הײַנט אין דער פֿרי, בײַם עסן אָנבײַסן, האָב איך, ווי מײַן שטייגער איז, געקוקט די נײַעס פֿון “בי-בי-סי” (כ’בין אין אָקספֿאָרד איצט). קודם-כּל, האָט מען מיר געזאָגט, אַז אַזאַ מיאוסן פֿרילינג האָט דאָס לאַנד שוין ניט געזען אין משך פֿון פֿופֿציק יאָר. אָבער אַז מע לעבט, דערלעבט מען – הײַנט דערוואַרט מען דעם וואַרעמסטן טאָג הײַיאָר, אַזש 20 גראַד (אָדער 68 גראַד, אויב איר טראַכט אין פֿאַרענהײַט). דערצו וועט מען זיך באַגיין (אַזוי זאָגט מען צו) אָן אַ רעגן.
איך בין זייער צופֿרידן, אַז ס’איז לעבעדיקער געוואָרן אַרום דעם נאָמען פֿון יוסף אָפּאַטאָשו. מײַקל וועקס קלײַבט זיך מאַכן אַ נײַע איבערזעצונג פֿון אָפּאַטאָשוס מײַסטערווערק „אין פּוילישע וועלדער‟. איך גלייב ניט — און אין „פֿאָרווערטס‟ איז דאָס שוין געווען דערמאָנט — אַז מע לייענט ווייניק די עקזיסטירנדיקע איבערזעצונגען פֿון ייִדיש, ווײַל זיי זײַנען ניט גענוג גוט געמאַכט. מע לייענט זיי ניט, ווײַל מע לייענט הײַנט ניט אַזעלכע זאַכן בפֿרט, און מע לייענט הײַנט בכלל ניט. אָבער מיר געפֿעלט סײַ ווי סײַ דער טומל, וואָס מײַקל וועקס מאַכט אַרום זײַן פּראָיעקט, ווײַל אַזאַ טומל מיינט, אַז מענטשן דערוויסן, זיך צי דערמאָנען זיך, וועגן דעם שרײַבער יוסף אָפּאַטאָשו. אפֿשר וועט זיי אַ צי טאָן איבערצולייענען זײַנען ווערק אויף ייִדיש צי אין אַן איבערזעצונג.
געלעבט האָט אַ מאָל ניט ווײַט פֿון בעלץ אַ פּריץ, האָט ער געהאַט אַ סך גיטעס, פֿעלדער, וועלדער, דערפֿער און, ווי דער שטייגער גייט, איז אין יעדן דאָרף זײַנעם געווען אַ קרעטשמע און יעדער קרעטשמער — אַ ייִד. אָבער אין דעם דאָרף, וווּ זײַן הויז איז געשטאַנען, זײַנען געווען צוויי ייִדן — דער קרעטשמער און אַ מעקלער. פֿון וואָס לעבט אַ מעקלער? פֿון דרייען זיך אַרום דעם פּריץ און פֿון אַ לאָך אָפּבאַקן אַ בייגל. האָט דער פּריץ געדאַרפֿט עפּעס קויפֿן אָדער פֿאַרקויפֿן, האָט ער זיך אָן דעם ייִד דעם מעקלער ניט גערירט פֿון אָרט. מיט איין וואָרט, געהאַלטן אים פֿאַר זײַן בעל־יועץ.
אַלכּסנדר האַרקאַווי, וואָס איז געבוירן געוואָרן דעם 5טן מײַ 1863 אין דער מינסקער גובערניע פֿון דער רוסישער אימפּעריע, האָט זיך באַשעפֿטיקט מיט אַ סך זאַכן און געוווינט אין עטלעכע לענדער. געלערנט אין ייִדישע שולן, געשריבן פֿאַר אַ סך צײַטשריפֿטן, אַרײַנגערעכנט דעם „פֿאָרווערטס‟, געשאַפֿן די ערשטע ייִדישע צײַטונג אין קאַנאַדע, אַרויסגעגעבן אַ צײַטונג אין באַלטימאָר, און געאַרבעט ווי אַ פֿאָרשטייער פֿון „האַיאַס‟ (HIAS) אין „עליס אײַלענד, וווּ ס‘האָט זיך געפֿונען די אויפֿנעם־סטאַנציע פֿאַר די עמיגראַנטן.