אין 1992 האָט מען אין קיִעוו געעפֿנט אַן אוניווערסיטעט, וואָס הייסט „קיִעוואָ-מאָהיליאַנסקאַ אַקאַדעמיאַ‟ — אַזאַ נאָמען האָט געטראָגן אַ לערן-אינסטיטוציע, וואָס איז געשאַפֿן געוואָרן אין 17טן יאָרהונדערט. די רוסישע רעגירונג האָט זי פֿאַרמאַכט אין 1817. מע טענהט, אַז די נײַע אַקאַדעמיע פֿירט ווײַטער די טראַדיציע פֿון דער אַלטער, און דאָס רופֿט אַרויס אַ שמייכל בײַ אַ סך מענטשן. דאָך, ווערט די דאָזיקע נײַ-אַלטע אַקאַדעמיע אָפּגעשאַצט ווי איינער פֿון די בעסטע צווישן די 800 אוניווערסיטעטן און אַנדערע העכערע לערן-אינסטיטוציעס פֿון אוקראַיִנע.
הײַנטיקע טעג איז דאָס וואָרט „דאַטשע‟ כּמעט אַוועק פֿון ייִדיש. מיינען מיינט עס אַ הויז מחוץ שטאָט, וווּהין די שטאָטישע תּושבֿים פֿלעגן אַרויספֿאָרן, בדרך-כּלל זומערצײַט. אין ייִדיש איז „דאַטשע‟ געקומען פֿון רוסיש. ווי אַ בײַלאַגע, האָבן זיך באַוויזן די ווערטער „דאַטשניק‟ און „דאַטשניצע‟. די נײַע ווערטער האָבן אָפּגעשפּיגלט דעם פֿענאָמען פֿון סוף 19טן יאָרהונדערט, און שפּעטער, ווען אין רוסלאַנד האָבן זיך באַוויזן אַלץ מער פֿאַרמעגלעכע לײַט, ייִדן בתוכם, וועלכע האָבן ניט געהערט צו דער אַריסטאָקראַטיע. אַ פֿאַרמעגלעכע אַריסטאָקראַטישע משפּחה האָט געהאַט אַ נחלה ערגעץ אין אַ דאָרף, אַזוי אַז אין קיין דאַטשעס האָט זי זיך ניט גענייטיקט.
פֿון שלום-עליכמס „גלות-דאַטשע‟:
„תּיכּף נאָך שבֿועות האָבן מיר זיך אויפֿגעזעצט מיט מײַן ווײַב אין באַן און געקומען קיין בויבעריק דינגען אַ דאַטשע.‟
נפֿתּלי־הערץ כּהן (1910–1971) איז דאָ אָנגערופֿן געוואָרן ווי אַ „כּמעט סאָוועטישער‟ דיכטער, ווײַל אין דער סאָוועטישער מלוכה האָט ער פֿאַרבראַכט נאָר אַ טייל פֿון זײַן לעבן. אַ געבוירענער אין בוקאָווינע, הײַנט איז עס אַ טייל פֿון אוקראַיִנע, איז ער יונגווײַז פֿאַרכאַפּט געוואָרן מיט די אידעען פֿון סאָציאַליזם. כּהן איז געווען קוים צוואַנציק יאָר אַלט ווען מע האָט אים אַרעסטירט אין פּוילן, אָבער אין 1932 איז ער באַפֿרײַט געוואָרן דורך אַ צונויפֿגערעדטקייט מיטן סאָוועטישן צד, לויט וועלכער אים האָט מען אַרויסגעשיקט קיין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.
בײַם אָנהייב האָט כּהן באַקומען אַ מעגלעכקייט זיך באַשעפֿטיקן מיט ליטעראַרישער טעטיקייט. אין יאָר 1935 איז אין מינסק אַרויס זײַן לידער־זאַמלונג „טראָט נאָך טראָט‟. אָבער דאָס האָט געדויערט ניט לאַנג. אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד איז אים אויסגעקומען צו זײַן אַרעסטירט צוויי מאָל: אין 1937 און אין 1948.
אַ קאָנפֿערענץ אויף אַזאַ טעמע האָט מען דורכגעפֿירט אין הײַדעלבערג, דײַטשלאַנד, אין דעצעמבער 2008. די ווערק און דער גורל פֿון סאָוועטישע ייִדישע דיכטער הערן ניט אויף צו אינטערעסירן פֿאָרשער פֿון ליטעראַטור און געשיכטע. טיילווײַז איז עס פֿאַרבונדן מיטן טאַלאַנט פֿון די פּאָעטן, און טיילווײַז האָט עס צו טאָן מיט די באַציִונגען, וועלכע זיי האָבן געהאַט מיט דער קאָמוניסטישער מלוכה. די רייד גייט, בדרך-כּלל, וועגן אַזעלכע ייִדישע פּען-מענטשן ווי לייב קוויטקאָ, דוד האָפֿשטיין, פּרץ מאַרקיש, איציק פֿעפֿער, משה קולבאַק, איזי כאַריק, זעליק אַקסעלראָד און שמואל האַלקין.