Vayter

„קאַקי‟ איז אויך אַ וואָרט

A Persimmons Story

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Max Gershman

ס׳איז דאָ אַן אַלטער אַנעקדאָט וועגן אַ לערער, וואָס דערקלערט די ייִדישע קינדער דעם אונטערשייד צווישן ייִדיש און רוסיש. בפֿרט, עפֿנט ער די אויגן פֿון זײַנע תּלמידים אויף דעם אונטערשייד צווישן „נאַסטיע‟ (אַ פֿרויען-נאָמען) און „ניענאַסטיע‟ (שלעכטער ווערטער), „קאָשקאַ‟ (קאַץ) און „אָקאָשקאָ‟ (פֿענצטערל). און צום סוף ווײַזט ער אָן אויף דעם מאָדנעם פֿאַקט, אַז „קאַק‟ (אויף רוסיש מיינט עס „ווי‟) איז „בײַ זיי אויך אַ וואָרט‟.

Read more


דער קלוגער גנבֿ

The Smart Thief

פֿון באָריס סאַנדלער

פֿונעם ייִדישן פֿאָלקלאָר

Max Gershman

אַ קײסער האָט אַמאָל געמאַכט אַ גרױסע סעודה. האָט ער פֿאַרבעטן פֿאַרשײדענע געסט. מ’האָט געגעסן און געטרונקען, און דערנאָך האָט מען אָנגעהױבן צו טאַנצן. גאָר אין גיכן האָט דער קײסער זיך געכאַפּט, אַז ס’פֿעלט דער טײַערסטער בעכער פֿון טיש. האָט דער דינער געגעבן אַ קלאַפּ מיטן זײַן שטעקן, מ’זאָל אױפֿהערן צו טאַנצן. דער קײסער האָט מודיע געװען דעם עולם, אַז ס’פֿעלט דער גאָלדענער בעכער, און דאָס איז אַ ירושה פֿון אַן עלטער־זײדן, אױסגעקריצט מיט אַ הערב.

Read more


איז אַבֿרהם סוצקעווער דער נאַציאָנאַלער פּאָעט?

Is Abraham Sutzkever the national poet?

פֿון גענאַדי עסטרײַך

אַבֿרהם סוצקעווער

אין מײַן פֿריִערדיקער “ווײַטער”-נאָטיץ, “פֿאַר וואָס שרײַבט מען ווייניק וועגן ה. לייוויקן?” האָב איך געשריבן, בפֿרט, וועגן דעם, אַז, לויט מײַן מיינונג, האָט ניט אונדזער ליטעראַטור קיין אָנערקענטן נאַציאָנאַלן פּאָעט. אויף דעם האָט שלום בערגער, אַליין אַ ייִדישער דיכטער, אָנגעשריבן: “דער נאַציאָנאַלער פּאָעט איז שוין סוצקעווער ע”ה”.

Read more


פֿאַר וואָס שרײַבט מען ווייניק וועגן ה. לייוויקן?

Why has the interest to H. Leivick declined?

פֿון גענאַדי עסטרײַך

ה. לייוויק (לייוויק האַלפּערן)

מיט כּמה-וכּמה יאָר צוריק האָט מיך פֿאַרבעטן צו זיך, קיין ווילנע, דער שרײַבער יעקבֿ יאָסאַדע. האָט ער מיר דעמאָלט, בשעת איינעם פֿון די שמועסן, געזאָגט, אַז ער האַלט ה. לייוויקן פֿאַרן גרעסטן ייִדישן פּאָעט. איך געדענק ניט, וואָס איך האָב אים געענטפֿערט. אפֿשר גאָרנישט. ווײַל צו יענער צײַט האָב איך זייער ווייניק געהאַט וואָס צו ענטפֿערן; אָבער אַפֿילו הײַנט, ווען איך בין מיט אַ פֿערטל יאָרהונדערט עלטער און מער אָנגעלייענט, קען איך ניט זאָגן, אַז לייוויק איז, אין מײַן היעראַרכיע, דער גרעסטער ייִדישער דיכטער.

אַזוי האָט זיך שוין באַקומען, אַז דאָס דאָזיקע אָרט, פֿון דעם גרעסטן דיכטער, בלײַבט אין אונדזער ליטעראַטור ניט פֿאַרנומען. פֿרעגט אַ רוסן די זעלבע פֿראַגע, און ער וועט, בדרך-כּלל, גלײַך ענטפֿערט: „אַלעקסאַנדער פּושקין‟. אין דער העברעיִשער ליטעראַטור איז עס, גלייב איך, חיים-נחמן ביאַליק, בײַ די אוקראַיִנער — טאַראַס שעווטשענקאָ. אין אַ סך ליטעראַטורן, אָבער ניט אין דער ייִדישער, איז דאָ אַ געקרוינטער נאַציאָנאַלער דיכטער.

Read more