No Place Like Home

אַ שבת־שפּיל פֿאַר גרויס און קליין

A Shabbos Game For All Ages

  • Print
  • Share Share
דוד זאָלער (לינקס), זײַנע זין און עטלעכע אַנדערע קינדער באַטייליקן זיך אין אַ מאַטש
Benji Zoller
דוד זאָלער (לינקס), זײַנע זין און עטלעכע אַנדערע קינדער באַטייליקן זיך אין אַ מאַטש

ווען פּאָרפֿעלקער מיט קינדער פֿאַרבעטן געסט אויף אַ שבתדיקער מאָלצײַט, איז אַ מאָל שווער צו פֿירן אַ שמועס, ווײַל די קינדער קענען נישט תּמיד אײַנזיצן, און מע דאַרף זיך מיט זיי פֿאַרנעמען. דאָס איז חל נישט בלויז אויף קליינע קינדער, נאָר אויך אויף דערוואַקסלינגען פֿון 13 ביז 16 יאָר, וועלכע פֿאַראינטערעסירן זיך נישט תּמיד מיט די שמועסן פֿון זייערע עלטערן.

טאַקע דערפֿאַר האָט דוד זאָלער, אַ גרונט־סוחר אין דאַלאַס, טעקסאַס, באַשלאָסן צו שאַפֿן אַ שפּיל, וואָס די גאַנצע משפּחה — און אַפֿילו די געסט — קענען זיך באַטייליקן. די שפּיל הייסט Shabbat Showdown (שבתדיקער פֿרעג־געשלעג), און באַשטייט פֿון קאַרטלעך מיט פֿראַגעס, וואָס מע שטעלט פֿאַר די שפּילער, אַזוי ווי די שפּיל־פּראָגראַמען אויף טעלעוויזיע. די שאלות נעמען אַרײַן פֿאַקטן וועגן דער סדרה פֿון דער וואָך, די העלדן פֿון תּנ״ך, יום־טובֿים, מיצוות און תּפֿילות.

צוליב דעם וואָס מע שפּילט דאָס שבת, לייגט זאָלער פֿאָר מעגלעכקייטן, ווי אַזוי צו האַלטן דעם חשבון אויף אַ „כּשרן‟ אופֿן. אַנשטאָט צו פֿאַרשרײַבן די פּונקטן וואָס די שפּילער האָבן שוין אָנגעזאַמלט, האַלט יעדער זײַן אייגענעם חשבון דורך אַרײַנלייגן אַ לייען־צייכן אין אַ בוך אָדער בענטשער, אויף דער זײַט פֿונעם ציפֿער.

בעת אַן אינטערוויו מיטן „פֿאָרווערטס‟, האָט זאָלער דערציילט, אַז ער איז נישט דערצויגן געוואָרן אין אַ פֿרומער היים, אָבער הײַנט היט ער שבת און שיקט זײַנע קינדער — בענדזשי, וועלכער איז 16 יאָר אַלט, און סאַמי, 14 יאָר — אין אַ ייִדישער טאָגשול. „מײַנע קינדער ווייסן אַ סך מער וועגן דעם ייִדישן גלויבן ווי איך אין זייערע יאָרן,‟ האָט ער באַמערקט.

זאָלער האָט צונויפֿגעשטעלט די שפּיל בשותּפֿות מיט הרבֿ דזשאָו הירש, אַ לערער פֿונעם פֿערטן קלאַס אין דער „עקיבֿה־אַקאַדעמיע‟ — אַ 50־יאָריקע מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע עלעמענטאַר־שול מיט בערך 300 קינדער. זײַן פֿרוי, סיסי בלאָק זאָלער, האָט געהאָלפֿן רעדאַגירן די פֿראַגעס, כּדי ייִדן פֿון אַלע רעליגיעזע שטראָמען זאָלן זיי פֿאַרשטיין.

צו באַשטעלן די שפּיל, שרײַבט זאָלערן אויף דעם בליץ־אַדרעס:

www.shabbatshowdown.com