאָ אַריבער 40 כּשרע „מאַקדאָנאַלדסן‟. מחוץ-לאָרץ איז אַ כּשרער „מאַקדאָנאַלדס‟ פֿאַראַן נאָר אין איין שטאָט — בוענאָס-אײַרעס.
אַ שיינע מתּנה האָבן צוגעגרייט די רעדאַקטאָרן און פֿאַרלעגער פֿונעם באַנד „לקט: ייִדישע שטודיעס הײַנט‟. די מתּנה באַשטייט אין דעם, וואָס יעדער איינער קען איצט דעם גאַנצן טעקסט לייענען אין אינטערנעץ:
//docserv.uni-duesseldorf.de/servlets/DerivateServlet/Derivate-23711/titlepage.xml
אַ ייִד איז געקומען צו זײַן זונס מלמד מיט אַ טענה:
„וואָס האָט איר גלײַך גענומען לערנען מיט אים קדיש? איך קלײַב זיך נאָך ניט שטאַרבן.‟
„זאָרגט זיך ניט. אַזוי ווי ער לערנט עס, האָט איר נאָך גענוג צײַט אויף דער וועלט.‟
אין אַ קליין שטעטל לעבן אָדעס האָט געוווינט אַ ייִדיש שנײַדערל — אַ קליינס, אַ דאַרס, אַ פֿאַרשמאַכטס. קיין גרויסע מיליאָנען פֿון אַרויפֿלייגן אַ לאַטע האָט ער נישט געמאַכט, האָט דאָס שנײַדערל אויך ניט געהאַט וואָס צו פֿאַרלירן. אויב אַזוי, וואָס וועט ער זיצן אין זײַן שטעטל, אַז צו אָדעס איז אַ קאַצנשפּרונג. אפֿשר וועט ער דאָרט קריגן אַ שטעלע, פֿאָרט אַ גרויסע שטאָט, רײַבט מען מער אויס די הויזן. געטראַכט און געטאָן.
איז דאָס שנײַדערל אַראָפּגעקומען אין דער גרויסער שטאָט אָדעס און זיך אָנגעהויבן דרייען איבער די גאַסן זוכן אַרבעט. וואַרפֿט זיך אים אין די אויגן אַ גרויסע וויוועסקע1: “מוזשעסקי פּאָרטנוי”.2 האָט ער זיך דערפֿרייט: ס’איז פּונקט וואָס ער דאַרף! אַזאַ שנײַדער ווי ער, איז אויך אין אָדעס ניט אַוועקצומאַכן מיט דער האַנט. לאָזט זיך אויס, אַז דער וואַרשטאַט געפֿינט זיך אויפֿן צענטן גאָרן. פֿאָלג מיר אַ גאַנג, האַ? אָבער קיין אַנדער ברירה האָט ער דאָך ניט געהאַט. גענומען די פֿיס אין די הענט, האָט דאָס שנײַדערל זיך געלאָזט מיט די טרעפּ אַרויף.