Vayter

ביכער פֿאַר ייִדישע קינדער

Books for Yiddish-speaking children

פֿון גענאַדי עסטרײַך

וועראַ קנאָרינג, די ביבליאָטעקאַרשע וואָס באַשעפֿטיקט זיך מיט ייִדישע ביכער אין דער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק פֿון רוסלאַנד (פּעטערבורג), האָט שוין ניט איין מאָל געמאַכט זייער אינטערסאַנטע, באַלערנדיקע ווירטועלע אויסשטעלונגען. באַזוכן אַזאַ אויסשטעלונג קען יעדער איינער, מע קען זי זען, זיצנדיק אין דער היים. די איינציקע זאַך, וואָס מע דאַרף טאָן, איז צו עפֿענען דאָס וועבזײַטל //expositions.nlr.ru/ex_olcaa/series_children/first.php. די איצטיקע אינטערנעץ-אויסשטעלונג דערציילט וועגן ייִדישע ביכער פֿאַר קינדער און יונגע לײַט.

Read more


דער בער און די רביצין

The Bear and the Rabbi‘s Wife

פֿון באָריס סאַנדלער

אַ מאָל האָט אין בעלץ געלעבט אַ רבֿ מיט אַ רביצין. איז דער רבֿ גאַנץ פֿרי אַוועקגעגאַנגען אין שיל אַרײַן, און די רביצין איז געגאַנגען אין מאַרק, אײַנצוקויפֿן אויף שבת. געהאַט האָבן דער רבֿ מיט דער רביצין, קיין עין־הרע, ניט צוויי און ניט דרײַ, נאָר אַ סך קינדערלעך. פֿאַרן אַוועקגיין האָט זיי די מאַמע אָנגעזאָגט, זיי זאָלן פֿאַרשפּאַרן די טיר און קיינעם אין שטוב ניט אַרײַנלאָזן.

אַז די עלטערן זײַנען אַוועק, האָט אין דער טיר עמעצער אָנגעקלאַפּט און זיך געבעטן: „ייִדישע קינדערלעך, זײַט אַזוי גוט, עפֿנט מיר די טיר!‟ — „ווער ביסטו?‟ — האָבן די קינדערלעך געפֿרעגט. „איך בין אַ בער.‟ דערהערט, אַז אַ בער קלאַפּט זיך אין דער טיר, האָבן זיי זיך זייער פֿאַרחידוש: „פֿון וואַנען זאָל זיך אין בעלץ נעמען אַ בער?‟ — אָבער די טיר האָבן די קינדערלעך סײַ־ווי ניט געעפֿנט. נאָך מער, זיי האָבן אָנגעהויבן שרײַען און רייצן: „בער־שמער, האָט אַ נאָז ווי אַ מער!‟

Read more


געווען אַ מאָל אַזאַ וואָרט אויף ייִדיש

Once Upon a Time This Was a Yiddish Word

פֿון גענאַדי עסטרײַך

ווען מע לייענט אַלטע צײַטונגען, זשורנאַלן און ביכער, בפֿרט ניט קיין קינסטלערישע, זעט מען זייער קלאָר, ווי די געשריבענע שפּראַך איז אַנדערש געוואָרן אין משך פֿון דעם 20סטן יאָרהונדערט. באַזונדערס האָט זיך געביטן דער פֿאַרנעם פֿון נוצן פּאָליטיש-געזעלשאַפֿטלעכע טערמינען, וואָס שטאַמען פֿון דײַטש. (איך סטאַרע זיך אויסצומײַדן דעם טערמין “דײַטשמעריזם”, ווײַל ער זעט מיר אויס אָנגעלאָדן מיט פֿאַרעלטערטער פּאָליטיק.) אָבער זיך אויסלאַכן פֿון די דאָזיקע ווערטער איז ניט ריכטיק – זיי האָבן געטרײַ אָפּגעדינט אין ייִדיש. אייניקע פֿון זיי הערן ניט אויף צו דינען ווײַטער. און אייניקע – האַלט איך – וואָלט מען געדאַרפֿט “אויפֿלעבן”, ווײַל אָן זיי איז ייִדיש אפֿשר “ריינער” געוואָרן, אָבער גלײַכצײַטיק איז די שפּראַך אויך געוואָרן אָרעמער.

Read more


„אָט אַזוי!‟ — ערשטער ייִדיש־פֿעסטיוואַל אין טאָראָנטאָ

“Ot Azoy” – First Yiddish festival in Toronto

פֿון סוועטלאַנע באַרקאַן

Alexander Iskanderov
געעפֿנט האָט די קאָנצערט־פּראָגראַם דער קינדער־כאָר

אין דער קאַנאַדער שטאָט טאָראָנטאָ איז לעצטנס דורכגעפֿירט געוואָרן דער ערשטער ייִדיש־פֿעסטיוואַל פֿאַר דער רוסיש־רעדנדיקער באַפֿעלקערונג. דער קאָנצערט־זאַל בײַם Earl Bales קהילה־צענטער איז געווען פֿולגעפּאַקט. די עלטערע מענטשן, וואָס קענען גוט ייִדיש; די מיטל־יעריקע, וואָס האָבן זיך באַמיט צו דערמאָנען זייער קינדשאַפֿט, אומקערנדיק זיך צו די היים־קוואַלן; די יוגנט און קינדער, וועלכע האָבן געוואָלט זיך צורירן צו דער קולטור פֿון זייערע באָבעס און זיידעס, ווי אויך געפֿינען אַן אייגענע נאַציאָנאַלע סטעזשקע — אַלע זײַנען זיי געווען גליקלעך זיך צונויפֿזאַמלען און געניסן פֿון די אייגנאַרטיקע אוצרות פֿון אונדזער פֿאָלק.

Read more