דעם פֿאַרגאַנגענעם זונטיק האָב איך מיט מײַן טאָכטער געפּראַוועט איר זיבעטן געבוירן־טאָג מיט פּוץ און באַצירונג מעשׂה־בת־מלכּה. כ׳האָב שטאַרק ליב די געבוירן־טאָג שׂימחות פֿאַר קינדער, און די כּל־מיני מתּנות, וואָס מע שענקט דעם יובֿל. און איך שעם זיך נישט צו זאָגן, אַז איך קוק אויף די מתּנות מיט בענקשאַפֿט, כ׳לעק אָפּ די באַצוקערונג פֿון מײַן שטיקל טאָרט און פֿיל זיך אַליין ווי איינס פֿון די קינדער.
מײַן מאַן רייצט זיך מיט מיר: „ס׳איז מסתּמא אַ גרעסערע גדולה פֿאַר דיר ווי פֿאַר זיי.‟
אָבער כאָטש איך האָב ליב דעם געבוירן־טאָג, שרעקט עס מיך צו זען ווי מײַנע צוויי קינדערלעך וואַקסן אויס. איר קענט מיך רופֿן אַ קלאַסישע ייִדישע מאַמע, אָבער איך זאָרג זיך וועגן אַלע איבערלעבונגען, וואָס וועלן זיי נאָך אַנטקעגנקומען, בעת זיי וואַקסן אויס אין אַ מאָדערנער סבֿיבֿה — אַ וועלט וואָס איך ווייס דערפֿון זייער ווייניק.
איך זאָרג זיך, ווײַל מײַן טעכטערלס איבערלעבונגען וועלן זײַן אַזוי אַנדערש פֿון מײַנע, זײַענדיק דערצויגן אין די שטרענגע חסידישע קרײַזן. איך זאָרג זיך, ווײַל ס׳איז נישט פֿאַראַן קיין שום וועגווײַזער פֿאַר געוועזענע חסידים, וואָס פּרוּוון איצט צו דערציִען קינדער אין דער מאָדערנער וועלט. איך זאָרג זיך, ווײַל איך וועל אַליין דאַרפֿן אויסוואַקסן צוזאַמען מיט איר — זיך אויסלערנען, וואָס דאָס הייסט צו זײַן אַ דערוואַקסלינג („טיניידזשער‟) אין דער דאָזיקער וועלט, צו פֿאַרשטיין די שוועריקייטן פֿון דער מאָדערנער „מיידלשאַפֿט‟. וועל איך במילא אויסלעבן מײַנע קינדער־יאָרן דורך מײַן טאָכטער.
רוחי, ווי מיר רופֿן זי, איז אַ דופּליקאַט פֿון מיר אַליין: די זעלבע גרינע אויגן, רויטע האָר און זון־שפּרענקעלעך; ביידע האָבן מיר שטאַרק הנאה פֿון דער אַכילה, ביידע פּרוּוון מיר תּמיד יעדן איינעם צופֿרידנצושטעלן, און ביידע האָבן מיר ליב צו שאַפֿן נײַע פֿרײַנדשאַפֿטן. זי איז אַ שפּרודלדיק, ליבעוודיק קינד, זייער אומאָפּהענגיק און דערוואַקסן פֿאַר אירע יונגע יאָרן.
מיט אַכט יאָר צוריק האָב איך אָבער זיך נישט געקענט פֿאָרשטעלן, ווי גליקלעך איך וועל זײַן ווי רוחיס מאַמע. פֿאַרקערט — ווען איך האָב זיך דערוווּסט, אַז איך שוואַנגער מיט אַ צווייט קינד, בין איך ממש ווילד געוואָרן. אין אַ געוויסער דירה אין קרית־יואל קען מען אפֿשר נאָך דערקענען אַ לאָך אין דער וואַנט (איבערגעדעקט מיט עטלעכע שיכטן פֿאַרב) — אַ פּועל־יוצא פֿון מײַן האָבן געוואָרפֿן דעם טעלעפֿאָן אויף דער וואַנט אויס כּעס און פֿרוסטרירונג. כ׳בין געווען בלויז 20 יאָר אַלט, מײַן ייִנגעלע האָט ערשט אָנגעהויבן גיין, און מיר האָבן געלעבט פֿון האַנט צום מויל. „ווי וועל איך זיך אַן עצה געבן מיט צוויי קינדער?‟ האָב איך דעמאָלט געקלערט.
אָבער ווען מע האָט מיט דרײַ חדשים שפּעטער געמאַכט דעם אולטראַשאַל פֿונעם נפֿשל, מײַן ערשטע טאָכטער, האָב איך זיך גלײַך פֿאַרליבט אין איר.
ס׳איז אָבער פֿאָרט נישט געווען גרינג. במשך פֿון צוויי יאָר נאָך איר געבוירן ווערן האָב איך געליטן פֿון דעפּרעסיע און שלאָפֿלאָזיקייט; און דערנאָך האָבן זיך אָנגעהויבן מײַנע שטורמישע יאָרן נאָכן פֿאַרלאָזן די חסידישע וועלט; די הייכן און טיפֿן פֿון מײַן זיווג־לעבן, מײַן ייִאוש און מײַנע נצחונות — און נאָך דעם אַלעמען, דאַרף איך זיך ערשט צוגעוווינען צום געדאַנק, אַז מיט דער צײַט וועל איך מוזן דערלויבן רוחי אויסצושפּרייטן אירע פֿליגל און ווערן אַ טייל פֿון דער גרויסער וועלט.
וואָס וועט זײַן, ווען זי הייבט אָן צו דערקענען די סימנים פֿון איר „ווײַבלעכקייט‟ — ווען זי קוקט זיך צו ווי עס וואַקסן איר בריסטלעך, אָדער דאָס ערשטע מאָל וואָס זי באַקומט „די צײַט‟? וועל איך דען פֿאַרשטיין, אויב זי שעמט זיך בכלל נישט מיט די דאָזיקע נאַטירלעכע געשעענישן? וועל איך אַמאָל קענען מיטפֿילן, בעת זי פֿאַרליבט זיך אין אַ ייִנגל, אָדער נאָך דעם ווי אַ ייִנגל זאָגט איר, אַז ער וויל זי נישט? וועט זי זיך שעמען מיט אירע עלטערן, וואָס קומען פֿון אַזאַ אַלט־מאָדישער וועלט?
וועל איך קענען זי לערנען, אַז אַ פֿרוי דאַרף נישט באַשטימט ווערן לויט איר אויסזען, נאָר לויט אירע אַקציעס? וועט זי זיך אַליין ליב האָבן, און זיך אויסלעבן אָן שולדגעפֿיל?
במשך פֿון די יאָרן האָב איך זיך געשאַפֿן אַן אײַזערנע וואַנט אַרום מיר, כּדי עמאָציאָנעל צו באַשיצן סײַ זיך, סײַ מײַנע קינדער, אָבער איין זאַך קען מיך נאָך אַלץ שטאַרק איבערשרעקן — זייער צוקונפֿט; און זייערע געבוירן־טעג דערמאָנען מיר אין דעם.
דערווײַל וועל איך אָבער פּרוּוון, ווי ווײַט מעגלעך, הנאה צו האָבן פֿון די לעצטע אומשולדיקע בת־מלכּהדיקע געבוירן־טעג שׂימחות; כ׳וועל אָפּלעקן די באַצוקערונג פֿונעם טאָרט, און העלפֿן מײַן טאָכטער אויספּאַקן די מתּנות — פֿראַנק־און־פֿרײַ…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.